בלאט 7 פון 21
נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 8:00 pm
דורך עוד מישהו
עסן עסט'זיך האט געשריבן:פאר מיר איז די פטורה פון מילקשעיקר רבי אן אבל יחיד איך האב געהאט פון אים א גרויסע מופת יארין צוריק. כבין געגאנגען פרעגין צו איך זאל טוהן א געוויסע געשעפט און דער רבי האט בכחמתו געזאגט "די געשעפט געלונג אמאל יא און אמאל נישט" און כך הווה
די רבי זי"ע זאל זיין נשמה רוען אין לעכטיגן גן עדן, האט שוין ממנה געווען בערל הערשענזאהן און הערשל בערענאוויטש, זאלן צאמשטעלן א בוך מיט אלע אלע ניסים ונפלאות אותות ומופתים, וואס מענטשן האבן בייגעוואינט אין טאג טעגליכע לעבן ביים רבין זצ"ל.
בפקודתו הקדושה הייסט די ספר "מושיען של יודא", דאס איז וויבאלד די רבי זי"ע האט זיך זייער קעגנגעשטעלט די נאמען ישראל, וויבאלד די ציונים האבן זיך באנוצט מיט די ווארט פאר א טריפה'נע זאך, וואס מחמת הרחק מן הכיעור האט די רבי זי"ע נישט געלאזט זאגן וואס דאס איז.
נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 9:47 pm
דורך זר זהב
ס'היינט פארגעקומען די הקמת המציבה, און שוין זעהט מען שטראמען מענטשן פון אלע שיכטן און קרייזן זיך אויסצובעהטן בדבר ישועה ורחמים. דא איז א בילד פונעם הייליגן מציבה, און איך גלייב אז איך דארף נישט צתולייגן קיינע ווערטער, מ'זעהט וואס די אייזלען טוען, זייערע אייער ווארפעריי האט נישט קיין לימיט. דער בילד כאפער האט עספיעט צו נעמען דעם בילד בעפאר מ'האט עס ריין געמאכט, למען יעמדו ימים רבים.
גאר אן אינטערעסאנטער פאסירונג מיט'ן נוסח המציבה, דער רבי איז געקומען צו איינעם פון די חסידים אין חלום. אי"ה אין א 2'ט געלעגענהייט וועלן מיר עס דערציילן.
נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 11:00 pm
דורך newkave
איך האב גארנישט געוויסט אז די מתנגדים האבן עם געהארגעט?
נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 11:02 pm
דורך atmybest
עס איז מוראדיג וואס זיי טוען אלס פאר אויפמערקזאמקייט... זיי ווילן אז די וועלט זאל מיינען אז אונז האבן געווארפן די אייער, האבן זיי נישט באגראבן זיין אייער, נאר ארויפגעלייגט אויפן מצבה. משוגעים!
נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 11:05 pm
דורך atmybest
מען דארף פרעגן 'בעל הבית', אפשר האט ער א פאני זשאוק צוצולייגן...
נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 11:40 pm
דורך חד גדיא
זייער א ווארעמע נוסח המציבה. ממש ס'בארירט די אינערליכע סטרינעס פון הארץ.
אינטערסאנט מ'האט געשריבן אויפ'ן רבי'ן ז"ל "בעל ויואל שלומיאל" נישט "בעל דברי שלומיאל".
נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2013 1:31 pm
דורך Lexus
Where wil the milkshake rabbi make the big fire on lag buomer?
נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2013 1:35 pm
דורך בעל הבית
TRYING VERY HARD TO GET THE PERMITS ,MEANWHILE DOESN'T LOOK LIKE WILL WORK OUT
נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2013 1:45 pm
דורך Lexus
The fire last year with the holy milkshake rabbi, lekoved hatane... Rabbi shimon...
נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2013 1:49 pm
דורך בעל הבית
.
נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2013 5:35 pm
דורך למדן
דאס איז דער אייזלער רבי (בלשון חיבה... א פארקורצערטער נאמען) אונז האמער געהאט באלד א דאפלטן עולם פון דעם.
