בלאט 7 פון 8

נשלח: דאנערשטאג מערץ 12, 2015 12:34 am
דורך [NAMELESS]
39/26

פאר 13 יאר צוריק איז ראובן געווען 26 און שמעון 13, דריי מאל 13 איז 39

נשלח: דאנערשטאג מערץ 12, 2015 12:38 am
דורך לעיקוואד
יאיר האט געשריבן:(סארי פאר איבערהאקן ר' ונבנתה)
א שטודיע האט פעסטגעשטעלט אז א דורכשניטליכער מעמבער אויף ספר-פנים יפות האט ווייניגער פריינט ווי זיינע אייגענע פריינט.
ווי אזוי איז דאס מעגליך?

פאר דער זעלבער סיבה פארוואס לעיקוואד האט אסאך מער לייקס ווי ער גיבט.
פאפולערע מענטשען האבען מער חברים ווי אומ-פאפולערע. די פאפולערע מענטשען זענען חברים מיט די ווייניגער פאפולערע מענטשען. קומט אויס אז רוב מענטשען (=די אומפאפולערע) האבען חברים וואס זענען מער פאפולער פון זיי. דאס איז מיין סברא אן לינקס..

נשלח: דאנערשטאג מערץ 12, 2015 10:15 am
דורך מאטי
ווי זיינע אייגענע פריינט? אדער ווי זיינע אייגענע פריינט אויף פייסבוק?

נשלח: דאנערשטאג מערץ 12, 2015 10:46 am
דורך טאמבל סאס
לעיקוואד האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:(סארי פאר איבערהאקן ר' ונבנתה)
א שטודיע האט פעסטגעשטעלט אז א דורכשניטליכער מעמבער אויף ספר-פנים יפות האט ווייניגער פריינט ווי זיינע אייגענע פריינט.
ווי אזוי איז דאס מעגליך?

פאר דער זעלבער סיבה פארוואס לעיקוואד האט אסאך מער לייקס ווי ער גיבט.
פאפולערע מענטשען האבען מער חברים ווי אומ-פאפולערע. די פאפולערע מענטשען זענען חברים מיט די ווייניגער פאפולערע מענטשען. קומט אויס אז רוב מענטשען (=די אומפאפולערע) האבען חברים וואס זענען מער פאפולער פון זיי. דאס איז מיין סברא אן לינקס..

מוז דאך אבער זיין דערפאר אז די פאפולערע האבן יא אסאך, און איך האב נישט. וויאזוי קען דאס זיין?

נשלח: דאנערשטאג מאי 28, 2015 2:40 pm
דורך ונבנתה העיר
לכאורה איז די קושיא מרפסין איגרא:

כל בר בי רב דחד יומא ווייסט אז א דונער און א בליץ געשעהן אין די זעלבע צייט, און די סיבה פארוואס מיר זעהן די בליץ פאר'ן הערן דעם דונער איז וויבאלד ליכטיגקייט פארט שלא בערך כלל וכלל שנעלער ווי קול, ליכטיגקייט: 671 מיליאן מפ"ש, קול: 760 מפ"ש, ממילא פארשטייט מען אז די בליץ – וואס ווערט אויפגעכאפט מיט די כח הראי' וועלכע ארבעט מיט ליכט כוואליעס – קומט אן צו אונזערע אויגן שנעלער ווי די קול פונעם דונער קומט אן צו אונזערע אויערן.

יעצט שטעלט זיך די מורא'דיגע קושיא: ווען מיר קוקן אויף א מענטש בשעת ער רעדט, זעהן מיר דאך ווי זיינע ליפן און זיין קול זענען 'אין סינק', דהיינו, די מאוומענט פון זיינע ליפן קלאפן פונקטליך מיט'ן קול וואס ער גיבט ארויס, ולהנ"ל יוקשה, לכאורה וואלטן מיר געדארפט זעהן ווי זיינע ליפן רוקן זיך פריער ווי מיר הערן וואס ער זאגט?

איז קודם האביך געזעהן [נאו פאן כו'] די וואס ווילן עס פארבינדען מיט'ן פאקט אז אונזער קאנטשעס האט א 'לעג', זי איז אונטערשטעליג מיט 80 מילי סעקונדען פון ווען זאכן געשעהן בפועל ביז מיר כאפן עס [ומשום איזה סיבה האבן זיי עפעס א געוואלדיגע חיות אין מדגיש זיין אז לפי"ז לעבן מיר אינעם עבר].

דערנאך טענה'ן זיי אז עס ווענדט זיך ווי ווייט יענער איז פון דיר, אויב יענער וועט זיין ווייטער ווי 30 מעטער וועט מען יא דערקענען א חילוק.

