ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!

שליחה דורך סקעפטיקער »

כאילו עס איז דא א גאראנטי אז אין ארץ ישראל וועלן אידן אייביג לעבן רואיג
אייניקעל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 04, 2013 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 382 מאל

Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!

שליחה דורך אייניקעל »

סקעפטיקער האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 4:11 pm כאילו עס איז דא א גאראנטי אז אין ארץ ישראל וועלן אידן אייביג לעבן רואיג
די ספרי הנביאים זענען פיל מיט דע גאראנטיס
אויב בין איך מקבל א גאראנטי פון איינעם איז גאט ברוך הוא דער ערשטער
א גרויס חלק פון דעם גאראנטי איז שוין מקוים געווארן בימינו אלה, דא קען מען אביסל ליינען דערוועגן

און נאכאמאל מען איז נאך נישט אנגעקומען צום ענגילטיגער יעד, עס איז א פראצעדור וואס נעמט צייט ווי חז"ל זאגן קמעא קמעא
אייניקעל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 04, 2013 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 382 מאל

Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!

שליחה דורך אייניקעל »

אגב די חרדים זענען היינט בערך 13-14% פונעם כלל
ביז א צוואנציג יאר גייען זיי זיין 30% אויב נישט מער
שטעל זיך פאר וואו דאס גייט האלטן אין 50 יאר פון יעצט, ספעציעל אויב טויזענטער פרומע יודן פון איבער דער וועלט קומען ארויף וואוינען אין ארץ ישראל כפי רצון הבורא ברוך הוא
צו זיצן אין גלות און וויינען אז דאס לאנד איז סעקולער איז א געלעכטער פון פוילע מענטשן

דאס אידישע ירושלים אין ברוקלין ניו יורק גייט עווענטועל אונטערגיין אזוי ווי טויזענט יאר אידיש לעבן אין אונגארן איז אונטערגעגאנגען, דאס איז די גזירת הגלות וואס איז נאר זמני און האט א קץ, עיין ספר משך חכמה פרשת בחוקותי
הנה דרך ההשגחה, כי ינוחו משך שנים קרוב למאה או מאתים ואחר זה יקום רוח סערה ויפוץ המון גליו וכלה יבלה, יהרוס ישטוף לא יחמול, עד כי נפזרים בדודים ירוצו, יברחו למקום רחוק ושם יתאחדו, יהיו לגוי, יוגדל תורתם, חכמתם יעשו חיל, עד כי ישכח היותו גר בארץ נכריה, יחשוב, כי זה מקום מחצבתו, בל יצפה לישועת ה' הרוחניות בזמן המיועד, שם יבוא רוח סערה עוד יותר חזק, יזכיר אותו בקול סואן ברעש יהודי אתה ומי שמך לאיש, לך לך אל ארץ אשר לא ידעת, ככה יחליף מצב הישראלי וקיומו בעמים, כאשר עין המשכיל יראה בספר דברי הימים.

https://www.sefaria.org/Meshekh_Chokhma ... l&lang2=en
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!

שליחה דורך סקעפטיקער »

אייניקעל האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 4:35 pm די ספרי הנביאים זענען פיל מיט דע גאראנטיס
אויב בין איך מקבל א גאראנטי פון איינעם איז גאט ברוך הוא דער ערשטער
א גרויס חלק פון דעם גאראנטי איז שוין מקוים געווארן בימינו אלה, דא קען מען אביסל ליינען דערוועגן

און נאכאמאל מען איז נאך נישט אנגעקומען צום ענגילטיגער יעד, עס איז א פראצעדור וואס נעמט צייט ווי חז"ל זאגן קמעא קמעא
אויב איז מען נאכנישט אונגקומען צום ענדגילטיגן יעד פארוואס האלטסטו אז דו האסט יעצט א גאראנטי? ווען משיח קומט גיי איך אויך
אייניקעל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 04, 2013 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 382 מאל

Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!

