איך ליין שוין קאווע שטיבל פון די טאג ס'האט זיך געעפענט, און פילע מאל געקלערט זיך איינצושרייבן צו נישט. די 'ניין' האט אייביג געווינען, און אוי איז ער דעמאלטס גערעכט געווען...
די 'ניין' האט פייערליך געשריגן "שעפטעל'ע (ער רופט מיך בלשון חיבה) ס'איז אן אדיקשען ווי דיין רעגולער קאווע געטרינקאכץ, אזוי ווי ביי א תענית דרייסטו דיך ארום מיט א קאפ ווייטאג ווייל די קאווע פעלט דיר, עד כדי כך אז דו שרייסט אז ווען די רבנן וואלטן יעצט גוזר תענית געווען וואלטן זיי ערלויבט איין קליינע זיבן אונס קאפ קאווע אינדערפרי און נאכדעם פאסט פארן טאג, אזוי העסטו אויסקוקען איינמאל די וועסט דיך איינשרייבן". פון די אנדערע זייט האט 'יא' געטרייבערט, "שעפ (מער קיל געשטימט) וואס גייט דיך אן? העכסטענס העסטו שרייבן, האסט דען בעסער וואס צו טוהן אייביג?".
למעשה האב איך מיך טאקע איינגעשריבן, ווייל די 'יא' איז מער געווען שארף צום פונקט אן קיין געשרייערייען, און אזוי ווער איך צוגעצויגן מער און מער צום פארום. און פון 'א גאסט אין שטיבל' בין איך שוין 'מאנשי שלומינו'...
עניוועיס, כ'האף דער עולם העט כאטש הנאה האבן און פארדינען און די מין-טיים וועל איך האבן וואס צו טוהן.
איך ליין שוין דעם הערליכן שטיבעל א לאנגע צייט, און עס באדערט מיר אז ערשט יעצט האב איך גענימען די קוראזש צו מאכן א ניק און געמאלדען שלעכטע נייעס - די ביטערע מעשה וואס איז נעכטן געשעהן אין א חסידישע קעמפ. אבער איך וועל אי"ה מיטטיילען גוטע נייעס אויך.