בלאט 7 פון 7
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 11:25 pm
דורך קווארטין
כעל דיר זאגן דעם אמת, כ'קען נישט וויזניץ צופיל וויזניץ טעיפס, חוץ פון די זמירות מנוחה ושמחה. אלענספאל, ס'קוקט אויס ווי מיר האבן דיפערענט מיינונגען. כ'ווייס פון נאך מענטשן וואס ווערן אנטציקט פון ר' ירמי' דמן'ס קול, אין סאטמאר האט מען אים געברענגט צו א שבע ברכות, אבער פאר מיר רעדט נישט זיין קול עפעס ווער ווייסט וואס, פאר מי איטס מאר היס וועי אף סינגינג. האמער דאך געשמועסט על טעם וריח.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 11:40 pm
דורך חאצקל
אזוי ווי דו זאגטס, על הטעם ועל הריח וכו', און מיין כונה איז טאקע נישט געווען זיך צו טענה'ן איבער געשמאק, איך האב פשוט געוואלט אויסקלארן אז דערפאר ואוס איך און נאך זייער א סך זענען ווי משוגע פאר זיין זינגען קען ירמי' נישט אריין גיין אינעם קאטעגאריע פון א זינגער וואס איז אויפגעכאפט צוליב א אגענדע, איבערהויפט אז מ'זעט אז אנדערע זינגער פון חצרות חסידות זענען נישט געווארן אויפגעכאפט.
און באמת, אפילו בן ציון שנקר, כאטש ער איז טאקע נישט קיין הערליכער זינגער, האט ער אבער א זעלטענער מוזיקאלישער טעם , איך ווייס אויך נישט צו ער וואלט מצליח געווען ווען ער זינגט יוסי גרין'ס ניגונים, אבער ווען ער גיט ארויס א טעיפ מיט ניגונים פון יענקל תלמוד, מאדזיץ, און פון אנדערע פארצייטישע קאמפאוזערס וואלט ער לכאוקא מצליח געווען ווייל ער זינגט אפ א ניגון אייזן שטארק, און ער גיט אריין אין א ניגון א מוזיקאלישע טעם אין יעדער ניגון (דאס קען שון זיין א אגענדע).
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 9:24 pm
דורך חאצקל
קווארטין, איך קלער אז איך הייבט אן יורד צו זיין לסוף דעתך פארוואס דו טראכסט אזוי איבער ירמי' דמן אז ער וואלט נישט געווען קיי שטערן פאר זיך אליין.
ווען א זינגער זינגט אויף זיין זעלבסשטענדיגער טעיפ ווי זיין נאמען איז דאס וואס דער טעיפ טוט מיט זיך פארשטעלן (אין אנדערע ווערטער: זיין נאמען איז דער אגענדע), דאן איז דער זינגער מער בולט ווי ווען א זינגער זינגט אויף א טעיפ וואו ער איז נישט דער הויפט מחותן וו.צ.ב. א טעיפ פון א חסידות (דער חסידות אגענדע).
מיט דעם כלל ווערט מיר פארשטענדליך פארוואס דו האלסט אז ירמי' דמן וואלט נישט געווען קיין שטערן טאמער וואלט ער ווען לכתחילה ארויס געקומען מיט זעלבסשטענדיגע טעיפ'ס, טאקע וויבאלד בעלז איז אן אגענדע פאר זיך דעריבער איז ירמי' נישט בולט אזוי שטארק ווי אנדערע שטארקע זינגערס בעיקר צוליב ואוס ער זינגט נישט מיטן גאנצן ברייטקייט ווי זעלבסשטענדיגע זינגערס, און דעריבער קוקט אויס פאר אונזער ניק קווארטין אז ווען נישט בעלז וואלט ער ווייט נישט געווען אזוי פאפולער בעת דער אמת איז אז ווען נישט בעלז וואלט ער הערשט געווען א שטערן.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 18, 2012 2:07 pm
דורך חאצקל
הכלל, היוצא לנו פון אונזער שמועס אז איזה חכם המכיר את מקומו. צומאל קען זיין א זינגער מיט פעאיגקייטן מהנה צו זיין דען עולם מיט זיין נגינה, אבער טאמע מאכט ער נאך אנדערע זינגער'ס וועט ער נישט מצליח זיין וויבאלד ער ניצט נישט זיינע פעאיגקייטן. א גיטער ביישפיל ביי מיר איז מיכאל שניצלער, ווען ער וואלט ווען נאכגעמאכט מאדכי בן דוד וואלט ער לכאורה געווען א דורך פאל פון א זינגער, נאר היות ער פארמאגט געוואגטקייט און א נייגונג צו אייגנארטיגקייט האט ער מיט זיין באסאווע שטימע און סענס אוו יומער אויסגעארבעט אן אייגנארטיגער מהלך וואס איז געווארן באליבט ביים ציבור.