שליחה דורך אייניקעל »

וויבאלד די צווייטע קיבוץ גלויות האט שוין פאסירט, און רוב עם ישראל (אדער כמעט רוב, ווענדט זיך וויאזוי מען רעכענט) געפונט זיך שוין אינדערהיים בארצנו, און אויף דעם זאגט דער נביא לא יוסיף ה' שנית להגלותך, עכ"פ לויט ווי דער רמב"ן לערנט עס אפ אין ספר הגאולה וכן שאר ראשונים.

וחוץ מזה זענען אסאך אנדערע דברי נביאים מקויים געווארן שוין למחצה לשליש ולרביע, ובפרט אז די לאנד געבט פירותיה בעין יפה וואס עכ"פ לויט רבי אבא אין סנהדרין צ"ח איז פון די שטערקסטע סימני הקץ.

אלץ א מאמין בדברי נביאים שדבר אחד מדבריך אחור לא ישוב ריקם געבט מיר דאס אלעס גאנץ א פעסטע שטימע פון בטחון קאנפידענס אז מיר זענען אויפן וועג צו זעהן די פולקאמע קיום פון די איבריגע רייד פון די נביאים ובכללם איש תחת גפנו ותאנתו, וגר זאב כבש, נכון יהיה הר בית ה' וכן הלאה נאך אין אונזערע טעג צו אין די טעג פון אונזערע קינדער נענטער ווי ווייטער.

און דאס איז שוין אויסער די פנימיות פון יחזקאל הנביא'ס חזון עצמות היבשות, און זכירה/פקידה בתורת הרמח"ל, אדער די מהלך פונעם גר"א פון שבוע של הקב"ה בהיסטוריה של הדורות ועוד ועוד וואס ווער עס וויל נאר לערנען מיט אן אפען קאפ אין הארץ צו פארשטיין וואו מיר האלטן ביים אחרית הימים וועט עס טרעפן און פארשטייען...
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!

שליחה דורך ונבנתה העיר »

פונקט יעצט געזען אין פי' מהר"י קרא אויפן באקאנטן פסוק אין ישעי' כ"א, אָמַ֣ר שֹׁמֵ֔ר אָתָ֥ה בֹ֖קֶר וְגַם־לָ֑יְלָה אִם־תִּבְעָי֥וּן בְּעָ֖יוּ שֻׁ֥בוּ אֵתָֽיוּ׃

אתא בקר וגם לילה – כבר עבר גלות בבל שדומה ליום, וגם לילה – גלות אדום שדומה ללילה, וכבר עברו שניהם. ומי מעכב שאין אנו נגאלין מן הגלות?⁠ אין שום דבר מעכב, אלא: אם תבעיון בעיו שובו אתיו – אם רצונכם שתהיו נגאלים בקשו רחמים מלפניו, ושובו – מן הגלות, ואתיו – לכם, כלומר שובו לגבולכם.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
צוויי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 2:35 pm
האט שוין געלייקט: 135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 208 מאל

Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!

שליחה דורך צוויי »

אמת אלע סימנים ווייזן מיר זענען באחרית הימים, משיח איז שוין אט אט דא, און יעצט איז טאקע די צייט וואס דער אייבערשטער פרואווט אונז צו זעהן צו מיר זענען אים געטריי און צו די תורה הקדושה, עס שטייט אז ארץ ישראל וועט אויסשפייען ווער ס'איז נישט ערליך.
אייניקעל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 04, 2013 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 382 מאל

Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!

שליחה דורך אייניקעל »

צוויי האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 9:42 pm אמת אלע סימנים ווייזן מיר זענען באחרית הימים, משיח איז שוין אט אט דא, און יעצט איז טאקע די צייט וואס דער אייבערשטער פרואווט אונז צו זעהן צו מיר זענען אים געטריי און צו די תורה הקדושה, עס שטייט אז ארץ ישראל וועט אויסשפייען ווער ס'איז נישט ערליך.
א. עס שטייט אביסל אנדערש, ולא תקיא הארץ אתכם, כדי דאס לאנד זאל ענק נישט אויסשפייען, נישט געשריבן אינעם פאזיטיווען פארמעט אז לאנד וועט אויסשפייען, יחי ההבדל הגדול

