בלאט 7 פון 26

נשלח: דינסטאג אוגוסט 07, 2012 1:15 pm
דורך שמעקעדיג
פויער האט געשריבן:ביטע פארשעמט מיר נישט דא! איך בין א נייער דאהי.

אגב ווי ליגט די צוקער דא אין שטיבל?...


פארשעמען? חס וחלילה! א פויער אין שטיבל איז אלץ וועלקאם.
ס'איז נאר כדאי זיך דא אריינצוסיינען בעפאר מען נעמט די צוקער.

און ס'ליגט אויבן אויף די רעכטע זייט אונטער די צווייטע שעלף.

כאפ א זופ קאווע, און הייב אן צו גיסן, ויפוצו מעיינותיך חוצה.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 07, 2012 1:16 pm
דורך שמואל הלוי
ברוך הבא פויער, צוקער שטעלט מען נישט צו דא, מ'ברויך אליין באצוקערן ציט צוקערדיגע תגובות.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 07, 2012 1:17 pm
דורך שמעקעדיג
שלום עליכם "פויער"!

מאך זיך באקוועם, און שטעל דיך אויפן סטעידזש זאגן דרשות......

נשלח: דינסטאג אוגוסט 07, 2012 1:36 pm
דורך פויער
פאסט פאר א פויער זיך אויפצושטעלן רעדן פאר אזא חשוב'ן עולם?!...

נאר, אין מסרבין לגדול, העמיר אנהייבן...

נשלח: דינסטאג אוגוסט 07, 2012 1:49 pm
דורך געפילטע פיש
שמעקעדיג האט געשריבן:פארשעמען? חס וחלילה! א פויער אין שטיבל איז אלץ וועלקאם.

בייסיג...

נשלח: דינסטאג אוגוסט 07, 2012 1:50 pm
דורך שעפטל
שלום עליכם מיינע חשוב'ע קאווע מיט-טרינקערס.

איך ליין שוין קאווע שטיבל פון די טאג ס'האט זיך געעפענט, און פילע מאל געקלערט זיך איינצושרייבן צו נישט. די 'ניין' האט אייביג געווינען, און אוי איז ער דעמאלטס גערעכט געווען...

די 'ניין' האט פייערליך געשריגן "שעפטעל'ע (ער רופט מיך בלשון חיבה) ס'איז אן אדיקשען ווי דיין רעגולער קאווע געטרינקאכץ, אזוי ווי ביי א תענית דרייסטו דיך ארום מיט א קאפ ווייטאג ווייל די קאווע פעלט דיר, עד כדי כך אז דו שרייסט אז ווען די רבנן וואלטן יעצט גוזר תענית געווען וואלטן זיי ערלויבט איין קליינע זיבן אונס קאפ קאווע אינדערפרי און נאכדעם פאסט פארן טאג, אזוי העסטו אויסקוקען איינמאל די וועסט דיך איינשרייבן".
פון די אנדערע זייט האט 'יא' געטרייבערט, "שעפ (מער קיל געשטימט) וואס גייט דיך אן? העכסטענס העסטו שרייבן, האסט דען בעסער וואס צו טוהן אייביג?".

למעשה האב איך מיך טאקע איינגעשריבן, ווייל די 'יא' איז מער געווען שארף צום פונקט אן קיין געשרייערייען, און אזוי ווער איך צוגעצויגן מער און מער צום פארום. און פון 'א גאסט אין שטיבל' בין איך שוין 'מאנשי שלומינו'...

עניוועיס, כ'האף דער עולם העט כאטש הנאה האבן און פארדינען און די מין-טיים וועל איך האבן וואס צו טוהן.

זייטס מיר און האטס מיר פאר ביזדערווייל.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 07, 2012 2:12 pm
דורך שמואל הלוי
אוודאי האבן מיר הנאה פון דיר, לאז זיך הערן ווי מער.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 07, 2012 2:12 pm
דורך שמעקעדיג
געפילטע פיש האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:פארשעמען? חס וחלילה! א פויער אין שטיבל איז אלץ וועלקאם.

