בלאט 7 פון 8
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 5:15 pm
דורך נאר,,פרייליך
דאס וואס דער רודף הדת יאיר לפיד שר''י וויל היצ טערארזירען אין אר''י צוליב די קליינער אנוועזנהייט פון חרדים אינעם ארבעט'ס קראפט
צילענדיג דערמיט צו מאכען התבוללות צווישען חילונים און חרדים
האט ל'שיטת ראש הישיבה סאטמאר רב פרעווענטעט שוין מיט זעכציג יאר צוריק שיקענדיג זיינע אידען ארבעטן מיט פארצייטישען לבוש בתוך ה'מאנהעטן ה'אמריקאי
ביי סאטמאר רב איז'ס די בחינה פון כל אחד ואחד נדמה לו כבני אומ(נ)תו
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 5:30 pm
דורך מנשה לוסטיג
סך הכול, וואס האט סאטמאר צוגעגעבן פארן יהדות החרדית, וואס וואלט נישט געווען אן עהם
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 5:49 pm
דורך נהורא נפישא
מנשה לוסטיג האט געשריבן:סך הכול, וואס האט סאטמאר צוגעגעבן פארן יהדות החרדית, וואס וואלט נישט געווען אן עהם
ס'וואלט נישט געווען פאר וועם לוסטיג זאל זיך צוקראצן.
דרך אגב נאר א הלצה.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 6:16 pm
דורך גאלד
מנשה לוסטיג האט געשריבן:סך הכול, וואס האט סאטמאר צוגעגעבן פארן יהדות החרדית, וואס וואלט נישט געווען אן עהם
דער דור וואלט נישט געהאט די זכי' זיך צו האבן א צדיק אמת בתוכינו און נהנה זיין מהוד קדשתו,
וואו אויך בזכות הצדיקים האט די וועלט א קיום, כמבואר בחז"ל ומדרש
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 7:44 pm
דורך מנשה לוסטיג
אה דאס יא.. דאס ערשטע מאל איינער רעדט קלאר און נישט שטעכעדיג אינעם נושא
א רב א צדיק איז ער געווען, נאר נישט דער רבן של כל בני הגולה, ער האט אסאך געטון און אויפגעטון, אבער נישט געהאט די ווארט אויפן כלל, קוים אויף זיין קהילה גדולה און האט ריכטיג סימבאליזירט זיין שיטה, אז מ'דארף נישט נאכלויפן א רב ווי א גאט און עהם אלעס גלייבן. למעשה האט מען עהם יא פארגעטערט ברבות הימים אבער בימים ההם איז ער געווען א גוטע יוד א קלוגע פרייליכע יוד א שטארקע בעל חסד די קנאות לייג אין א זייט ס'האט גארנישט צוגעגעבן
חג כ"א כסלו על שום מה?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 2:37 pm
דורך שמעקעדיג
דא האט איר קלאר און דייטליך אין "דער בלאט" על שום מה,
לייענטס און האט הנאה!
-
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 4:15 pm
דורך מנשה לוסטיג
אדרבה, טאמער ס'דא נאך אזעלכע נארישקייטן, ברענגט עס אהער, אך קאכעל מיר פאר געלעכטער..
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 30, 2013 7:39 pm
דורך פרישער
פארציילט מיר א חבר, אז ער האט היי יאר שיעור פארגעסן פון די געהויבענע טאג כ"א כסלו, אבער ער האט געבליקט אויפן זייגער און געזעין אז עס איז שוין כמעט בין השמשות, האט ער געגעיבן א לייג ארויף דעים האנט אויפן של ראש, אזוי ווי א היט, מחמת חשש אז אויב וועט ער גיין זיכן א היט וועט ער שפעיטיגן, און געגעיבן בחיפזון א זאג, חסדי השם כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו, און האט זיך באריאיגט.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 08, 2013 12:32 pm
דורך שמעקעדיג
איך ווייס אז עס איז שוין חודש טבת און כ"א כסלו איז שוין אלטע נייעס, דאך וויל איך אריינלייגן אן ארטיקל פון "דער איד" וואס קען העלפן ווארפן א שטיקל ליכט אויף די מורא'דיגע קשיא (די נעקסט-שווערסטע נאכן בית יוסף'ס) הלמאי דער סאטמאר רב האט געפראוועט די מסיבת כ"א כסלו.
..
נשלח: זונטאג דעצעמבער 08, 2013 12:59 pm
דורך יואליש
פרישער האט געשריבן:פארציילט מיר א חבר, אז ער האט היי יאר שיעור פארגעסן פון די געהויבענע טאג כ"א כסלו, אבער ער האט געבליקט אויפן זייגער און געזעין אז עס איז שוין כמעט בין השמשות, האט ער געגעיבן א לייג ארויף דעים האנט אויפן של ראש, אזוי ווי א היט, מחמת חשש אז אויב וועט ער גיין זיכן א היט וועט ער שפעיטיגן, און געגעיבן בחיפזון א זאג, חסדי השם כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו, און האט זיך באריאיגט.
