בלאט 7 פון 8

נשלח: דאנערשטאג מערץ 12, 2015 1:58 am
דורך yatzmachp

Re: מרס ווידער און אנדערע געזונטהייט איינרעדענישען

נשלח: מאנטאג מאי 04, 2015 1:41 pm
דורך [NAMELESS]
איך זיך חומר בענין הלכה ארום די קייטל שאקלעריי, ביטע ווער עס האט עפעס ווערט געבעטן מיטצוטיילן, יש''כ

נשלח: מאנטאג מאי 04, 2015 1:55 pm
דורך ונבנתה העיר
אפשר איז כדאי צו קוקן אין רי"מ מארגנשטערנ'ס בירור אויף מוח אחד, געדרוקט אין איינע פון זיינע ים החכמה'ס, עס איז מסתמא דא אויף היברו בוקס.

נשלח: מאנטאג מאי 04, 2015 4:27 pm
דורך chusid
איך ווייס קראנט אז ר' יעקב מאיר שעכטער האלט שטארק פון מח אחד

נשלח: מאנטאג מאי 04, 2015 4:53 pm
דורך ונבנתה העיר
וכן האדמו"ר מאמשינוב.

Re: מרס ווידער און אנדערע געזונטהייט איינרעדענישען

נשלח: מאנטאג מאי 04, 2015 5:15 pm
דורך [NAMELESS]
די קייטל האט מיט מח אחד?

Re: מרס ווידער און אנדערע געזונטהייט איינרעדענישען

נשלח: מאנטאג מאי 04, 2015 5:31 pm
דורך chaims
דאכט זיך אז מוח אחד האט נישט מיט א קייטל

נשלח: מאנטאג מאי 04, 2015 5:51 pm
דורך ונבנתה העיר
ניין.

נשלח: מאנטאג מאי 04, 2015 6:42 pm
דורך chusid
מח אחד גלייבט אויכט אין עפעס א פיזישע כח אין די לופט און מען טוט עס מיט די הענט אדער מיט א קייטל

נשלח: דינסטאג יוני 02, 2015 8:47 pm
דורך רויטע וואנצעס
איך קען נישט דערליידן אז אזא כופר ווי מיר אין די אלע נאטורליכע היילונגען, זאל שרייבן וואס איך גיי שרייבן, אבער כך הוה מעשה.

מיין 8 יעריגע טאכטער איז דיגנאזירט געווארן מיט אסמא דורך צוויי באזונדערע דאקטורים. זיי האבן געזאגט אז דאס איז עס, זי דארף גיין אויף שווערע מעדעצינען עד כי יבא שילה. מיין ווייב איז אין פארלוירנהייט געגאנגען צו א פיס קוועטשער דריי פיר מאל, און מיין טאכטער האט נישט קיין זכר פון אסמה. די דאקטורים פארשטייען נישט ווי ס'איז מעגליך. ניין, איך בין נישט סארקאסטיש.

בין איך א מאמין אין די חברה? איך ווייס נישט, אפשר איז עס א צופאל.

Re: מרס ווידער און אנדערע געזונטהייט איינרעדענישען

נשלח: דינסטאג יוני 02, 2015 9:18 pm
דורך שמערל
איז דאס די איינציגסטע זאך וואס זי האט געטוהן? קיין שום אנדערע טויש אין איר לעבנסשטייגער? ווי דייעט, וויטאמינען א. ד. ג.?

נשלח: דינסטאג יוני 02, 2015 9:20 pm
דורך יואליש
זי האט געגעסן שבת'דיגע יוך?

נשלח: דינסטאג יוני 02, 2015 9:30 pm
דורך [NAMELESS]
איך בין גראדע יא א שטיקל מאמין, אבער פון פיס קוועטשעריי האב איך נאכנישט געהערט. אינטרעסאנט ס'האט גענומען איינס צוויי אפילו ס'איז נאטורליך ? אפשר איז עס נישט אזא סעוויער קעיס, אדער איז דער היילונג שטארק עפעקטיוו. ברויך מען בודק זיין.

נשלח: דינסטאג יוני 02, 2015 10:59 pm
דורך רויטע וואנצעס
שמערל האט געשריבן:איז דאס די איינציגסטע זאך וואס זי האט געטוהן? קיין שום אנדערע טויש אין איר לעבנסשטייגער? ווי דייעט, וויטאמינען א. ד. ג.?


גארנישט ספעציעל, חוץ אסאך וואסער טרינקן לויט יענעמס רעקאמנדאציע.

נשלח: דינסטאג יוני 02, 2015 11:03 pm
דורך petergrifin
דו מײנסט אפשר Reflexology?

נשלח: דינסטאג יוני 02, 2015 11:10 pm
דורך רויטע וואנצעס
יא

נשלח: זונטאג מערץ 20, 2016 8:45 pm
דורך שמעקעדיג
לעצטנס שטויס איך זיך כסדר אן אין די וואונדערליכע 'סארנא מעטאד' וואס מיט איין וויזיט ווערן אלע סארטן יסורים פארשוואונדן... ממש עס טוישט דאס לעבן... מענטשן שרייבן כסדר בריוו ווי וואונדערליך עס ארבעט ביי זיי...