עכ"פ, לא הבנתי וואו די 'לעג' קומט דא אריין, אויב לעג, דארף עס לכאורה זיין סיי אויף קול און סיי אויף מראה, ומה הועילו.

במקומות אחרים זעה איך באריכטעט איבער א מענטש וואס האט זיך אויפגעוועקט פון אן אפעראציע מיט די פראבלעם, ווען ער רעדט מיט איינעם זענען די מראה און קול נישט אין סינק. דארטן האבן די דאקטורים געטענה'עט אז דער מוח נוצט טאקע ספעציעלע מעטאדן אויסצוגלייכן די צוויי, און ביי יענעם – וועלכער ווערט נאר דערמאנט מיט זיינע אינישעלס PH – זענען זיי געשעדיגט געווארן.

איינער טענה'עט אז לויט זיין עקספיריענס זענען די אינישעלס LG...

Re: וויסנשאפטליכע קושיות, רעטענישן, היכי תימצאס און איבעיות

נשלח: דאנערשטאג מאי 28, 2015 2:48 pm
דורך וויל קענען
איך פארשטיי נישט די קשי׳פון ווי לענג קומט דא אריין.....
מראה לויפט אסאך שנעלער ממילא ווי ווייטער זיי דארפן לויפן אלטס מער ווערט די מרחק צווישן זיי

נשלח: דאנערשטאג מאי 28, 2015 2:49 pm
דורך לית דין בר נש
לכאורה ווי איך פארשטיי איז עס פשוט ווי די הייבסט אהן גישעהט ביידע בבת אחת איז ווען עס דארף טרעוולען א לאנגע וועג ווי א דונער און בליץ כאפט א חילוק אז מען הערט און זעהט אויף אן אנדערע צייט אבער ווען די שטייסט פנים אל פנים מיט יענעם קומט עס דאך טאקע בבת אחת איז פארוואס זאל עס זיין אפגערוקט?

Re: וויסנשאפטליכע קושיות, רעטענישן, היכי תימצאס און איבעיות

נשלח: דאנערשטאג מאי 28, 2015 2:57 pm
דורך וויל קענען
ניין אייביג איז עס אפגערוקט א משהו נאר א קורצע מהלך קען מען עס נישט זעהן
למשל: אויב צוויי מענטשען לויפן איינער א משהו שנעלער פון די צווייטע ווען מען וועט לויפן א קוירצע מהלך וועט מען עס קוים אנזעהן משא״כרתי נאך אפאר מייל וועט ער מוזן אויסווארטן ביז די צווייטער קומט אן א שטיק צייט פארשטנטא?

Re: וויסנשאפטליכע קושיות, רעטענישן, היכי תימצאס און איבעיות

נשלח: דאנערשטאג מאי 28, 2015 3:33 pm
דורך [NAMELESS]
לכאורה היות מען שטייט גאר נאנט איז כאטש אז א משהו חילוק איז דא איז עס אבער צו קליין צו קענען מבחין זיין,

נשלח: דאנערשטאג מאי 28, 2015 3:36 pm
דורך קול דודי
ונבנתה העיר האט געשריבן:יעצט שטעלט זיך די מורא'דיגע קושיא: ווען מיר קוקן אויף א מענטש בשעת ער רעדט, זעהן מיר דאך ווי זיינע ליפן און זיין קול זענען 'אין סינק', דהיינו, די מאוומענט פון זיינע ליפן קלאפן פונקטליך מיט'ן קול וואס ער גיבט ארויס, ולהנ"ל יוקשה, לכאורה וואלטן מיר געדארפט זעהן ווי זיינע ליפן רוקן זיך פריער ווי מיר הערן וואס ער זאגט?

אין הכי נמי. אבר געווענטליך שטייט מען בערך דריי-פיר מעטער ווייט פון מענטשען מיט וועם מ'רעדט, וואס מאכט אויס א לעג פון בערך 10 מיליסעקונדן, וואס איז צו ווייניג אז ס'זאל אויסקוקן פאני. פרוביר דאס: שטיי מיט איינעם אויף אנדערע עקן פון א גאר גרויסן ליידיגן פעלד אין בעט יענעם זאל קלאטשן מיט די הענט הויך, ווי צו א ניגון. וועסטו טאקע זען אז די הערסט די קול פונ'ם קלאטש בשעת יענעמס הענט זענען אפן, נישט פארמאכט. וכך קבלתי מאבותי.