בייסיג...


רצונו של אדם זהו כבודו.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 07, 2012 2:41 pm
דורך יידל
פויער האט געשריבן:ביטע פארשעמט מיר נישט דא! איך בין א נייער דאהי.

אגב ווי ליגט די צוקער דא אין שטיבל?...

שאלה גדולה שאלת. "ווי זענען די קאצקעלעך?" האט ראשעקאל געשריגן חדשים צוריק. נאך א שטיקל טענה'ריי, האט די הנהלה ארויסגעגעבן די קאצקעלעך.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 08, 2012 8:02 pm
דורך Espresso
ך' דריי מיך שוין דא א תקופה אבער זיך נאך קיינמאל נישט געהעריג באגריסט, אלזא מעלייכעמשאלעם, שאמעלייכעם, טענק יו.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 08, 2012 10:09 pm
דורך יאנקל
העלא עספרעסא. אנגענעם זיך צו באקענען.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2012 10:54 am
דורך שלומכן יסגא
איך ליין שוין דעם הערליכן שטיבעל א לאנגע צייט, און עס באדערט מיר אז ערשט יעצט האב איך גענימען די קוראזש צו מאכן א ניק און געמאלדען שלעכטע נייעס - די ביטערע מעשה וואס איז נעכטן געשעהן אין א חסידישע קעמפ. אבער איך וועל אי"ה מיטטיילען גוטע נייעס אויך.

שלום עליכם טייערע אידן!

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2012 11:31 am
דורך שמעקעדיג
עליכם השלום, און וועלקאם!! שפירט אייך היימיש.

זאל מען טאקע הערן נאר גוטע בשורות!

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2012 6:19 pm
דורך Espresso
יאנקל האט געשריבן:העלא עספרעסא. אנגענעם זיך צו באקענען.

יישר

נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2012 9:48 pm
דורך ברוין
געווען זייער פארנומען די לעצטע פאר וואכן. מ'האף מיר צוריק צו זיין מיט א פרישקייט. שלום עליכם עגעין

נשלח: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 2:26 pm
דורך קורץ און שארף
שלום עליכם טייערע ברודער!

אט דאס איז די גליקליכע ערשטע תגובה מיינער.

לאמיר האפן אז גוטע תגובות וועלן נאכפאלגן צו די הנאה פון אייך און פון מיך.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 2:30 pm
דורך שמואל הלוי
שלום עליכם אייך 'קטן וחריף'.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 2:36 pm
דורך קארלסבורג
עליכם השלום קורץ און שארף (ביטע נישט צו שארף...).

נשלח: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 2:41 pm
דורך געפילטע פיש
שמואל, קורץ איז קצר, נמוך, אדער גוץ, אבער נישט קטן.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 2:55 pm
דורך שמואל הלוי
יאיא ס'איז א פליטת הקולמוס, סארי.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 5:52 pm
דורך געפילטע פיש
מחול לך.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 6:07 pm
דורך שמעקעדיג
זר זהב, איך גלייך דיין נייע קרוין!
אין מיינע אויגן האט עס א שענערע חן ווי די פריערדיגע.
א שטייגער ווי טוישן פון א שטאפענע הוט צו א פלאכע ביבער הוט!!...

(ווייטער געטוישט הוטן וואס שמעקט דיר)

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 7:02 pm
דורך משה רוקח
שמעקעדיג האט געשריבן:זר זהב, איך גלייך דיין נייע קרוין!
אין מיינע אויגן האט עס א שענערע חן ווי די פריערדיגע.
א שטייגער ווי טוישן פון א שטאפענע הוט צו א פלאכע ביבער הוט!!...

(ווייטער געטוישט הוטן וואס שמעקט דיר)

איך האלט אויך ס'איז שענער, איך האב נאר נישט געוואוסט ווי עס צו שרייבן.