ב. די וואס גייען ארויף וואוינען אין ארץ ישראל וואס וועגט אנטקעגן אלע אנדערע מצוות התורה (אגב די איינציגסטע מצוה וואס מען מעג עובר זיין אויף אמירה לעכו"ם) ווי די הלכה פסק'ענט (געברענגט אין רמב"ם):"לעולם ידור אדם בארץ ישראל בעיר שרובה עכו"ם, ואל ידור בחו"ל בעיר שרובה ישראל, שכל הדר בארץ ישראל דומה כמי שיש לו אלו-ה, וכל הדר בחו"ל דומה כמי שאין לו אלו-ה". דאס הייסט ענדערש פאר א יוד מיט זיינע קליינע קינדער צו וואוינען אין נצרת העתיקה צווישן די שמייליגע קירכעס ווי איידער צו וואוינען אין די הייליגע שטעטל קרית יואל אדער ניו סקווירא - די יודן וואס פאלגן די הלכה ווייסט הקב"ה אז זיי זענען געטריי צו איהם און צו די תורה הקדושה.

ג. יודן וואס גייען ארויף קיין ארץ ישראל וואוינען דארטן מיט ריינע כוונות פון דינען הקב"ה דארט און מקיים זיין מצוות התלויות בארץ, אפילו אויב ח"ו פאלן זיי דורך זאגט דאך שוין אויף דעם דער נביא יחזקאל: 'בֵּית יִשְׂרָאֵל יֹשְׁבִים עַל אַדְמָתָם וַיְטַמְּאוּ אוֹתָהּ בְּדַרְכָּם וּבַעֲלִילוֹתָם כְּטֻמְאַת הַנִּדָּה הָיְתָה דַרְכָּם לְפָנָי' (יחזקאל לו, יז), לייגן צו חז"ל: אמר הקב"ה: הלוואי יהון בני עמי בארץ ישראל אע"פ שמטמאין אותה (ילקוט שמעוני איכה רמז תתרלח).

דערפאר טאקע וועט זיך משיח באווייזן קודם צו דע יודן שלא כרעו לבעל הגלות ועלו אחד מעיר ושנים ממשפחה צו טוען דעם רצון השם לדור בהיכלו, אזויווי דער בעל חסד לאברהם ר' אברהם אזולאי זצל שרייבט:

דע כי מסורת קבלה בידינו כי באותו יום כשיבא המשיח עם קיבוץ גליות לארץ ישראל, באותו יום ימצא בארץ ישראל שבעת אלפים מבני ישראל, ובאותו היום יחיו המתים שבארץ, ובאותו היום יסתלקו חומת האש מירושלים, ובאותו יום יבנה בית המקדש באבנים טובים ומרגליות, ובאותו יום יחזרו המתים שבארץ ישראל בעת חיותם בריה חדשה רוחניים, וכן הז' אלפים הנמצאים חיים, כולם בריה חדשה גוף רוחני, כגופו של אדם הראשון קודם החטא וכגופו של [חנוך ו]משה רבינו ע"ה [ואליהו], וישוטו כולם באויר מעופפים כנשרים וגו', וכל זה לעיני אנשי קיבוץ הגליות:

וכשישראל בני קיבוץ גליות יראו שאחיהם נעשה בריה חדשה, ופורחים באויר ללכת ולדור בגן עדן תחתון ללמוד תורה מפי השם יתברך, אזי, יתקבלו בני קיבוץ גליות דאגה בלבם ודאבון נפש, ויתרעמו למלך המשיח ויאמרו וכי אין אנו בני ישראל כמותם, מאין זכו הם להיות רוחניים בגוף ונפש מה שאין כן אנו ולמה נגרע:

ואומר להם מלך המשיח כבר נודע ומפורסם שכל מידותיו של הקדוש ברוך הוא מדה כנגד מדה, אותם שהיו בחו"ל והשתדלו לבא בארץ כדי לזכות לנפש טהורה, ולא חשו על ממונם ולא על גופם, ובאו בים וביבשה, ולא חששו להיותם נטבעים בים, או נגזל ביבשה, או להיותם שבויים ביד אדונים קשים, ובעבור שעשו העיקר מרוחם ומנפשם ולא מגופם וממונם, לכן חזרו רוחניות מדה כנגד מדה וכו'

(אבן שתיה, עין הארץ, כ״ב נהר כב - במעלת הדר בארץ ישראל בביאת המשיח עיין שם כל האריכות)

זאלן מיר זוכה זיין צו זיין פון דע הייליגע יודן
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!