Re: וויסנשאפטליכע קושיות, רעטענישן, היכי תימצאס און איבעיות

נשלח: דאנערשטאג מאי 28, 2015 3:37 pm
דורך [NAMELESS]
דיין דוגמא האט אויך די אפעקט פון ווידערקול,

נשלח: דאנערשטאג מאי 28, 2015 3:42 pm
דורך קול דודי
גראדעמעכעלע האט געשריבן:דיין דוגמא האט אויך די אפעקט פון ווידערקול,

דאס איז אפילו אן א ווידערקול. מ'קען עס אויספרובירן אויף א פלאץ ווי ס'נישט דא א ווידערקול.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 10:35 pm
דורך ישראל קאפקע
אויב די עקסעלערעישן פון גרעוויטי איז 19.6 מעטער פער סקונדע אויף די צוויי סקונדע מארק, האו קאם דיסטענס טרעוולד איז אויך 19.6?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 11:37 pm
דורך [NAMELESS]
ווייל velocity אין א rest position הויבט זיך אלץ אן ביי זירו, f^i, ס'נעמט דערנאך ביז א סקונדע אנצוקומען, אויף אן acceleration rate ביז 9.8m/s^2

נשלח: דאנערשטאג מערץ 24, 2016 2:20 pm
דורך ונבנתה העיר
מענינא דיומא, מכח דיני ענערדזשי [טערמאודיינאמיקס וכו'] וויאזוי קען זיין אז איין מהלך טוט די זעלבע פעולה מיט פיהל ווייניגער ענערדזשי מצד דעם מענטש ווי די אנדערע מהלך?

בילד

בילד

Re: וויסנשאפטליכע קושיות, רעטענישן, היכי תימצאס און איבעיות

נשלח: דאנערשטאג מערץ 24, 2016 2:28 pm
דורך קל וחומר
זעהט אויס אז די אייזערנע שטיקלעך זענען שטארקער ווי דעם מענטש'ס ענערגיע ודו"ק

נשלח: דאנערשטאג מערץ 24, 2016 2:33 pm
דורך ונבנתה העיר
די אייזן גיבט אבער נישט ארויס קיין ענערגיע וד"ל.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 24, 2016 2:36 pm
דורך ישראל קאפקע
א פשוטע 'לעווער' טעכניק.
דער מענטש טוט גרינגערע ארבייט אויף א גרעסערע שטח (עטליכע אינטשעס ביי די עקן פון די הענטלעך) און די לעווער טוט א שווערערע ארבייט אויף א קליינטשיגע שטח (ארויסשלעפן די העלצל א האלבע/דריי פערטל אינטש.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 24, 2016 2:46 pm
דורך ונבנתה העיר
נו, ומה הפשט? איז דא עפעס א 'געזעץ' אויף דעם?

Re: וויסנשאפטליכע קושיות, רעטענישן, היכי תימצאס און איבעיות

נשלח: דאנערשטאג מערץ 24, 2016 2:57 pm
דורך קל וחומר
א בייסיקל איז די זעלבע זאך

נשלח: דאנערשטאג מערץ 24, 2016 3:48 pm
דורך ישראל קאפקע
פארקערט, די ארומנעם (circumference) פון די רעדל איז געווענליך גרעסער ווי די קרייז פון די פעדאלן.
עס ברעגט פשוט די מאשין צום צענטער, צווישן די צוויי רעדער וואו די פיס זענען. עס איז פראקטיש, אבער נישט קיין לעווער.
א קאר-דזשעק און רוב פולי סיסטעמען זענען לעווערס.

@ונבנתה
https://en.m.wikipedia.org/wiki/Lever

נשלח: דאנערשטאג מערץ 24, 2016 4:34 pm
דורך געפילטע פיש
דאס איז פשוט וויאזוי א לעווער ארבעט. פראביר אויפצוהייבן א באקס ספרינג וואסער מיט צוויי הענט, קיין פראבלעם. פראביר אבער צו טוהן די זעלבע מיט א צען פוסיגע בעזעם שטעקן, כמעט אוממעגליך. יעצט אויב דו לייגסט א סופפארט אינמיטן די שטעקן און דו שלעפסט אראפ איין זייט כדי די צווייטע זייט מיטן ספרינג וואסער קאסטען זאל זיך אונטערהייבן, וואס נענטער די סופפארט וועט זיין צום קעסטל וועט עס אלץ זיין גרינגער אויפצוהייבן.

נשלח: פרייטאג מערץ 25, 2016 9:51 am
דורך משולם שטיינפעלד
עס איז בלויז אלץ lever? עס האט דאך א gear וואס איז אויך מוסיף כח