בלאט 7 פון 10

נשלח: זונטאג אפריל 17, 2016 1:08 pm
דורך ליפא
מקען אן אויפהייבן א גארטל/קנין?

נשלח: זונטאג אפריל 17, 2016 1:32 pm
דורך פריש וואסער
מ'ברויך נישט אויפהייבן א גארטל, צו מאכן דעם רב א שליח צו פארקויפן די חמץ.
דער רב פארקויפט (פארשטייט זיך) נישט די חמץ אנליין.

Re: קורצע הלכהדיגע שאלות

נשלח: זונטאג אפריל 17, 2016 1:51 pm
דורך נולד מאוחר

נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:32 pm
דורך [NAMELESS]
איז דא געוויסע כלים וואס מ'טאר נישט כשר'ן? (למשל זאכן וואס מ'נוצט פאר הייסע עסן)

נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:36 pm
דורך געוואלדיג
זיי זיך בעסער מסביר, פון וועלכע כלים רעדסטו? און פארוואס טראכסטו אז מען מעג נישט?

נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:38 pm
דורך [NAMELESS]
איך רעד פון טעפ בעכערס זילבערנע עסצייג וכו' נישט קיין בעקעלעך אדער פלעסטיק. די שאלה איז ווייל ס'האט געהאט הייסע בליעות פון חמץ. און אפשר העלפט נישט די כשר'ן פארדעם?

נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:44 pm
דורך נהורא נפישא
הגעלה איז דאך נאר ביי הייסע זאכן (אקעי אויך ביי כבוש)
אלעס כשר'ט מען לפי תשמישו ווייל כבולעו כך פולטו.
ס'דא הגעלה ברותחין.
ליבון קל
ליבון חמור
כלי מתכות קען מען אייביג כשר'ן
ס'דא עטליכע חומרות אין רמ"א לגבי כלים וואס מ'קען נישט צונעמען אדער אזעלכע כלים ווי א מעל זופ
כלי חרס כשר'ט מען נישט אין אלגעמיין נאר אין געוויסע אופנים
האלץ קען מען כשר'ן אבער פרובירט דאס נישט אויף אייער פורניטשער
כלי זכוכית אויף פסח כשר'ט מען נישט ביי אשכנזים
דאס עצם כשרן ביי אונז איז סתם א חומרא רחוקה ווייל מ'נוצט נישט די זעלבע כלים אויף פסח, און די טישן דעקט מען דאך איבער
בכלל די היינטיגע כלי מתכות זענען נישט בולע, איך ווייס נישט צו מ' פארלאזט זיך אויף דעם למעשה.
בכלל איז דאס כשר'ן א טיש אדער קאנטער, נישט מוכרח ווייל קיינער לייגט נישט בעצם אראפ הייסע זאכן אן עפעס א דבר חוצץ, ממילא בכגון דא האבן חז"ל נישט גוזר געווען צו כשר'ן ( נאר טעפ וכדומה כאטש ס'איז אן אינו בן יומו)

נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:51 pm
דורך [NAMELESS]
נהורא נפישא האט געשריבן:בכלל די היינטיגע כלי מתכות זענען נישט בולע, איך ווייס נישט צו מ' פארלאזט זיך אויף דעם למעשה.


איך מיין אז אמאל איז דאס אויך נאר געווען א חשש און נישט קיין זיכערע זאך.

נהורא נפישא האט געשריבן:בכלל איז דאס כשר'ן א טיש אדער קאנטער, נישט מוכרח ווייל קיינער לייגט נישט בעצם אראפ הייסע זאכן אן עפעס א דבר חוצץ.


א דבר חוצץ קען אויך זיין א דינע פאפיר אדער פלעסטיק אין ס'קען יא אדורכגיין.

נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:56 pm
דורך נהורא נפישא
ס' איז גענוג א דבר חוצץ כדי קליפה, און אז ס'גייט דורך אמאל אמאל ווערט עס נישט נאסר אויב ס'האט זיך עפעס אויסגעגאסן ביפאר 24 שעה. אבער צו דארפן לכתחלה כשר'ן מן יימר אז חז"ל האבן מחייב געווען.
די אמאליגע טעפ וואס זענען איירען קעסט האבן עטוואס בולע געווען, ס'איז נאך היינט דא די טעפ, ספעציעל צום גרילן.
אה"נ די הלכה פון משער זיין כנגד כל דופן הכלי איז א מאדנע דין.

נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 11:35 pm
דורך שמעקעדיג
די באקוקטע מרור וואס מען קויפט אין די געשעפטן, איז טאקע מותר צו עסן אזוי בלי שום חשש פון שרצים? אדער עס איז יא כדאי צו איבערוואשן?

נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 11:37 pm
דורך קאווע טרינקער
שמעקעדיג האט געשריבן:די באקוקטע מרור וואס מען קויפט אין די געשעפטן, איז טאקע מותר צו עסן אזוי בלי שום חשש פון שרצים? אדער עס איז יא כדאי צו איבערוואשן?


איבערוואשן איז א חומרא דאתי לידי קולא, ווייל די וואסער קען touchען די מצה, למשל ביי כורך, רח"ל

נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 11:46 pm
דורך שמעקעדיג
איך פרעג נישט אויב עס איז א חומרא, נאר צי מען מוז.

כ'האף ביסט סארקאסטיש. שרצים איז א דאורייתא (מער ווי איינס) משא"כ געבראקס?

נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 11:55 pm
דורך געוואלדיג
איך ווייס נישט צו מען מוז, מומלץ איז עס זיכער

נשלח: מיטוואך אפריל 20, 2016 12:11 am
דורך יין שרף
שמעקעדיג האט געשריבן:די באקוקטע מרור וואס מען קויפט אין די געשעפטן, איז טאקע מותר צו עסן אזוי בלי שום חשש פון שרצים? אדער עס איז יא כדאי צו איבערוואשן?


הא לן והא להו

נשלח: מיטוואך אפריל 20, 2016 12:18 am
דורך [NAMELESS]
יעדער הכשר האט אנדערע הלכות און ע"פ רוב גייען זיי מיט חזקת חזקה אחוץ די מער פרומערע הכשרים. נאכאמאל בודק זיין אליין קען מען אייביג, און ס'איז גאנץ א פאפולערע חומרא.

נשלח: מיטוואך אפריל 20, 2016 12:52 am
דורך [NAMELESS]
שמעקעדיג האט געשריבן:די באקוקטע מרור וואס מען קויפט אין די געשעפטן, איז טאקע מותר צו עסן אזוי בלי שום חשש פון שרצים? אדער עס איז יא כדאי צו איבערוואשן?

עד אחד נאמן באיסורין.
ווער איז פרומער ווי די תורה?

נשלח: מאנטאג מאי 23, 2016 8:10 pm
דורך [NAMELESS]
ביז ווי אלט מעג א אינגעל האבן א פרוי טיטשער?

Re: קורצע הלכהדיגע שאלות

נשלח: מאנטאג מאי 23, 2016 8:12 pm
דורך mevakesh
על פי הלכה? לכאורה אייביג

נשלח: מאנטאג מאי 23, 2016 8:16 pm
דורך [NAMELESS]
איך האלט פשוט אינמיטען אויספלאנירן די פרטים פון מיין נייע ת"ת

נשלח: מאנטאג מאי 23, 2016 11:43 pm
דורך יהושע חיים
בן אדם האט געשריבן:ביז ווי אלט מעג א אינגעל האבן א פרוי טיטשער?


לבי אומר לי (איך האב נישט קיין מקור) אז ווען עס איז יודע טעם ביאה איז אסור אזוי ווי ביי הלכות יחוד, און עס איז נישט בעסער ווי עס שטייט אין הילכות יחוד אז א בחור זאל נישט זיין קיין מלמד ווייל די מאמעס נעמען אפ די קונדער און עס קען ווערן א קנעקשאן וכו' קל וחומר הכי

נשלח: זונטאג אוגוסט 07, 2016 8:34 am
דורך קנאקעדיג
פארשלאפן הבדלה קען איך מאכן יעצט הבדלה אויף מיץ ענבים??

נשלח: זונטאג אוגוסט 07, 2016 9:10 am
דורך איך אויך
מאך אויף ביר.

Re: קורצע הלכהדיגע שאלות

נשלח: זונטאג אוגוסט 07, 2016 9:15 am
דורך נעגעל וואסער
קנאקעדיג האט געשריבן:פארשלאפן הבדלה קען איך מאכן יעצט הבדלה אויף מיץ ענבים??

גוטע שאלה.
פאק דיר צוריק אין בעט ויהא מונח עד שיבוא אליהו...