בלאט 7 פון 15
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 8:34 pm
דורך מוח שליט
קאווע,
לויט Jacob Katz' אין זיין ביך A House Divided, קומט אויס אז די פאלגענדע:
די רעגירונג האט פארלאנגט איין קהילה פירערשאפט מצד די אידן. א מענטש האט געמוזט באלאנגען צו א געוויסער רעליגיע, אידיש, להבדיל קאטויליש, פראטעסטאנטיש וכו'.
די רעפארמער האבען געוואנען רוב דעלעגאטען. אויב געדענק איך גיט שרייבט ער אז די געווינס זייערע איז געווען שלא ביושר, דהיינו די רוב זענען דעמאלטס געווען פרום. איך שיהיה, ביים ערשטען דעלעגאציא זיצונג, איז געקומען צום אוועקשטעלן די יסודות פין דעם גרויסען קהילה פאראיין, אין זיי האבען עס געוואלט אוועקשטעלן לויט רעפארמער מהלכים. דאס וואלט ממש געצווינגען פרימע אידן צו האבען רעפארמער רבנים אין רעפארמער שוחטים.
דעמאלט האבען די תלמידי חת"ס (מהר"ם שי"ק ...) פארלאנגט פין די רעגירונג אז זיי ווילען נישט האבען איין גרויסע קהילה וואס דער רוב וועט ארויפצווינגען זייער שיטה אויפען מיעוט. זיי האבען פרובירט מסביר צו זיין אז די רעפארמער זענען אן אנדער רעליגיע.
עס זענען געווען גאנץ אסאך אויפגעקלערטע סענאטארען [אדער וואס די נאמען איז נאר] וואס האבען איינגעזען די יושר פין זייער טענה.
הקיצור, די התבדלות איז באמת געווען מכח אז די פרייע האבען געוואלט ממש אוועקנעמען די פרידאם אף רעליגע פין די פרומע.
טו בי אנעסט, איך האב דאס געליינט א לאנגע צייט צוריק, סא טעיק איט וויט ע גרעין אף סאלט.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 8:41 pm
דורך קווארטין
רב צדיק'ל, כ'בין נישט אזוי זיכער אין וואס איר שרייבט וועגן דייטשלאנד פארן קריג, למעשה זענען געווען זייער א סך ערליכע אידן אין דייטשלאנד, טאקע פון די פשוטי-עם, אדרבה איך האב שוין אנגעטראפן א סך אפשטאמיגע פון דייטשלאנד וואס האבן, כידוע, געהאט די זכי' געראטעוועט צו ווערן פון קריג, און א סך זיינען מודה (באהאלטענערהייט עכ"פ) אז ר' שר"ה, אז ס'איז א דאנק אים, אבער, ס'מאכט "סענס" אז דייקא אין "דייטשלאנד" האט ער עס געקאנט אזוי צוזאם-האלטן, ווייל זיי זענען יעקערס מיט פרינציפן, אדרבה זאגט מיר וויזוי ס'האט אויסגעזען א פשוטער איד אין דייטשלאנד און וויזוי ס'האט אויסגעזען (ליידער) די פשוטע אידן אין פוילן.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 9:38 pm
דורך יתרו
בן תמליון האט געשריבן:שלום איך מיין אז מיר אלע קאווע שטיבל זיצערס זענען דאנקבאר אז אזא טאלאנפולער יונגערמאן ווי אייך וואס פארשטייט איבער די נושאים וואס ווערט דא געשריבן פון ווינקלען ס'רוב פון אונז דערגרייכן נישט, שרייבט דא. איך געדענק אייערע מאמרים אין די ערשטע יארן אויפן בלאג איך פלעג זיי ליינען אויף א פרי פעיד סעלל פאן איך בין ממש משוגע געווען פאר חאסידיק רעבעל. אפשר וואלט איר אונז דא איבערגעטייטשט אויף אידיש עטליכע פון זיי? איך געדענק די חסידישע מוזיק מעשה אין דעם היטש איז געווען עפעס מורא'דיק. איר פלעגט שרייבן איבער דעם רבינס טיש און וואנדערונגען אלס חסיד אין נישט אידישע פלעצער וכדומה אלע זענען געווען אויסערגעווענטליך.
