בלאט 7 פון 12

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 5:56 pm
דורך שטילע אינגערמאן
דערנאך מיט שטיין אויפן קארנער כאפן ווי-פיי פון די שכן,
ס'גייא אי"ה בקרוב זיין ווי-פיי איבער גאנץ נוא יארק סיטי.
ס'גייט זיין אוועק געשטעלט אויפן גאסן פענסי כמו פאבליק טעלעפאונען איו מ'גייט קענען מאכט קאלל'ס דערפון אויך.


http://techcrunch.com/2014/11/17/nyc-la ... i-network/

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 9:33 pm
דורך יין שרף
אז מען דערלעבט דערלעבט מען ווי די רבנים גייען האקן אויף די פאבליק טעלעפאונס...

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 10:26 pm
דורך נולד מאוחר
פאר די ספיד וואס זיי שטעלן צי לוינט זוך באלד צי ווערן האם-לעס. 20 מאל שנעלער ווי מיין היים/אפיס אינטערנעט.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 4:47 pm
דורך שמעקעדיג
דער סמארטפאון איז געווארן אן אינטעגראלער חלק אין רוב פאלק'ס לעבן, און נעמט כסדר איבער מער טעגליכע פונקציעס.

מאנכע עירליינס פלאנען בקרוב צו נוצן סמארטפאונס אלס א דיזשיטעל טיקעט און באורדינג פעסס;
מען קען שוין היינט נוצן דעם פאון אין געוויסע געשעפטן צו באצאלן אנשטאט א קרעדיט קארד, ווי עפל פעי, גוגל וואלעט, אדער סאפט-קארד אויף ענדרויד (ערזעצט אייסיס ז"ל);
טייל האטעלן ערלויבן שוין צו נוצן דעם סמארטפאון צו עפענען אייער האטעל צימער אנשטאט דעם פרי-פראגראמירטן קארטל;

יעצט קומט די נייעס אז אייאווע וועט זיין די ערשטע סטעיט אין אמעריקע צו מאכן דיזשיטעל "דרייווערס לייסענס" אויפן סעלפאון...

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 8:38 pm
דורך יין שרף
נאך אביסל וועט מען אויך מאכן די ראוד טעסט אויפן פאון... שפילען אזא רעיסינג געים, אויב די סקאור איז איבער 120 באקומט מען לייסענס...

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 11:07 am
דורך נולד מאוחר

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 11:36 am
דורך שמעקעדיג

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 1:39 pm
דורך שמעקעדיג
ווער געדענקט נאך די אמאליגע 3D קוקער'ס???
יעצט קענט איר באזוכן איבער די וועלט מיט א ענליכע איידיע

Explore Street View With Google Cardboard

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 1:16 pm
דורך פאלענד ספרינג
שמעקעדיג האט געשריבן:יעצט קומט די נייעס אז אייאווע וועט זיין די ערשטע סטעיט אין אמעריקע צו מאכן דיזשיטעל "דרייווערס לייסענס" אויפן סעלפאון...


און אויב מיין בעטערי איז טויט ווען דער פאליציאנט שטעלט מיר אפ?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 7:43 pm
דורך פליקער
וועט דער האווייען מיזן נעמען די מי, אין אריין טינקען זיין אנדערע האנט, וואס האלט נישט די הייסע הינט, אין די אינטישטע טאש און ארויסציען זיין פאפירענע לייסענס

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 11:16 pm
דורך פאלענד ספרינג
הייסט אז מען וועט אויך מוזן האבן די געהעריגע לייסענס? אויב אזוי וואס איז די אויפטוה?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 12:43 am
דורך פליקער
פאלענד ספרינג האט געשריבן:הייסט אז מען וועט אויך מוזן האבן די געהעריגע לייסענס? אויב אזוי וואס איז די אויפטוה?

מען ברויך טיען נישט חלילה אויפטיען

נשלח: זונטאג דעצעמבער 28, 2014 9:02 pm
דורך לאליפאפ
מיליאנע טוויטער באנוצער זענען געווארן ארויסגעלאגט פון טוויטער נאך א פעלער אין טוויטער'ס סערווערס. דערווייל אפערירט טוויטער נאר פון iOS עפפ.

נשלח: זונטאג יאנואר 11, 2015 5:48 pm
דורך שמעקעדיג
ס'קוקט אויס ווי דער עולם דא איז מער אינטרעסירט אין האקן אויפן סיסטעם ווי דיסקוסירן מעידזשאר טעכנאלאגישע נייעס. אנדערש איז שווער צו פארשטיין פארוואס קיינער האט נאך נישט בארירט דעם נושא פון CES 2015

דאס איז אזא שאו וואס מען מאכט יעדע אנהייב יאר, וואס צייגט וואס צו ערווארטן דעם קומענדיגן יאר אויפן טעכנאלאגיע פעלד, פון נייע קאמפיוטערס, טשיפס, זייגערס, קעמרעס, טעלעפאנען און טעבלעטס, בעטעריס, ווייערס און טשארשדזשינג קעפעביליטיס, ועוד ועוד.

