בלאט 7 פון 26

נשלח: מאנטאג מאי 06, 2013 5:03 pm
דורך ממרום שלח אש
אביגדור האט געשריבן:ממרום.


כוועל קוואטירן מארק טוועין

The reports of my death are greatly exaggerated

לגבי די עצם פשט, שטים איך מיט געפילט'ן אז סאיז פאלש פשט. דער גוטער בוך דארף נישט שטימען מיטן מציאות, והדברים עתיקים.

אבער כוועל דיר געבן איין וועג צו פארעטנפערן,

אין אמת'ן ברויך עס יא לאנדן אין פנים, אבער נאר בזמן שבית המקדש היה קיים, עכשיו נשתנו הטבעיים."

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 12:44 am
דורך מאטי
ברסלבער האט געשריבן:דער קאפיטאן שרייבט זיך אונטער:
--------------------------------------------------------------
נ.ב. געשריבן מיט א שינוי, מחמת קדושת ששת ימי המעשה.
---------------------------------------------------------------

ומעולם תמהתי על זה, אטו בשופטני עסקינן? פיזיקס ווייזט קלאר אז ער שרייבט מיט אלע באק-ציין אז עס גייט א רויך, אן קיין שום שינוי.
ולכן נראה בפשט הכתוב, אז דאס גייט טאקע ארויף נאר אויף די חתימה אליין, אז דאס איז געשריבן בשינוי, אבער די תגובות ראקן ווייטער בלי שום שינוי של זוז כלשהו.
און מיט דעם קען מען שוין אויך פארשטיין די מחיצות המבדילות וואס ער האט צוגעלייגט העכער און אונטער זיין חתימה, דאס איז כדי עס אפצוטיילן פון די תגובות, אז דאס האט נישט קיין שייכות והשפעה אויף די תוכן התגובות.

כן נתגלה לי בחלום, ואם שגיתי ה' הטוב יכפר וכו'

איך וואלט געזאגט א פשט בדרך דרש אז אזויווי דער פוסק הדור הגאון בעל שבט הלוי שליט״א האט דאך גע׳פסק׳נט אז זיך זעצן פארנט פון א סקרין וואס האט אינטערנעט נישט פאר פינאנציעלע געברויכן איז אסור בתכלית אין די ששת ימי המעשה. משא״כ שבת וואס מאיז נישט עוסק אין קיין פינאנציעלע עסקים איז דאך נישט דא דער פה שאסור. דעריבער וויל ער ח״ו נישט עובר זיין על דברי סופרים און ער מאכט א מה מצינו פונקט ווי שבת וואס האט א קדושה און איז אסור בעשיית מלאכה דאך איז א דרבנן לצורך מצוה מיט א שינוי מותר בדיעבד. די זעלבע זאך די ששת ימי המעשה וואס איז אויך אסור באינטערנעט מדרבנן צוליב קדושת ישראל וועט לצורך מצוה מיט א שינוי בדיעבד האבן א צד היתר
יעצט איז שוין זייער מדיוק די ווערטער ״מחמת ״קדושת״ ששת ימי המעשה״ ודפח״ח וקרוב לאמת

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 12:23 am
דורך שמעקעדיג
מאטי107 האט א נייע חתימה, וועלכע האט מיר געקאסט א שמייכל:

There's 4 vital components that a human being needs in order to survive. 1) food 2) clothing 3) shelter 4) someone to blame for his faults

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 12:49 am
דורך הוגה
שמעקעדיג האט געשריבן:מאטי107 האט א נייע חתימה, וועלכע האט מיר געקאסט א שמייכל:

There's 4 vital components that a human being needs in order to survive. 1) food 2) clothing 3) shelter 4) someone to blame for his faults


פארדעם האט מען חתונה. וי"א פארדעם האט מען קינדער.

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 12:56 am
דורך שמעקעדיג
אזוי זאגט דאך רש"י אין פרשת ויצא.

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 1:00 am
דורך מאטי
שמעקעדיג איך מיין ס׳איז שוין צייט זאלסט טוישן דיין חתימה חוץ אויב די טוישט דעם scent flavor יעדע שטיק צייט.

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 1:08 am
דורך אביגדור
"דין ריחא ובר ריחא".

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 10:21 am
דורך שמעקעדיג
אדרבה, גיב מיר עפעס א גוטס. (זיינס האט שוין עקספייערט נאך ל"ג בעומר.)

דער אמת איז, אז מערערע חתימות האבן נישט קיין שייכות מיטן ניק נאמען, און מיינס מוז אויך נישט האבן. לכתחילה אפשר יא, אבער ס'איז נישט מעכב.

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 10:26 am
דורך אביגדור
בשפע ב'ריחא' העליונה...