אגב אויב איך מעג פרעגן. ווי איך פארשטיי האט איר באקומען א קאנטראקט אויף א בוך וואס וועט הייסן שייגעץ (?), קענט איר אונז מיטטיילן אביסל וואס דער אינהאלט וועט זיין און ווען קומט עס ארויס?
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 9:46 pm
דורך יאיר
איך פארשטיי נישט ווי אזוי דער טיילונג קומט דא אריין. די ניינציג פראצענט פון כלל ישראל זענען אפגעפארן אסאך פאר דעם טיילונג, דער טיילונג איז געווען כדי די ביסל פרומע אידן וואס האבן זיך געהאלטן ביי אידישקייט זאלן נישט נשפע ווערן. טייל האבן געהאלטן אז מען זאל אינגאנצן אפהאקן מיט די האלב פרייע אידן און מאכן אן עקסטערע קהילה, (כתב סופר, מהר"ם שיק), און אנדערע האבן געהאלטן אז מען זאל נאכאלס בלייבן אין איין קהילה אפילו עס געפינען זיך אידן וואס זענען נישט שומרי תורה ומצוות כ"ז זיי צווינגען נישט ארויף זייערע אנשויאונגען, דאס איז געווען די שטאטוס קווא (הרב פערל, הרב גלאזנער, ועוד). נישט די טיילונג האט נישט מצליח געווען, אידישקייט האט נישט מצליח געווען. כדי אידישקייט זאלן אנהייבן מצליח זיין האט מען איינגעפירט א מח אויסוואשונג און טעראר מיטלען וואס גייען אן ביז'ן היינטיגן טאג, און דאס איז ב"ה מצליח אין גרויסן, אזוי ווי אין נארט קארעא און כינע.
אגב, רש"ר איז כידוע געווען דער ערשטער צו איינפירן דעם טיילונג אין דייטשלאנד.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 10:48 pm
דורך לעמאן דזשוס
סוי ר׳ יאיר, האט די טיילונג גערעטעט די צעהן פראצענט אדער ניין? איך פארשטיי נישט וואס דו מיינסט צו זאגן וועגן צוואנג און טעראר....
מיינסט דעם כפה עליהם הר כגיגית שבכל דור ודור, דעם אני מעמיד לכם מלך קשה כהמן, דעם ורבצה בו האלה, דעם חמת קרי, דעם ועצר את השמים, דעם אם בחוקותי תמאסו און די ביטערע עונשים?
יא, ליבע ברודערלעך, זינט מתן תורה זענען מיר יידעלעך, נשמות-אדער עלטערן און מכח האבות-אריין אין א בונד מיטן רבוש״ע, מיר האבן זיך אונטערגענומען צו היטן ׳כל אשר דבר השם׳ דורך שרייען ׳נעשה ונשמע׳ און דורך דעם ׳שם תהא קבורתכם סטראשע׳ אזוי צו אזוי האט רועינו משה ע״ה באפעסטיגט דעם צוזאג מיט שפריצן שפרענג בלוט אויף אלע אידן אינאיינעם. שפעטער איז קלאר אנגעזאגט געווארן אז אויב וועט מען זיך דערוואגן ארויסצוטרעטן קעגן די תורה און אירע געבאטן וועט זייער זייער נישט טויגן, יא, מיט צוואנג און טעראר מוז מען ממילא...נאר די וואס האבן שכל ודעת שרייען ווייטער נעשה ונשמע! און אזוי ארום האלט זיך דאס יידישקייט דורכאויס אלע דורות
פארשטייט זיך, אז במשך הזמן פון תיכף נאך דעם גרויסן בונד, מיטן עגל, ביז ימינו אלה מאכט זיך פעלער אמאל גרעסער אין צאל, אמאל גאנצע קהלות און אמאל יחידים וואס ווידערשפעניגן, נא, נישט געפערליך יבא אליהו וישיב לב אבות על בנים ולב בנים על אבותם במהרה
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 11:01 pm
דורך יאיר
לעמאן דזשוס האט געשריבן:סוי ר׳ יאיר, האט די טיילונג גערעטעט די צעהן פראצענט אדער ניין? איך פארשטיי נישט וואס דו מיינסט צו זאגן וועגן צוואנג און טעראר....