שליחה דורך berlbalaguleh »

אייניקעל האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 11:05 pm

מיין (פערזענליכער) חזו(יו)ן איז אז (בערך) 70% פון די באפעלקערונג אין ארץ ישראל וועלכע זענען נישט עכט פראקטיצירנדיג רעליגיעז, ווי מסורתיים און א טייל חילונים וועללן האבן א געלעגנהייט צו טון תשובה. אזוי ווי ס'איז דער מציאות. און די אנדערע 30% וועלכע זענען להכעיס און אקטיוו אנטי-רעליגיעז מתוך בחירה וועללן בעל כורחם ווערן ארויסגעשאקלט פון ארץ ישראל. לדאבונינו ולצערינו.

למשל די ריכטער(ינ)ס פון בג"ץ. ס'איז זייער שווער צו טרעפן אויף זיי א לימוד זכות. זיי רעכענען זיך בכלל נישט מיט די תורה און מצוות. נאר זיי גייען אין זייערע אפיניאנס און "פסקים" דירעקט אקעגן די תורה.

דער געוועזענער הויפט ריכטער פונ'ם בג"ץ אהרון ברק איז געווען א וועלט בארימטער אינטערנאציאנאלער יוריסט. ער האט געקענט אלע פונדאמענטאלע געזעצן פון די בריטישע, פראנצויזישע און אנדערע געזעצן. ער האט אפילו ארויסגעגעבן עטליכע ביכער אויף געזעץ. נאר משפט עברי. די געזעצן פון די תורה האט ער נישט געקענט. און נישט געוואלט קענען. א זאך וואס די גרעסטע יוריסטן. אפילו נישט אידישע טוען אנערקענען.
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!

שליחה דורך סקעפטיקער »

צוויי האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 9:42 pm אמת אלע סימנים ווייזן מיר זענען באחרית הימים, משיח איז שוין אט אט דא, און יעצט איז טאקע די צייט וואס דער אייבערשטער פרואווט אונז צו זעהן צו מיר זענען אים געטריי און צו די תורה הקדושה, עס שטייט אז ארץ ישראל וועט אויסשפייען ווער ס'איז נישט ערליך.
Selection Bias

די זעלבע שפראך רעדט מען שוין הונדערטער יארן און דערווייל זענען מיר נאך דא. זיי נישט אזוי זיכער אז יעצט איז עס "טאקע" נאנט
אייניקעל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 04, 2013 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 382 מאל

Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!

שליחה דורך אייניקעל »

berlbalaguleh האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 12:21 am
מיין (פערזענליכער) חזו(יו)ן איז אז (בערך) 70% פון די באפעלקערונג אין ארץ ישראל וועלכע זענען נישט עכט פראקטיצירנדיג רעליגיעז, ווי מסורתיים און א טייל חילונים וועללן האבן א געלעגנהייט צו טון תשובה. אזוי ווי ס'איז דער מציאות. און די אנדערע 30% וועלכע זענען להכעיס און אקטיוו אנטי-רעליגיעז מתוך בחירה וועללן בעל כורחם ווערן ארויסגעשאקלט פון ארץ ישראל. לדאבונינו ולצערינו.
אמת
דאס איז טאקע די פשט פון ואבדתם מהרה
די וואס זענען נישט גרייט צו ווערן איינס מיטן לאנד ווערן צוביסלעך פארלוירן פון דארט
די בג"ץ איז די גרעסטע פראבלעם בימינו אלה, אבער מיט די צייט וועט זיך דאס אויך טוישן לטובה ווען די אלע אלטע זאכן וועלן אדער תשובה טאן אדער זיך אפטאן פון די מלוכה
השי"ת האט א פלאן וואס חז"ל רופן קמעא קמעא און ווען האט געדולד און מען קוקט גוט זעהט מען דאס אויף אלע פראנטן
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