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 10:48 am
דורך מאטי
איך האלט אז א חתימה מוז זיין דער אייגענטום פונעם בעל הניק זעלבסט, ס׳איז אזא שעפערישע געזאגעכטס וואס ליגט אים טיף הארצן און האט אזא געדראנג דאס צו דיספלעיען.. א געבארגטע זאך פארלירט דעם גאנצן טעם.

נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 12:44 pm
דורך אביגדור
נו נו.

נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 1:31 pm
דורך געפילטע פיש
יא, ס'א גוטס, אייגענס?

נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 2:48 pm
דורך אביגדור
נעה.

נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 3:14 pm
דורך געפילטע פיש
אריין אין אויסגעדראשענע זאצן...

נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 3:45 pm
דורך שמעקעדיג
moti107 האט געשריבן:שמעקעדיג איך מיין ס׳איז שוין צייט זאלסט טוישן דיין חתימה חוץ אויב די טוישט דעם scent flavor יעדע שטיק צייט.

כ'האב צוגעלייגט אפאר ווערטער.

נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 3:50 pm
דורך אביגדור
איך מיין אז נישט. דער מרדכי ברענגט עס פון זיין רבי דער מהר"ם רוטנבערג, און די נושאי כלים רעכענען עס אלץ צירוף להתיר.

נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 3:58 pm
דורך ברסלבער
שמעקעדיג האט געשריבן:
moti107 האט געשריבן:שמעקעדיג איך מיין ס׳איז שוין צייט זאלסט טוישן דיין חתימה חוץ אויב די טוישט דעם scent flavor יעדע שטיק צייט.

כ'האב צוגעלייגט אפאר ווערטער.

ריחא מילתא היא - לריח ניחוח אשה לה'
צי האט איר געוואוסט אז שמעקעדיג פון קאווע שטיבל איז געזונט בגשמיות אויך? זעהט דא:
Wake up and SMELL the coffee

ענדליך מצאתי את שאהבה נפשי, איך ווארט שוין לאנג צו הערן א גוט ווארט אויף קאווע (די עכטע), יעדער איז נאר ביזי ווי שעדליך דאס איז, אבער סוף כל סוף שווימט דער אמת ארויף ווי בוימאייל אויף וואסער.

נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 5:28 pm
דורך שמעקעדיג
אנכי השם אלקיך האט געשריבן:פיש'פיש ולא מצא, יתלה בקאווע שטיבל!

מען האט שוין אמאל ערווענט צי מען שרייבט פיש מיט א פינטעלע אין די פ"א... לויט דיר קומט אויס פאזיטיוו.

נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 5:43 pm
דורך געפילטע פיש
ארלעדיגט.

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 3:57 am
דורך יואב
אומגלויבליך, אבער א פאקט.
קאווע שטיבל - נארוואס אריינגעטראטן אין א פרישן פאזע, און איר פארצווייגטקייט האט געגרייכט אזוי ווייט אז, "קינדער" זענען שוין פארמאסקירט אינטער ניקס, און לופטערן זייערע מיינונגען ביתר עז. זיי לייקן, קריגן לייקס, זענען מגיב, חוזק'ן, לאכן אפ, עפענען אשכולות, אא"וו.

קינדער ? יא גוט געליינט. די סארט וועלעכע שטייען אויס צו זיין וויקטימס, מ'קען זיי מיט די הילף פון א חומש מצרף זיין צו מנין, די וועלעכע מעגן זיך מישן פסח, א שטיקל סאמאטוכע האט זיך ערווארבן איבער מ'זאל זיי יא צו נישט לאזן גיין צום כינוס, אזש דער בלתי להראות האט שיעור פארארדענט א באויקאט אויפן תפילת השל"ה, אט פון דעם רעדן מיר.
און אויב האט איר נישט באמערקט דער אלעמען באליבטער וואויל באקאנטן "קאווע טרינקער"ס חתימה, דאן גיט א בליק דא:

קאווע טרינקער: א רואיג "יונגעל" צו שמועסן און פארברענגען.

בשם איחוד פעלד בעהט מען זאל נישט צופיל פארברענגען מיט אים, שלא אירע כמו שאירע לפלוני.

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 4:20 am
דורך ונבנתה העיר
נו, און לייבעלע איז נאכנישט קיין 10...

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 9:01 am
דורך אביגדור
ונבנתה העיר האט געשריבן:נו, און לייבעלע איז נאכנישט קיין 10...

יליד/ילד.

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 9:05 am
דורך שמעקעדיג
א רואיג יונגל וואס איז א קאווע טרינקער? קאווע מאכט נערוועז, נישט רואיג, אזוי געדענק איך פון אלע מיינע מלמדים...
און בכלל, אויפן אוואטאר האט ער א מאדנע שפיציגן ספאדיק, זייט ווען גייט דאס א רואיג אינגל?
עס מוז זיין עפעס א חסורי מיחסרא והכי קתני.