בלאט 7 פון 19

נשלח: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 2:26 pm
דורך געפילטע פיש
אנשטאט פארקויפן די אינטערנעט, מ'קען פשוט פארקויפן די רבנים פאר א גוי און פטור אנייסעק.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 6:28 pm
דורך שמעקעדיג
במה דברים אמורים, ווען דער רב/רבי איז אריינגעוועלט געווארן דורך אונז, און ער פארשטייט דעם 'לאו שררה אני נותן לכם רק עבדות', דאן איז ער אונזעריגער חפץ און מען קען אים פארקויפן; משא"כ די משתלטים על הציבור קען מען נישט הלכה'דיג לכתחילה, ואולי לעיקוואד ימצא דרך היתר.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 10:32 pm
דורך געפילטע פיש
נאר פאר די אריינגעוועלטע דארף מען א היתר מכירה, די קנין פון די משטלתים האט קיינמאל נישט חל געווען, אלס זכין לאדם, ואין חבין לאדם שלא בפניו.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 10:52 pm
דורך נהורא נפישא
דרך אגב דער רעבע וואס איז יא מוציא-נישט מוציא מיט זיינע תקיעות איז די מערסט וואקאציאנירטע רעבע אויפן ערד קוגעל ער איז אין די שווייץ אליין מער וויפיל איך גיי אין טוילעט

נשלח: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 11:02 pm
דורך בעל הבית
נהורא נפישא האט געשריבן:דרך אגב דער רעבע וואס איז יא מוציא-נישט מוציא מיט זיינע תקיעות איז די מערסט וואקאציאנירטע רעבע אויפן ערד קוגעל ער איז אין די שווייץ אליין מער וויפיל איך גיי אין טוילעט


כדי צו פארשטיין בעסער ברענג איך נאכאמאל דעם בילד

נשלח: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 11:26 pm
דורך זר זהב
זענען זיי אונז מוציא מיט זייערע שנארכעצעס, קרעיזיס

נשלח: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 11:32 pm
דורך נהורא נפישא
אויב נישט תקיעות העט זיין נפיחות

נשלח: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 11:43 pm
דורך קאווע טרינקער
איין מינוט, ווער זאגט אז א רבי איז אפילו בכלל מחיוב מיט תקיעות שופר?
מי שאינו חייב בדבר אינו מוציא.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 11:44 pm
דורך הוגה
באקומען אויף וואטסאפפ:

"די ווייסע הינער אין ניו יארק האבן געלאזט מעלדן אז היי יאר וועלן זיי נישט איבערנעמען קיין עבירות פון סמארטפאן באניצער. איר קענט דרייען 'זה חליפתי' ביז די האן קרייעט, אויב האסטו א סמארטפאן וועסטו בלייבן שטעקן מיט אלע עבירות דו האסט אריינגעכאפט צווישן 'תשליך' און 'כפרות שלאגן."

נשלח: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 11:47 pm
דורך בעל הבית
וועט מען מוזן דרייען מיט קיען אדער אקסן

נשלח: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 11:51 pm
דורך נהורא נפישא
העט מען מיזן דרייען מיט געלט, תרתי משמע.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 11:56 pm
דורך אליצפן
אז די טשיקן'ס ווילן נישט אונזערע עבירות העט מען מוזן שלאגן כפרות מיט די רבנים, און נאכער טון מיט זיי ווי מ'טוט צום טשיקן...

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 1:27 pm
דורך לעיקוואד
לויט א באריכט אין פורום בחדרי חרדים איז א יונגערמאן געקומען פרעגן הרב שטיינמאן וועגן א סיין וואס ער האט באקומען פון זיין יונגעל אין חדר ווי עס שטייט "אין כניסה לבעלי איפון" בילד
און עם געפרעגט אויב ער זאל עס אויפהענגען אויף זיין שטוב. (אגב דער סיין האט איינער אויפגעהאנגען אויך ביים טיר פון דער רב זעלבט און ער האט עס ווארשיינליך געהייסען אראפנעמען, זעהט דא)
דער חכימא דיהודאי האט גענטפערט "אברהם אבינו האט אריינגענומען עובדי עבודה זרה ביי עם אין שטוב, ער האט זיי נאר געבעטען זיי זאלן נישט אריינברענגען די עבודה זרה אליין צו עם, ער האט נישט געהאנגען צעטלעך אין כניסה לעובדי עבודה זרה אויף זיין טיר"
ב"ה לא אלמן ישראל און עס זענען דא געוויסע גדולי ישראל וואס האבען נאך איבערגעלאזט ביי זיך אביסעלע שכל און קאפ און ווייסען דער גבול פון קנאקען דער קאפ און וואנט און דער שיקול צווישען בין אדם לחבירו מיט בלינדע כלומ'רשטע קנאות לשם שמים.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 1:30 pm
דורך לעיקוואד
אין אנדערע נייעס אויף דער פראנט, איז ארויסגעקומען א פרישע עמארצישע פסק בשם הרב ניסים קרליץ אויף דער ענין.
בילד