Re: בנין בית המקדש השלישי

שליחה דורך אלע צוזאמען »

שלמה המלך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 12, 2024 1:24 am [
יעצט זיך נעמען פארטרייבן די אראבער פונעם הר הבית איז יענץ געשעפט, די שאלה אבער איז, אין 1948 ווען דו האסט סייווי פארטריבן די ישמעאלים, און די UN (באותה שעה כשרים היו) האט עס בארעכטיגט, טא פארוואס האט מען דעמאלטס נישט געטוהן צו דער זאך? אדער בעסער געזאגט, נאך די יום כיפור מלחמה ווען מען האט איינגענומען דעם כותל, פארוואס האט מען נישט געמאכט א ריכטיגע קלין אפ, די ערשטע צייט (אזוי ווי יעצט) האט ישראל געהאט די וועלט שטיצע, פארוואס האט מען נישט אויסגענוצט די געלעגענהייט און געבויט א הערליכע בית המקדש השלישי? איך מיין מען וואלט נישט געדארפט שווער פאנדרעיזן פאר דעם - אמת'דיג גערעדט, וואס איז טאקע פשט?
קלויזענבורג’ע רבי האט טאקע געשריגן אויף ’משה דיין’ וואס ער ער איז געווען דער ערשטער צו רעדן פון צירוקגעבן שטחים נאך מלחמת ששת הימים.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
צוויי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 2:35 pm
האט שוין געלייקט: 135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 208 מאל

Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!

שליחה דורך צוויי »

סקעפטיקער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 2:04 pm
צוויי האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 9:42 pm אמת אלע סימנים ווייזן מיר זענען באחרית הימים, משיח איז שוין אט אט דא, און יעצט איז טאקע די צייט וואס דער אייבערשטער פרואווט אונז צו זעהן צו מיר זענען אים געטריי און צו די תורה הקדושה, עס שטייט אז ארץ ישראל וועט אויסשפייען ווער ס'איז נישט ערליך.
Selection Bias

די זעלבע שפראך רעדט מען שוין הונדערטער יארן און דערווייל זענען מיר נאך דא. זיי נישט אזוי זיכער אז יעצט איז עס "טאקע" נאנט
אני מאמין באמונה שלמה בביאת המשיח, ואף על פי שיתממה, עם כל זה אחכה לו בכל יום שיבוא
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!

שליחה דורך סקעפטיקער »

צוויי האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 1:18 am

האב איך דען געזאגט אז ער גייט נישט קומען? איך האב געזאגט אז דו האסט נישט קיין גאראנטי ווען ער גייט קומען, ער קען קומען צען טויזנט יאר ארום אויך (עכ"פ לויטן רמב"ם דער מחבר פון די י"ג עקרים). איך זאג אז די זיכערקייט פון מענטשן אז יעצט איז מען שוין "טאקע" נאנט איז נאנסענס
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!

שליחה דורך שאלתיאל »

אייניקעל האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 4:43 pm אגב די חרדים זענען היינט בערך 13-14% פונעם כלל
ביז א צוואנציג יאר גייען זיי זיין 30% אויב נישט מער
שטעל זיך פאר וואו דאס גייט האלטן אין 50 יאר פון יעצט, ספעציעל אויב טויזענטער פרומע יודן פון איבער דער וועלט קומען ארויף וואוינען אין ארץ ישראל כפי רצון הבורא ברוך הוא
צו זיצן אין גלות און וויינען אז דאס לאנד איז סעקולער איז א געלעכטער פון פוילע מענטשן