אין א ניסל שאלאכץ, זענען די הויפט נייעס דאס יאר געווען די נייע ווינדאוס 10 וואס מייקראסאפט גייט ארויסגעבן אין די נעקסטע פאר חדשים, וועלכע וועט ערזעצן דעם פארפיינטעטן ווינדאוס 8.1; נייע (פינפטע ג'ענעראציע) פראסעסאר טשיפס פון אינטעל ("בראודוועל") וועלכע וועט העלפן לעפטאפס לעבן לענגער אויף באטערי ווי אויך בעסערע גראפיקס, אבער דאס איז נאר א צייטווייליגע זאך, זינט זיי ארבעטן שוין אויף א נייערע ווערסיע (גערופן "סקיי לעיק") וועלכע וועט ערשיינען די צווייטע האלב יאר פון 2015.

ווי אויך איז אין די נייעס די נייע USB פלאג (TYPE C), וועלכע וועט ערזעצן אלע USB פון סעלפאנ'ס און קאמפיוטער'ס, עס וועט זיין פיל שנעלער צו טראנספערירן דאטא (דאפעלט די שנעלקייט פון USB 3.0), אויכעט וועט עס טשארדזשן דעווייסעס פיל שנעלער. ווי אויך וועט מען עס קענען אריינשטעקן פון ביידע זייטן כדי נישט צו מאכן די קאנעקטינג פראצעדור אזוי קאמפליצירט, גענוי ווי עפל האט לעצטנס געטוישט.

נשלח: מאנטאג יאנואר 12, 2015 1:32 pm
דורך שמעקעדיג
פאר מער דרוקט דא

http://www.pcmag.com/ces

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 12:02 am
דורך שמעקעדיג
מייקראסאפט האט היינט אין א איבערראשנדן שריט געמאלדן - בשעת'ן פארשטעלן דעם נייעם ווינדאוס 10 וועלכע דארף ערשיינען אינמיטן יאר 15' - אז די נייע ווינדאוס וועט ווערן צוגעשטעלט גענצליך אומזיסט פאר ווינדאוס 7 און 8 באנוצער!

א שטארקע שריט, אוועק פון זייער געלט גייציגע היסטאריע, און איז באגריסענסווערד. די הנחה איז נאר דעם ערשטן יאר וואס ווינדאוס וועט ערשיינען. דערנאך וועט עס עקספייערן.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 1:15 am
דורך נולד מאוחר
גוגל גייט אנהויבען פארקויפן סעלפאן סערוויס פלענס

נשלח: פרייטאג פעברואר 27, 2015 11:14 am
דורך שמעקעדיג
מדינת ישראל קאמפאני ערצייגט א טעכנאלאגיע צו קענען טרעפן פארקינג פלעצער.

https://www.yahoo.com/tech/new-apps-in- ... 53414.html

נשלח: מיטוואך מערץ 04, 2015 12:45 pm
דורך [NAMELESS]
sandisc האט געמאלדן זיי גייען בקרוב פארקויפן א microsd פון 200gb
http://finance.yahoo.com/news/sandisk-u ... 05571.html

נשלח: זונטאג אפריל 26, 2015 10:57 am
דורך שמעקעדיג
דאס איז נישט ממש טעכנאלאגישע נייעס (ענדערש ריסערטש), אבער כדאי צו מפרסם זיין.

רוב מענטשן דאונלאודן אומזיסטע עפפס ענדערש ווי באצאלטע. אז מען קען האבן אומזיסט, מיט בלויז אפאר נארישע עד'ס אין דער זייט, צו וואס צאלן?
שטעלט זיך אבער ארויס אז די עד'ס זענען גורם מער ווי שמירת עינים פראבלעמען. עס זייגט פיל מער בעטערי (בערך 16% לויט שטודיעס), עס פארנוצט פיל מער דאטא, ווי אויך פארנוצן זיי מער מעמארי פונעם פאון.
פאר רוב מענטשן וואלט זיך אויסגעצאלט צו צאלן די פאר דאלער פאר א שנעלערע מאשין מיט לענגערע בעטערי לייף (ביז 2 שעה לענגער, אין געוויסע שטודיעס!)

http://www.worldstart.com/are-free-apps ... tery-life/

Re: טעכנאלאגישע נייעס

נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 11:45 pm
דורך חאצקעל שניידער
קענסטאך פארדעם האבן א עד בלאקער

Re: טעכנאלאגישע נייעס

נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 9:13 am
דורך נופת צופים
חאצקעל שניידער האט געשריבן:קענסטאך פארדעם האבן א עד בלאקער

די שאלה איז וואס דער עד בלאקער טוהט למעשה. לכאורה באהאלט עס פשוט דעם עד און באמת איז עס נאך דארט און ס'ראנט נאך אלץ די פראסעסעס און נוצט די אינטערנעט.

Re: טעכנאלאגישע נייעס

נשלח: דאנערשטאג מאי 28, 2015 6:08 pm
דורך נולד מאוחר