און אזוי איז דא א סך זינגער וואס ווען זיי פאסן צו ניגונים צו זייער אייגנארטיגקייט וואלטן זיי מער מצליח געווען, אויב קענען זיי געפונען אין זיך א סטייל וואס זאל פאראינטרעסרין דעם ציבור.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 18, 2012 2:09 pm
דורך זר זהב
און נאכדעם זענען געקומען אנדערע און נאכגעמאכט מיכאל... הגם ס'גרינגער נאכצומאכן מיכאל ווי MBD, האבן זיי אויך היבש געפלאפט
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 9:06 pm
דורך חאצקל
נאך איינער וואס האט זיך צוגעפאסט א אייגנארטיגער מהלך איז דדי גראוכער. און אפשר אויך בערי וועבער.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 9:08 pm
דורך זר זהב
איך האב אויך אן אייגענעם מהלך
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 9:13 pm
דורך שמעקעדיג
וואו קען מען דיר הערן, זר?
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 9:15 pm
דורך זר זהב
ביי מיין שבת טיש
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 9:21 pm
דורך חאצקל
דו האסט דאך שטענדיג צו זינגען און צו זאגן...
נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 2:09 pm
דורך פיקציע
ילד הפלא (?!) יענקי שטערן פון ארץ ישראל
וועט זינגען היינט נאכט אין וויליאמסבורג פאר רופא חולים
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=or5sJFLFO1I[/youtube]
נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 6:34 pm
דורך טעפל
פיקציע האט געשריבן:ילד הפלא (?!) יענקי שטערן פון ארץ ישראל
וועט זינגען היינט נאכט אין וויליאמסבורג פאר רופא חולים
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=or5sJFLFO1I[/youtube]
האסט פארגעסן צו שרייבן אז ער זינגט דא אין שפיטאל.
נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 3:33 pm
דורך פיקציע
שוין נאכן זיין א בחור'ל אין שפיטאל איז יענקי שטערן צוריק געווארן א (ווינדער) אינגעל ביי די רופא חולים דינער.
מערקט די ווערטער אויפן טאוועל "דער וועלט בארימטער וואונדער קינד פון בני ברק הילד יעקב שטערן נ"י"
עמאציאנאלע פרעזענטאציע, אראנדזשירט דורך המזמרים כאר. ווידעאו קרעדיט: די וואך.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=zM6XzUViR-o[/youtube]
נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 4:17 pm
דורך טעפל
איך האב מיך אויך געוואונדערט אויף דעם וואו איז ער פלוצלינג צוריק געווארען א קינד? אפשר איז עס בלויז א פיקציע?
נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 4:13 pm
דורך גאטס גענעראל
שעפטל האט געשריבן:חאצקל האט געשריבן:צודק גרינוולד - חזן און זינגער - האט עמיצער געהערט?
ארויסגעגעבן א געוואלדיגע סידי מיט הערליכע ניגונים פון יוסי גרין
נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 1:27 pm
דורך על המחיה
גאטס גענעראל האט געשריבן:שעפטל האט געשריבן:חאצקל האט געשריבן:צודק גרינוולד - חזן און זינגער - האט עמיצער געהערט?
ארויסגעגעבן א געוואלדיגע סידי מיט הערליכע ניגונים פון יוסי גרין
די סידי זיינע רופט זיך אחים Brothers
א הערליכע ארבעט
זעה
דא
פאר מעהר אינפארמאציע
cantorscenter.com/chazzanim/chazzanim.html#Tsudik_Greenwald