ענליך האט זעך געמאכט ביי מיר, כ'בין געפארען אויף מסחר און זיך דערמאנט מיט ווייטאג אז ס'איז היינט בו ביום, און ווי דוד המלך אין מרחץ האב איך זיך געשפירט ערום פון סיי וועלכע פייערונג פונעם יום הצלה והשיחרור, ארומגענימען מיט א ציבור שלא ידע את יוסף און וויסן נישט פון אי לאו האי יומא. אבער כ'זיך דערמאנט אז איך געפין זיך אויף א באן, די על טרעין, און וואס איז שייך בעסערס פון פארן אויף א טרעין ביומא ד'כ"א כיסליו. ליתר שאת האב איך אריינגעווארפן א דאלער פארן פידל ארטיסט אינעם שטאנציאן ער זאל ברומען א תנועה און כ'האב צוגעפאסט די ווערטער בך בטחו, און ס'האט דערפרייט מיין הארץ מער פון א נאדווארנא פידל קוויטשע ביי די חנוכה ליכט.
פארט אויף די וועגן א טרעין / קיינער ווייסט נישט פארט מען אדער ניין וכו'
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 6:21 pm
דורך מנשה לוסטיג
הער אויף צו פראוואקירן מענטשן פון אנדערע חסידות'ן!
גבאי שני
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 6:23 pm
דורך דער (פינטעל) איד
דער מנשה קען נישט שלאפן!! קוק וואס איין כ"א כסליו מאכט אן..
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:31 pm
דורך diff
you'r coming to the wrong place. Der yid, the blatt etc is theirs and KS is also theirs
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 8:46 am
דורך אשכולות אויפוועקער
בך בטחו אבותינו..................................................................
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 3:24 pm
דורך chusid
לויט מיין אינפארמאציע איז כ'א כסלו נישט א יום הצלה אז דער פערזענליכקייט איז געראטעוועט געווארען ממוות לחיים, נאר אז יודישקייט איז געראטעוועט געווארען און מען פייערט דעם היינטיגן דור'ס הצלה דורך דעם וואס סאטמאר רב האט געראטעוועט יודי'קייט נאכן קרוג, דאס איז בערך וואס די סאטמערע האלטן
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 9:14 pm
דורך berlbalaguleh
יואליש האט געשריבן:פרישער האט געשריבן:פארציילט מיר א חבר, אז ער האט היי יאר שיעור פארגעסן פון די געהויבענע טאג כ"א כסלו, אבער ער האט געבליקט אויפן זייגער און געזעין אז עס איז שוין כמעט בין השמשות, האט ער געגעיבן א לייג ארויף דעים האנט אויפן של ראש, אזוי ווי א היט, מחמת חשש אז אויב וועט ער גיין זיכן א היט וועט ער שפעיטיגן, און געגעיבן בחיפזון א זאג, חסדי השם כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו, און האט זיך באריאיגט.
ענליך האט זעך געמאכט ביי מיר, כ'בין געפארען אויף מסחר און זיך דערמאנט מיט ווייטאג אז ס'איז היינט בו ביום, און ווי דוד המלך אין מרחץ האב איך זיך געשפירט ערום פון סיי וועלכע פייערונג פונעם יום הצלה והשיחרור, ארומגענימען מיט א ציבור שלא ידע את יוסף און וויסן נישט פון אי לאו האי יומא. אבער כ'זיך דערמאנט אז איך געפין זיך אויף א באן, די על טרעין, און וואס איז שייך בעסערס פון פארן אויף א טרעין ביומא ד'כ"א כיסליו. ליתר שאת האב איך אריינגעווארפן א דאלער פארן פידל ארטיסט אינעם שטאנציאן ער זאל ברומען א תנועה און כ'האב צוגעפאסט די ווערטער בך בטחו, און ס'האט דערפרייט מיין הארץ מער פון א נאדווארנא פידל קוויטשע ביי די חנוכה ליכט.
פארט אויף די וועגן א טרעין / קיינער ווייסט נישט פארט מען אדער ניין וכו'
יואליש: (אויב דו ביסט נאך דא אין קאווע שטיבל.) דו האסט אלע מעלות. דו ביסט נאך א פאעט, א גראמער און א בדחן. אפשר א שדכן אויך...?...!...
![לאכט :lol:](./images/smilies/icon_lol.gif)
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 2:09 am
דורך zurich
אביא לקורא הנכבד קטע מספר הנ"ל הנוגע לענינא דיומא,
[עמוד כא] :
איך האב שוין געליינט דעם אשכול אפאר מאל. הערשט יעצט באמערקט דעם עמקות
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 2:17 pm
דורך געוואלדיג
לכבוד יום הגדול והנורא
Re: חג כ"א כסלו על שום מה
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 7:24 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
געהערט פון דער וואודרידזש'ע רב שליט''א - סאטמאר האט דריי חגאות, כ''א כסלו, כ''ו אב און ה' אייר.
וש''י ודפח''ח
מהאט גזאגט פארן רבין אז סברענגט אריין געלט פאר די מוסדות האט
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 8:00 pm
דורך הק זעמל
נולד מאוחר האט געשריבן:ס'איז באוויסט ביי זקני סאטמר אז די רבי האט נישט געוואלט פראווענען כ''א.
איי פארוואס האט ער למעשה יא געפארווט? ווייס איך נישט.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 29, 2015 6:28 pm
דורך ונבנתה העיר
.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 3:53 am
דורך שמעקעדיג
הכסף יענה את הכל.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 11:19 am
דורך געוואלדיג
זעהט אויס אז זיי פסק'ענען אז די טרעין איז לעיכובא