דאס איז א שיינע היסטארישע שאלה, אבער דאס איז אינגאנצן נישט נוגע פאר אונז. מיר האבן ב"ה נישט קיין אפענע מחללי שבת אין אונזערע בתי מדרשים, און מיר האבן נישט פון וועמען זיך צו מתבדל זיין. (אגב, פאר די מאדערן ארטאדאקס איז עס ליידער יא נוגע). אונזער נידון איז ווי אזוי מען וועט אפהאלטן פרומע אידן פון אראפגיין פון וועג, און אויף דעם איז נישטא קיין קלארער ענטפער. מען איז אייביג אראפגעגאנגען פון וועג, און בדרך הטבע וועט מען ווייטער אראפגיין פון וועג. אויסער דארט וואו מען נוצט ברעין וואשונג, ווי למשל איינרעדן די קינדער פון קליינערהייט אן אז די וואס גייען אראפ פון וועג זענען אלע אן אויסנאם נידריגע בעלי תאווה וואס וועלן סייווי צוריקקומען, אדער טעראר, ווי למשל ארבעטן צו אפהאקן דער קשר צווישן קינדער מיט זייערע עלטערן וואס זענען אראפ פון וועג.
נייע אספעקט פון די אוטידי
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 11:04 pm
דורך לעמאן דזשוס
וואס איך ווידער מיר אייביג אויף די אוטידי איז, פארוואס דארפסטו ווערן א כופר באלקי ישרא׳, עסן נבילות וטריפות, מחלל זיין שבת בפרהסיא, און טייל מאל מחלל זיין השם מסוף העולם ועד סופו
עס קוועטשט דיר פארמאכטקייט, עס דרוקט דיר דאס ענגשאפט אין מחשבה, ווילסט נישט גלויבן אז זעקס טעג פון בריאה שליסט נישט אויס עוואלוציע, ווילסט זיין א ברייטער, אפענער, און הנאה האבן פון קולטור, און קונסט?
בלייב א איד, נאמן לשם ולתורתו הקדושה והטהורה, ציה דיך ארויס פון היימישן שטעטל, כאפ דיר אריבער קיין מאנהעטטען אין וויי יא אדער קיין ישראל ביי די ברייטע מזרחי׳ניקעס און שליס אן א קשר מיט א ראש ישיבה דארט, זיי מקבל לקח מפיו און לעב א פרייליך כשר צופרידן לעבן, טאנץ פאר ג׳ט ארוממימך השם כי דיליתנו, גיי אפילו קיין לאס אנדזשעלעס און פריי דיך מיט די יאנג איזראעל יידעלעך און העכסענס העסטו אויך פראווען א טענגסגיווינג פארטי מיט טורקי ראלל, סוי וואט
אבער לייקענען אין א העריטעדזש, א מסורה וואס האט געקאסט ימ׳ען יידיש בלוט, טייכן יידישע טרערן, לייקענען אינעם מזבח וואס האט אויף זיך מקריב געוועהן אזויפיל יידישע נפשות פאר ג׳ט, סתם ווייל עס שטערט דיר דאס פארקנאקטקייט?