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 1:36 pm
דורך [NAMELESS]
ווען רבי שלמה זלמן אויערבאך איז נפטר געווארן האט מען געשריבן אויף אים ריזיגע שבחים, האט זיין תלמיד רבי משה הלברשטאם געזאגט : לאז אפ די אלע טיטלען, מען דארף שרייבן "הנורמאלי האחרון", יא ער איז געווען א גאון און צדיק, אבער מיר גייען זיך בענקען צו א נארמאלע מענטש,אנגעטון ריין, צוזאמענגענומען, אוהב את הבריות ומקרבן לתורה, אוהב את אשתו כגופו ומכבדה יותר מגופו, בורח מפני המחלוקת, אנטלויפט פון כבוד, גלייכט א גוטע ווערטל, פירט זיך אויף נארמאל ומקדש שם שמים בכל תהלוכותיו.
ראויים הדברים למי שאמרם, רבי משה איז אויך געווען משרידי הנורמאליים, א נארמאלער מענטש,א צדיק בסדום אין מאה שערים.
הרב שטיינמאן איז נישט "נארמאל" פאר זיך, ער איז א עובד און סגפן, גייט אנגעטון ארים און לעבט ווי מיליאן יאר צוריק, אבער אין הנהגה איז ער דער לעצטער נארמאלער, מען האלט אין איין הערן פון אים נארמאלע זאכן, ער איז ממש דער לעצטער נארמאלער וואס זאגט עפעס אויסער יהרג ואל יעבור, מיר גייען זיך בענקען נאך אים און וויינען פארוואס מען האט אים נישט געלאזט ווערן רבן של ישראל און נארמאליזירן א סאסייעטי וואס לויפט צו שגעון.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 4:57 pm
דורך נהורא נפישא
קופערניקעס איך בין נישט איינשטימיג מיט דיר אז הרב שטיינמאן שליט"א קען קלאסאפיצירט ווערן אלטץ נארמאל ער שטופט דעם נישט פראגמאטישן און מסוכנדיגע אנטי-תורה אידילאגיע פון אוועקמאכן דעם טוב תורה עם דרך ארץ און איז שרעקליך עקסטרעם אינעם באגריף פון ביטול תורה וואס איז דרך אגב שטארק אויפגעבלאזן געווארן נאך בזמן הגר"א און מיט דעם פירט ער דעם גאנצן ישוב אין באד אריין
יא ! ענוותנותיה דרב שטיינמאן מאכט חרוב און וועט חרוב מאכן אידישקייט.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 12:29 pm
דורך לעיקוואד
לויט א באריכט פון טלי פרקש אין ynet האבען די רוצחים און מאלעסטער פון וועדת הרבני לעניני תקשורת געבלאקט די מעגכליכקייט צו קלינגען די נומערן פון ער"ן וואס דאס איז א סאיסייד האטליין און די האטליין פון די 'מרכז סיוע לפגעי תקיפה מינית', ווי מען קען אריינקלינגען אז מען ווערט [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] אטאקירט.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 7:23 am
דורך לעיקוואד
חיים שאולזון איז מפרסם רשימות פון די גערע וועד הממונה על הטעראר ווי מען האלט חשבון אויף יעדער איינער פונקטליך אויב האט ער א קאמפיטער און אויב האט ער אינטערנעט וכו' דאס איז א דוגמא פון אזא צעטל בילד
ווי גייט נאר סאשי פיש'ס חתימה?

אויפטרעף: די מסור קעצי פראגראם!

נשלח: פרייטאג אפריל 04, 2014 1:39 pm
דורך קלוג און יונג
האפענטליך וועט איראן נישט פיילען א copyright law suit

נשלח: זונטאג אפריל 06, 2014 8:40 am
דורך טיטאניק
איינער ווייסט ווער דאס איז?
ווער שטייט אינטער דעם למען השם????????

נשלח: זונטאג אפריל 06, 2014 9:00 am
דורך איש עברי
איז דאס געזעצליך? טאמער נישט ווער טראגט זיך אן עס אריינצוגעבן צו די אינסטאנצן?

נשלח: זונטאג אפריל 06, 2014 9:12 am
דורך טיטאניק
קלאר אז נישט
דער האט א הלכה פון א רודף עס איז א מצוה צי מסרן אזאן איינעם אבער גאר שנעל

נשלח: זונטאג אפריל 06, 2014 9:14 am
דורך איש עברי
קען מען עס אריינשיקן אנאנים צו די פאליציי?