דאס אידישע ירושלים אין ברוקלין ניו יורק גייט עווענטועל אונטערגיין אזוי ווי טויזענט יאר אידיש לעבן אין אונגארן איז אונטערגעגאנגען, דאס איז די גזירת הגלות וואס איז נאר זמני און האט א קץ, עיין ספר משך חכמה פרשת בחוקותי
הנה דרך ההשגחה, כי ינוחו משך שנים קרוב למאה או מאתים ואחר זה יקום רוח סערה ויפוץ המון גליו וכלה יבלה, יהרוס ישטוף לא יחמול, עד כי נפזרים בדודים ירוצו, יברחו למקום רחוק ושם יתאחדו, יהיו לגוי, יוגדל תורתם, חכמתם יעשו חיל, עד כי ישכח היותו גר בארץ נכריה, יחשוב, כי זה מקום מחצבתו, בל יצפה לישועת ה' הרוחניות בזמן המיועד, שם יבוא רוח סערה עוד יותר חזק, יזכיר אותו בקול סואן ברעש יהודי אתה ומי שמך לאיש, לך לך אל ארץ אשר לא ידעת, ככה יחליף מצב הישראלי וקיומו בעמים, כאשר עין המשכיל יראה בספר דברי הימים.

https://www.sefaria.org/Meshekh_Chokhma ... l&lang2=en
די קשר צווישן די ארטיגע חרדים און די מדינה ענדיגט זיך ביי וועדת הכספים און ביי ביטוח לאומי. אך און וויי פאר א לאנד אויב אזא סעקטאר, וואס זעהט זיך נישט קיין חלק פון לאנד און האלט נישט ביים טראגן קיין שום עול, וועט ווערן 30 פראצענט פונעם באפעלקערונג. קענסט פארמאכן דאס געשעפט און עס פארקויפן פאר א גוי
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
צוויי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 2:35 pm
האט שוין געלייקט: 135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 208 מאל

Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!

שליחה דורך צוויי »

סקעפטיקער האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 1:30 am
צוויי האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 1:18 am
סקעפטיקער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 2:04 pm
צוויי האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 9:42 pm אמת אלע סימנים ווייזן מיר זענען באחרית הימים, משיח איז שוין אט אט דא, און יעצט איז טאקע די צייט וואס דער אייבערשטער פרואווט אונז צו זעהן צו מיר זענען אים געטריי און צו די תורה הקדושה, עס שטייט אז ארץ ישראל וועט אויסשפייען ווער ס'איז נישט ערליך.
Selection Bias

די זעלבע שפראך רעדט מען שוין הונדערטער יארן און דערווייל זענען מיר נאך דא. זיי נישט אזוי זיכער אז יעצט איז עס "טאקע" נאנט
אני מאמין באמונה שלמה בביאת המשיח, ואף על פי שיתממה, עם כל זה אחכה לו בכל יום שיבוא
האב איך דען געזאגט אז ער גייט נישט קומען? איך האב געזאגט אז דו האסט נישט קיין גאראנטי ווען ער גייט קומען, ער קען קומען צען טויזנט יאר ארום אויך (עכ"פ לויטן רמב"ם דער מחבר פון די י"ג עקרים). איך זאג אז די זיכערקייט פון מענטשן אז יעצט איז מען שוין "טאקע" נאנט איז נאנסענס
אמונה חזקה בביאת המשיח בכל יום! דאס מיינט היינט! יא היינט קען ער קומען. איי, ער איז נאך נישט געקומען נעכטן, דאך גלייב איך אז היינט קען ער קומען.