עס גייט מיר נישט אין קאפ
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 11:53 pm
דורך יאיר
דו פרעגסט א גוטע קשיא, אבער נאר אויב דער OTD איז טאקע נאר ברוגז אויף די פארקנאקטקייט. שלום דיען, פון די אנדערע זייט, האט געזוכט, געפארשט, געפרעגט, געליינט, און ער איז געקומען צו די מסקנא אז דער בעסטער וועג ווי אזוי ער וועט קענען אויסנוצן זיין לעבן איז אזוי ווי ער פירט עס היינט, און די אידישע רעליגיע גיבט א בחירה פאר יעדן מענטש, אפגעזען צו ער איז גערעכט אדער נישט. מען קען נישט מחייב זיין א מענטש צו אפהיטן הלכות אין וואס ער גלייבט נישט, נישט קיין חילוק וויפיל זיינע עלטערן האבן זיך מוסר נפש געווען דערפאר, און מען קען אים אודאי נישט מחייב זיין פאר'ן נישט גלייבן דערין.
שטעל דיך פאר ווען אברהם אבינו האט מחליט געווען צו איבערלאזן זיינע געטשקעס און דינען דעם איינציגן באשעפער, וואס האבן זיינע שכנים געזאגט? א מין רשעות'דיג קינד, ווי אזוי קען ער איבערלאזן אלע געטשקעס וואס גיבן אונז עסן, רעגן, זון שיין, און וואס נישט. אז דו ווילסט זיך נישט בוקן צום געטשקע, מילא. אבער וואס דארפסטו גיין צוברעכן אלע דיינע פאטער'ס געטשקעס און אים ברענגען אזעלכע צער און בושות? און לאמיר שוין נישט רעדן פון אביסל מענטשליכקייט!
איך בין ח"ו נישט מדמה די אידישע רעליגיע צו להבדיל אלף הבדלות די געטשקעס, אבער אזוי פיל ברענג איך ארויס: יעדער דארף זיך פירן לויט ווי אזוי זיין שכל דיקטירט, אדער לויט ווי דער שכל פון די מענטשן וועמען ער טראסט. העריטעדזש און יימ'ען אידיש בלוט טאר נישט פארנעמען א טייל אין דער מח פון א שכל'דיגן מענטש לגבי פירן זיין לעבן.
נשלח: פרייטאג יאנואר 04, 2013 12:00 am
דורך בדחן
ביסט א מיסיאנער וואס זאגט אז מען מוז נישט בלייבן א איד אויב מען וויל נישט??
נשלח: פרייטאג יאנואר 04, 2013 12:11 am
דורך לעמאן דזשוס
ר׳ יאיר איר זייט נישט גערעכט, כמבואר לעיל בדברי בענין הברית
נשלח: פרייטאג יאנואר 04, 2013 12:13 am
דורך יאיר
לעמאן דזשוס האט געשריבן:יא, ליבע ברודערלעך, זינט מתן תורה זענען מיר יידעלעך, נשמות-אדער עלטערן און מכח האבות-אריין אין א בונד מיטן רבוש״ע, מיר האבן זיך אונטערגענומען צו היטן ׳כל אשר דבר השם׳ דורך שרייען ׳נעשה ונשמע׳ און דורך דעם ׳שם תהא קבורתכם סטראשע׳ אזוי צו אזוי האט רועינו משה ע״ה באפעסטיגט דעם צוזאג מיט שפריצן שפרענג בלוט אויף אלע אידן אינאיינעם. שפעטער איז קלאר אנגעזאגט געווארן אז אויב וועט מען זיך דערוואגן ארויסצוטרעטן קעגן די תורה און אירע געבאטן וועט זייער זייער נישט טויגן, יא, מיט צוואנג און טעראר מוז מען ממילא...נאר די וואס האבן שכל ודעת שרייען ווייטער נעשה ונשמע! און אזוי ארום האלט זיך דאס יידישקייט דורכאויס אלע דורות
פארשטייט זיך, אז במשך הזמן פון תיכף נאך דעם גרויסן בונד, מיטן עגל, ביז ימינו אלה מאכט זיך פעלער אמאל גרעסער אין צאל, אמאל גאנצע קהלות און אמאל יחידים וואס ווידערשפעניגן, נא, נישט געפערליך יבא אליהו וישיב לב אבות על בנים ולב בנים על אבותם במהרה
לעמאן דזשוס האט געשריבן:ר׳ יאיר איר זייט נישט גערעכט, כמבואר לעיל בדברי בענין הברית
דער ברית און די תוכחה זענען צווישן דעם באשעפער און די אידן, נישט צווישן לעמאן דזשוס און שלום דין.