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 1:20 am
דורך קאווע טרינקער
ייש"כ זר פאר די מצבה נוסח. כ'האב ליידער פארפסט די מעמד הקמת המצבה.
עכ"פ אויפן בילד זעהט מען קלאר די גרויסע השפעה פונעם רבי'ן ז"ל, אפילו אידן אנע בערד קומען שופך שיח זיין על ציון הר הקודש.
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 1:54 am
דורך משה געציל
געפילטע פיש האט געשריבן:א חבר מיינער איז אריין געגאנגען מזכיר זיין א מקשה לילד, האט עם די רבי שליט"א געפרעגט וועלכע קערידזש ער האט געקויפט, וד"ל, ומי יעמוד בסוד קדושים.
בסוד שיח קודש עם גבאי נאמן דמרן תפארתינו שליט"א, הגיד לי שמרן אדמו"ר הוסיף בלשון גניחה בזה"ל; "ווען וועלען זיי שוין פארשטיין אז מיטן באגאבא יכולים לבגבג כל הצרות! מען מיינט מען קארגט אפאר דאלער, מען שפילט זיך מיט פייער", ויהי לפלא.
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 2:41 am
דורך Lexus
And the rabbi started to sing ben bagbag ben bagbag, with "groys kavone"
נשלח: מאנטאג מאי 06, 2013 7:20 pm
דורך Lexus
שבועות אצל כ"ק אדמו"ר ממילקשעיק שליט"א. דע רבי וועט כדרכו בקודש טועם זיין מכמה מיני טשיז קעיק לרגל האושפיזא קדישא, דער רבי וועט מאכן קידוש כדרכו בקודש אויף א בריסקע כוס מילקשעיק און דע חסידים וועלן כאפן שיריים...
נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 8:25 am
דורך קאווע טרינקער
יודעי דבר זאגן, אז די גאנצע ענין פון מילקשעין' אויף שבועות, האט אדמור הזקן, איינגעפירט. וממנו יסד וממנו פנה, בך בטחו בלא בלא בלא
נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 1:03 am
דורך קאווע טרינקער
שוין לאנגע וואכן וואס תלמידי הישיבה, שיעור ה', - וואס זענען זוכה צו פריוואטע attention פון רבינו שליט"א, ווי רבינו שליט"א דרוקט זיך אויס כמה פעמים, "איך געדענק מיך אזוי...", מיינענדיג צו זאגן אז ער אליינס, ברוך שם כבוד וכו', איז נישט לאנג צוריק אויך אין אזא סארט מצב, און ברוך השם, ווי אלע ווייסען און זעהן, איז רבינו שליט"א עלה ונתעלה און שטייט גלייך אין שורה מיט אדמו"רי זמננו כידוע. - גרייטען זיך מיט גרויס פאך און מורא, אז זייערע מעשים טובים, די קרוינען פון רויזען און בלומען זאלן מוצא חן אינעם רבי'נס עיניו הבדלוחים. און און איינוועגס אויך לכבוד יום טוב שבועות. המשך יבוא... ס'גרוילט מיר שוין מאריך צו זיין...
נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 10:16 pm
דורך קאווע טרינקער
פארוואס איז די רבי לעצטענס אזוי אנגעצויגען?
נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:29 am
דורך שמעקעדיג
ווייל דער "רואיגער יונגל צו שמועסן און פארברענגען" איז אויך געווארן אנגעצויגען לעצטענס

נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:30 am
דורך קאווע טרינקער
אוקעי, כ'טויש מיין חתימה.
נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:31 am
דורך שמעקעדיג
ניין. ענדערש בארואיג זיך.
נשלח: פרייטאג מאי 24, 2013 7:52 pm
דורך קאווע טרינקער
נישטא קיין טיש די וואך
נשלח: פרייטאג מאי 24, 2013 7:56 pm
דורך זר זהב
שקר!! סדא א טיש געהעריג , הער אויף מיט דיין אייזלישע טעראר! לאזט ארויס שקרים און נאכדעם וועסטו קומען זאגן אז אונזער רבי האט נישט אן עולם הא?