אמונה איז נישט געבויעט מיט ראיות.
יעדע מענטש האט זאכן אין וואס ער גלייבט, אפי' גשמיות'דיגע זאכן, ער נעמט אן זאכן די וועג וויאזוי ער נעמט עס אן אפי' ער פארשטייט נישט פונקטליך פארוואס דאס איז טאקע אזוי.
ווי למשל, רוב מענטשן גלייבן אדער אז וואקסין איז א גוטע זאך, אדער גלייבן זיי אז וואקסין איז א שעדליכע זאך..
וויאזוי ווערט דעי גלייבן שוואך, ווען איינער דערציילט אים מעשיות וואס פון דעם קומט ארויס אז ס'איז נישט ממש אזוי ווי ער האט געגלייבט ביז יעצט. און אסאך מאל העלפט נישט די אלע מעשיות, ער וועט נאך אלץ זיין פארגלייבט דערין פאר סיי וועלכע סיבה, אדער ווייל זיין מח ווענדט אפ די אלע מעשיות, אדער ווייל ער גלייבט ענדערש אן אנדערעם וואס זאגט אים אז די מעשיות זענען נישט אמת.
ענדליך איז אויך וויאזוי מענטשן וועלן גלייבן אין אן אנדערע מענטש, ווי צ.ב.ש. א טאטע, די טאטע זאגט פאר די קינד ווען ער איז נאך קליין פארשידענע זאכן, און דאס קינד נעמט עס אן, ער זאגט אים אז באלד גייט ווערן טונקל, און ער זעהט ס'איז טאקע טונקל, ממילא ווען ער זאגט אים זאכן וואס ער זעהט נישט ממש מיט זיינע אויגן גלייך, גלייבט ער אים אויך, אויסער ווען די טאטע דרייט ארום מיטן קינד זאכן, און ער זאגט נישט די אמת, דעמאלטס פארלירט דאס קינד טראסט אינעם טאטן אפי' פאר זאכן וואס זענען מעגליך יא אמת, (צוליב דעם איז טאקע וויכטיג נישט קיינמאל זאגן ליגנט פאר א קינד אפי' לצורך גדול, ענדערש אים זאגן בערך אז איך קען דיך עס נאכנישט מסביר זיין יעצט ווען דו וועסט ווערן גרעסער וועסטו פארשטיין וכו', אדער צום ערגסטן פאל אים זאגן זאכן וואס זענען זיכער משתמע לתרי אנפין, אבער פארדרייען פאקטן זיכער קיינמאל נישט).
וואס וועט געשעהן ווען א קינד טראסט דעם טאטן, און ער זעהט אז ער איז טאקע טראסטעבל, אבער איין געוויסע זאך זאגט אים די טאטע עפעס וואס ער קען עס נישט פארשטיין, און ס'קוקט נישט אזוי אויך ריכטיג, דאן אויב איז זיין אמונה שטארק אינעם טאטן, וועט ער אים ווייטער טראסטן אפי' ס'מאכט נישט קיין סענס פאר אים.

מיר האבן 'אמונה' בביאת המשיח, מיר גלייבן אז ער גייט און קען היינט קומען, איי ער איז נאכנישט דא, דאך פארלירן מיר נישט די טראסט אז ס'וועט נעמען נאך טויזענט יאר, נאר מיר בלייבן גלייבן אז ער וועט היינט קומען. און אוודאי ווען מ'קען עס אויך מסביר זיין פארוואס נעכטן איז ער נאך נישט געקומען אז ס'איז ווייל ס'איז נאך נישט געווען די צייט, און דער אייבערשטער ווארט אז ס'זאל זיין 'אם בקולו תשמעו', און למעשה טוען אידישע קינדער יעדן טאג זאכן אויף וואס חז"ל און די ספה"ק זאגן אונז אז ס'איז מקרב ביאת המשיח, האבן אונז ווייטער אויף וואס צו האפן און גלייבן אז ער וועט נאך דעם היינטיגן טאג קומען.

און טאקע ווייל מיר ווייסן נישט די פונקטליכע עת פקודה, ווען דער מלח המשיח וועט זיך באווייזן פאר אונז און השי"ת וועט אונז אויסלייזן פונעם גלות המר, טאקע דערפאר קענען זיך נאך אידן האלטן מיט די פעלזן פעסטע אמונה. שטעל דיך פאר אז מ'ווייסט קלאר טויזענט יאר צוריק אז סוועט נאך נעמען טויזענט יאר, וואלט געווען אסאך שווערער אדער גאר נישט במציאות זיך צו האלטן און דורכמאכן דעם וועג כשה אחד בן שבעים זאבות.

ווען ס'קומט צו אמונה, מעג מען טראכטן און וויסן און וועלן פארשטיין, מ'דארף נאר וויסן אז אפי' איך ווייס נישט אלעס, דאך 'דארף' איך נישט פארשטיין, און איך בלייבן מאמין!

איך בין א נאר און איך גלייב!
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!