נשלח: פרייטאג יאנואר 04, 2013 12:19 am
דורך יאיר
מוח שליט האט געשריבן:לעמאן,
דו פרעגסט וועלעכע אנדער אפציע וואלט געשניטן מער פרוכט.
די שאלה איז צו דו האלטסט אז אידישקייט האט גענוג וואס צו זאגען פאר זיך (וואט טו סעי פור איטסעלף) אפי' ווען מען זעהט דעם צד השני.
מיין אפיניען איז א הילכיגער יא.
רעד איך פין א אידישקייט וואס גייט נאז אין וואנט אריין, אין פרובירט אויפצוווייזען אז די וועלט איז פונקטליך 6,773 יאר אלט? אדער פין א אידישקייט וואס פרובירט אויפווייזען אז עס איז דא שקצים ורמשים וואס ווערן געבוירען אנע זכר ונקבה [שאינם פרים ורבים כאילים], אוודאי נישט.
א אידישקייט איז א אידישקייט וואס איז אמת לאמיתו. אהן קיין איין טראפען ליגענט. מיר דארפען נישט זיין קיין שקרנים כדי צו זיין א איד. דובר שקרים לא יכון לנגד עיני.
אזא אידישקייט וועלן קיין בייזע ווינטן נישט אוועקבלאזען.
לויט דיר וואלט געדארפט אויסקומען אז אין די חסיד'ישע קרייזן, וואו מען גייט די מערסטע מיט'ן קאפ אין וואנט, זאל אוועקפאלן די מערסטע, בעת אין די מאדערן ארטאדאקס קהילות, וואו מען לערנט נישט די שקרים וואס דו רעכנסט אויס, זאל אוועקפאלן דאס ווייניגסטע. די טרויעריגע מציאות איז אבער פונקט פארקערט.
נשלח: פרייטאג יאנואר 04, 2013 12:39 am
דורך בונעס איירעס
פארוואס ברויך יעדעס אשכול פארן אוועק פונעם ריכטונג... דאס מאטערט אפ אומזינסט
מאכט א אשכול פאר השכלה און דעם טיילונג אין אונגארן, מעהמיר אלע אהין קומען א פיינע נושא מיט חומר און צדדים אסאך... אבער דא ווילן מיר וויסען די מאטיוון פון או טי די
נשלח: פרייטאג יאנואר 04, 2013 1:21 am
דורך נולד מאוחר
יאיר,אויך מיר א בחירה.
קענסטו טון וואס די ווילסט אבער אויב די פאלגסט נישט די תורה אק איך דיר אן דיינע ביינער. וואסארא בחירה איז דאס?
נשלח: פרייטאג יאנואר 04, 2013 1:28 am
דורך יאיר
א גוטע קשיא. אבער דאס איז וואס שטייט אין פסוק ביים ברית צווישן הקב"ה און די אידן:
הַעִידֹתִי בָכֶם הַיּוֹם אֶת הַשָּׁמַיִם וְאֶת הָאָרֶץ: הַחַיִּים וְהַמָּוֶת נָתַתִּי לְפָנֶיךָ, הַבְּרָכָה וְהַקְּלָלָה; וּבָחַרְתָּ בַּחַיִּים, לְמַעַן תִּחְיֶה אַתָּה וְזַרְעֶךָ.
נשלח: פרייטאג יאנואר 04, 2013 1:37 am
דורך נולד מאוחר
רעדענדיג פון אטד, האב איך געזען א טייטש פון ר' דוד לערנער of their derech אנשטאט די פשטע פשט of the derech.