וויל איך דא פרעגן, איז דא פאראן איינער וואס האט עפעס א ידיעה דערין? יש דברים בגו? איז עס בכלל מעגליך? קען מיר איינער מסביר זיין בערך על רגל אחת די שפיץ איידיע דערפון? ווייסט איר פון איינעם וואס איז געהאלפן געווארן דורך דעם מעטאד?

(כ'בין נישט זיכער עס באלאנגט אין דעם אשכול, אבער כ'האב געטראכט עס לוינט נישט צו עפענען א פרישע אשכול. אויב וועט זיך עס אויספעלן וועט מען דאן צוטיילן).

נשלח: זונטאג מערץ 20, 2016 9:19 pm
דורך קאצקע ציקער
שמעקעדיג דאס איז זייער ווייט פון א איינרעדעניש.. און יא עס העלפט. און יא עס איז יש דברים בגוי. וביוד אויך... און יא ס'בכלל מעגליך.

נשלח: זונטאג מערץ 20, 2016 10:17 pm
דורך [NAMELESS]
"דאקטער אוז" איז א שטארקע שטיצער פון די סארנא מעטאד, קענסט דיך שוין פארשטעלן בערך ווי מ'שטייט...

סך הכל, פיקל זאפט דריי מאל א טאג איז פונקט אזוי ווירקזאם, און היבש ביליגער. פארשטייט זיך אז מ'גלייבט אמת'דיג דעראין. קיין העכערע ראטע ווי ערווארטעט פון א פלאסיבא אפעקט האט זי נישט באוויזן אין clinical trials.

נשלח: זונטאג מערץ 20, 2016 10:29 pm
דורך ונבנתה העיר
יא, ביודעי ומכירי, סארנא'ס מהלך איז די ריעל דיעל [נישט אין איין וויזיט], בתנאי אז מען האט קלאר מברר געווען אז עס איז נישט עפעס אן אפיציעלע געזונט פראבלעם.

על שפיץ השפיץ: ווען דער מח אונטערדרוקט פארשידענע הרגשים דרוקט זיך עס אויס אנטשטאט אין פיזישע יסורים. מען קען די יסורים פארטרייבן בכוח המחשבה און דורך יא אנערקענען די הרגשים.

סארנא איז נישט עפעס א לץ, ער איז א פראפעסאר אין NYU, דא האסטו זיינע ביכער.

נשלח: זונטאג מערץ 20, 2016 10:35 pm
דורך [NAMELESS]
ונבנתה העיר האט געשריבן:בתנאי אז מען האט קלאר מברר געווען אז עס איז נישט עפעס אן אפיציעלע געזונט פראבלעם.

נו על זה טאקע אנו דנין. Placebo Effect מיט chronic pain זענען נאנטע שוועסטער קינד כידוע. פארשטייט זיך ווילאנג די טריק ארבעט, כמובן.

נשלח: זונטאג מערץ 20, 2016 10:55 pm
דורך קאצקע ציקער
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:
ונבנתה העיר האט געשריבן:בתנאי אז מען האט קלאר מברר געווען אז עס איז נישט עפעס אן אפיציעלע געזונט פראבלעם.

נו על זה טאקע אנו דנין. Placebo Effect מיט chronic pain זענען נאנטע שוועסטער קינד כידוע. פארשטייט זיך ווילאנג די טריק ארבעט, כמובן.

גרויסע חכם! ביסט אזוי wrong דו!! מאך אביסל ריסערטש וויפל די 'טריק' האט געארבעט. איך פארשטיי אז דו ווילסט זיין סקעפטיקל צו א יעדע זאך ווייל דאס מאכט דיך פילן ווי א חכם, אבער דא ביסטו טאטעלי אף

נשלח: דאנערשטאג מערץ 24, 2016 11:04 am
דורך יהושע חיים
מען וויל זאגן אז הומופאטיק קען נישט ארבעטן ווייל עס האט נישט קיין נארמאלע הסבר
עס איז מיר געווען אינטערסאנט וואס איך האב געליינט וועגן אקאפאנטשער וואס עס האט נישט קיין נארמאלע הסבירים אבער דאך האט מען עס אויספראבירט (אויב עס איז פלאסיבא וכו') און עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז עס האט גאר א ווירקאנג (זיכער אז עס איז דא וואס לייקענען אזוי ווי מעדעצין האט זיך אויך זיינע מתנגדים)

מקען זיין סקעפטיש (וואס איך בין געווענטלך) אבער דא (אויב עס איז אמת) איז עס גאנץ אינטערסאנט



א דאקמענטרי אויף דער נושא פון bbc

https://www.youtube.com/watch?v=Qz8EgeyyZK0