שליחה דורך סקעפטיקער »

ער קען קומען היינט און קען קומען צען טויזנט יאר ארום אויך. די שאנסן זענען בערך די זעלבע. האפן אז ער קומט היינט מאכט עס נישט לייקלי אז ער זאל קומען היינט, פונקט ווי די האפן פון טויזנט יאר צוריק האט נישט געמאכט ער זאל קומען אין די לעצטע טויזנט יאר.
צוויי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 2:35 pm
האט שוין געלייקט: 135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 208 מאל

Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!

שליחה דורך צוויי »

סקעפטיקער האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 4:03 pm ער קען קומען היינט און קען קומען צען טויזנט יאר ארום אויך. די שאנסן זענען בערך די זעלבע. האפן אז ער קומט היינט מאכט עס נישט לייקלי אז ער זאל קומען היינט, פונקט ווי די האפן פון טויזנט יאר צוריק האט נישט געמאכט ער זאל קומען אין די לעצטע טויזנט יאר.
האפן און "גלייבן"
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!

שליחה דורך סקעפטיקער »

צוויי האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 5:26 pm

גלייבן אז ער קומט היינט? בעיסד אויף וואס?

סקעפטיקער האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 5:31 pm
צוויי האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 5:26 pm
סקעפטיקער האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 4:03 pm ער קען קומען היינט און קען קומען צען טויזנט יאר ארום אויך. די שאנסן זענען בערך די זעלבע. האפן אז ער קומט היינט מאכט עס נישט לייקלי אז ער זאל קומען היינט, פונקט ווי די האפן פון טויזנט יאר צוריק האט נישט געמאכט ער זאל קומען אין די לעצטע טויזנט יאר.
האפן און "גלייבן"
גלייבן אז ער קומט היינט? בעיסד אויף וואס?
בעיסד אויף אמונה פשוטה, וואס אונזערע עלטערן האבן אונז געלערט ובדברי חכמז"ל וספה"ק
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!

שליחה דורך סקעפטיקער »

צוויי האט געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2024 4:51 pm בעיסד אויף אמונה פשוטה, וואס אונזערע עלטערן האבן אונז געלערט ובדברי חכמז"ל וספה"ק
וואו שטייט אז מ'דארף "גלייבן" (=האלטן) אז ער קומט היינט? דו ווערסט דאך א Fool יעדן טאג פון פריש. עס שטייט אז מ'זאל "האפן" אז ער קומט היינט, און אויפדעם זאג איך אז האפן איז נישט קיין גאראנטי אז ער גייט טאקע היינט קומען, ער קען אין פאקט קומען הונדערט טויזענט יאר פון יעצט. און אויף דאס וואס דו זאגסט אז די "סימנים" ווייזן אז יעצט איז מען "טאקע" נאנט, איז נישט מער ווי סעלעקשאן בייעס.
צוויי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 2:35 pm
האט שוין געלייקט: 135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 208 מאל

Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!

שליחה דורך צוויי »

אנטשולדיגט, אבער איך זעה אז איך הייב אן אריינצוגיין אין א וויכוח בי"ג עיקרים, איך וויל נישט האבן צו טוהן מיט א סקעפטיקער אין אמונה, ממילא למוד לשונך לומר איני יודע... "איך ווייס נישט".

אני מאמין באמונה שלימה בביאת המשיח, ואף על פי שיתממה עם כל זה אחכה לו בכל יום שיבוא
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!

שליחה דורך סקעפטיקער »

וואו האסטו דא געזעהן אז איך האב ספיקות אין אמונה? איך בין בכלל נישט מחולק מיט די אני מאמין וואס דו ברענגסט. האב איך דען געזאגט אז ער גייט נישט קומען? איך האב געזאגט אז קיינער ווייסט נישט ווען ער גייט קומען, און האפן יעדן טאג אז ער קומט שוין מיינט נישט "האלטן" אז ער קומט היינט. דאס איז פשוט קאמאן סענס וואס יעדער אין בית המדרש קען דערהערן
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום סקעפטיקער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
פארשפארט