רש''י אופן פלאץ איז מסביר איך בין נישט אראפ פון די וועג, כאולי סאיז דא די וועג איין וועג .נאר וואדען סאיז פאראן אסאך וועגן איך בין אראפ פון איינס אריבער צי א צווייטע.
הלואי זאלן די אטד טרעפן עפעס א וועג.
נשלח: פרייטאג יאנואר 04, 2013 3:24 am
דורך צדיקל
יאיר האט געשריבן:דו פרעגסט א גוטע קשיא, אבער נאר אויב דער OTD איז טאקע נאר ברוגז אויף די פארקנאקטקייט. שלום דיען, פון די אנדערע זייט, האט געזוכט, געפארשט, געפרעגט, געליינט, און ער איז געקומען צו די מסקנא אז דער בעסטער וועג ווי אזוי ער וועט קענען אויסנוצן זיין לעבן איז אזוי ווי ער פירט עס היינט, און די אידישע רעליגיע גיבט א בחירה פאר יעדן מענטש, אפגעזען צו ער איז גערעכט אדער נישט. מען קען נישט מחייב זיין א מענטש צו אפהיטן הלכות אין וואס ער גלייבט נישט, נישט קיין חילוק וויפיל זיינע עלטערן האבן זיך מוסר נפש געווען דערפאר, און מען קען אים אודאי נישט מחייב זיין פאר'ן נישט גלייבן דערין.
שטעל דיך פאר ווען אברהם אבינו האט מחליט געווען צו איבערלאזן זיינע געטשקעס און דינען דעם איינציגן באשעפער, וואס האבן זיינע שכנים געזאגט? א מין רשעות'דיג קינד, ווי אזוי קען ער איבערלאזן אלע געטשקעס וואס גיבן אונז עסן, רעגן, זון שיין, און וואס נישט. אז דו ווילסט זיך נישט בוקן צום געטשקע, מילא. אבער וואס דארפסטו גיין צוברעכן אלע דיינע פאטער'ס געטשקעס און אים ברענגען אזעלכע צער און בושות? און לאמיר שוין נישט רעדן פון אביסל מענטשליכקייט!
איך בין ח"ו נישט מדמה די אידישע רעליגיע צו להבדיל אלף הבדלות די געטשקעס, אבער אזוי פיל ברענג איך ארויס: יעדער דארף זיך פירן לויט ווי אזוי זיין שכל דיקטירט, אדער לויט ווי דער שכל פון די מענטשן וועמען ער טראסט. העריטעדזש און יימ'ען אידיש בלוט טאר נישט פארנעמען א טייל אין דער מח פון א שכל'דיגן מענטש לגבי פירן זיין לעבן.
ר' יאיר איר זענט ראנג, כ'האב עס שוין געהערט פון אפאר אט"ד חברה, ס'איז דאך דא א בחירה חופשית פארוואס טאר איך נישט טוהן וואס איך וויל? פארוואס צווינגט מען מיר? וכדומה.
אמת הקב"ה האט טאקע געזאגט החיים והמות נתתי לפניך, און יעדער איד האט א בחירה חופשית, אבער א בחירה חופשית מיינט נישט אז ס'איז הותרה הרציעה "מ'מעג' טאן וואס מ'וויל, ניין און נאכאמאל ניין מ'טאר נישט טאן קיין כי הוא זה נגד רצונו ית' שמו, נאר ס'איז דא א בחירה אז "מ'קען" טאן וואס מ'וויל, מ'איז ביכלת צו טאן וואס מ'וויל, משל למה הדבר דומה ס'איז דא א רויט לייט, אויב דו ווילסט "קענסטו" אדורך פארן, דיין קאר וועט דיר פאלגן ס'וועט פארן, אבער מ'טאר נישט אז א פאליס וועט דיר זעהן וועט ער דיר געבן א טיקעט, אדער אויב ס'איז דא דארט אן עין רואה וועסטו באקומען דיין שטראף. מה נעשה אז ס'איז אייביג דא אן עין רואה אין הימל, און מיר "קענען" טאקע טאן וואס מיר ווילן, נאר מיר "טאר" מיר נישט עובר זיין על רצונו ית' שמו, וואס האט אונז מצוה געווען ובחרת בחיים.
והשנית, יא אונז אידן האבן א חיוב פון ערבות, כל ישראל ערבים זה לזה, אונז זעמער מחיוב נישט צו לאזן א איד זאל טאן עבירות וכדומה, און אונז האב מיר אפי' א חיוב פון כופין אותו עד שיאמר רוצה אני!! יא דאס איז דער רצון ה' מיר זאלן טאן כפי יכולתנו אפצוהאלן א איד פון עובר זיין אויף די תורה ומצות.
נשלח: פרייטאג יאנואר 04, 2013 3:32 am
דורך יאיר
צדיק'ל, דו ביסט גערעכט פון אן אידישן פערספעקטיוו, (אויסער לגבי דעם חיוב ערבות, וואס גייט נישט אן ביי א כופר). אבער מיין ענטפער איז געווען געווענדעט צו לעמאן דזשוס וועלכער האט געשריבן אז ער קען זיי נישט פארשטיין פשוט צוליב מענטשליכע סיבות ווי אזוי זיי קענען פארלאזן זייער העריטעידזש וכו', אויף דעם האב איך געענטפערט מה שכתבתי, אז פאר איינעם וואס גלייבט נישט האט נישט קיין זין צו האבן טענות צו אים פון א היומענלי פוינט אוו וויוא. ווען ער וועט ארויפקומען אויף יענע וועלט וועט דער מרחם על כל מעשיו וויסן פונקטליך ווי אזוי אים צו דן זיין לויט זיינע נסיונות און אומשטענדן.
נשלח: פרייטאג יאנואר 04, 2013 5:24 am
דורך מוח שליט
יאיר,
די ביסט גערעכט אז איך האב גענוצט די נישט ריכטיגע ווארט. התבדלות קומט נישט דא אריין.
כוונתי איז אויף די מהלך פין זאגען אסאך שקרים כדי אנצוהאלטען די טראדיציע. וואס כדי דאס אנצוהאלטן לאזט מען נישט אריין קיין שום ידיעות וואס זענען מעורר ספיקות אויף די ליגענטס. מען בלייבט הערמעטיש פארזיגלט. (דאס האב איך געמיינט מיט התבדלות).
עס איז דא א צד צו זאגען די פאלגענדע:
דעי אויבענדערמאנטע מהלך איז גיט געווען ווילאנג עס איז נישטא קיין מעידזאר שינוים אין די מוחות פין די מענטשען וואס מען זאגט זיי די ליגענטס.
דאס ערשטע מאל ווען מען האט געהאט א שטארקע דורכברוך, אין מענטשען האבען אנגעהויבען זיך צו קוועשטינען, איז געווען אין די ענלייטמענט תקופה. א גרויסע גורם דערצו איז געווען די פרינטינג פרעסס. ווייל דאס האט ערמעגליכט דעם עולם צו טראכטען. דאס האט צושאקעלט די עסטעבלישד סיסטעם. אין מיר האבען לכבוד דעם פארלוירען בערך ניינציג פראצענט פין כלל ישראל.
דעי צען פראצענט וואס זענען געבליבן, זענען די וואס האבען אויף עפעס אן אופן אויסגעארבעט א סיסטעם אין קאפ אז די נייע אפענקייט אין די נייע ידיעות מיט אירע קשיות אין סתירות בארירט זיי נישט. זיי האבען דאס סיסטעמייזט אין אזוי געצויגען ווייטער די קינדער אין אייניקלך.
דעי סיסטעם קען ווייטער גיין פאר א לאנגע צייט, בתנאי אז עס איז נישטא קיין מעידזאר שינוים אינעם גאנצען קאמיוניטי. אין טאקע ווי מער מען איז פארזיגלט, אלץ ווייניגער מענטשען זענען דא וואס עגבערט די ליגענטס. אין טאקע דערפאר קען זיין ווי די זאגסט אז מאדערן ארטאדאקס פאלען מער אוועק. זיי האבען מער ידיעות וואס שטימען נישט. משא"כ דער פארזיגעלטער ווייסט נישט אז עס דארף עם עפעס באדערן. איגנארענס איז בליסס.
אויב אבער זאל קומען א נייע פארפלייצונג פין וויסענשאפט, איז דא וואס חושש צו זיין אז דאס וועט ווייטער אוועקרייסען א חלק מונכר פין כלל ישראל רח"ל. ווייל מען האט זיך נאכנישט אויסגעשטעלט וויאזוי צו זיך צו פראטעקטן פין אט די נייע פארפלייצונג פין וויסענשאפט וואס איז מעורר ספיקות אויף די אלע ליגענטס וואס מען זאגט.
עס איז גאנץ קלאר אז עס איז דא אסאך זאכען וואס שיטמען נישט. נו איז דא וואס וועלן זאגען אז עס שטימט טאקע נישט רח"ל, אין בלייבטס מיר געזונט.
איך בין ביי די מיינונג אז ווען מען וועט אוועקנעמן אלע ליגענטס, אין איך מיין טאקע אלע ליגענטס. די ליגענטס וואס איז דא ביי חסידים, אין אויך ביי מאדערן ארטאדאקס. וועלן מיר האבען א שיינע אמתע תורה.
דעמאלטס וועט מען נישט אוועקגיין מכח די געפיל אז זאכען שטימן נישט. ווייל מען עס וועט טאקע נישט זיין קיין זאכען וואס שטימען נישט.
ואחרי כל הדברים האלה, אויב איז אמת אז מיר שטייען פאר א אינפארמעישאן עקספלויזען, טארכט איך אז מען דארף טון צו דער זאך בעוד מועד.
נשלח: פרייטאג יאנואר 04, 2013 5:36 am
דורך מוח שליט
מצד שני זענען דא גרויסע חכמים וואס זאגען אז סיי וואסערע סיסטעם קען זיך נישט האלטען אהן זאגען שקר פאר די פשוטע המון עם. והאי לך דוגמא פין אפלטון.
ער האט אהערגעשטעלט א מהלך פאר יעדע מדינה אין די וועלט, אלעס מיט זיין טיפע פארשטאנד וויאזוי אלעס זאל קלאפען. ער האט אבער אויך פארשטאנען אז די קענסט נישט מסביר זיין די טעמים אין גערעכטיקייט פין זיין סיסטעם, פאר יעדען שיסטער. האט ער מציע געווען אז מען זאל מאכען שקרים קדושים. מען זאל איינרעדן דעם המון עם אז די גאנצע מהלך זיינער זענען ציוויים משמי מרום, אין דאס וועט מאכען דעם פשוטן נישט-פילאזאף אויך מיטפארען מיטן סיסטעם.
[left]In "The Republic," Plato described a city whose inhabitant were
organized into categories: The Rulers, Auxiliaries, Farmers, etc. The
Rulers, he said, would be chosen from the military elite (called
Guardians) because they were good at shepherding and caring for the
interest of the community. The Auxiliaries would be Guardians in
training.
The Rulers, Plato said, must tell the people of the city “The Noble
Lie“--that the categories of Rules, Auxiliaries, Farmers, etc. was not
due to circumstances within the people's control, upbringing, or
education, but because of God's intervention. God, the Lie went, had
put gold, silver, and iron into each person’s soul, and those metals
determined where a person's station was in life was.
The Rulers told the people of the city that if their own children were
found with bronze or iron in their soul, the child would drop down the
ranks accordingly. And if a farmer’s child was born with gold in his
soul, he would rise up to the Guardian level. The Rulers also said,
people had different metals in their bloodstream, and therefore could
not intermarry.
The Lie is necessary, Plato argues, in order to keep a stable social
structure. In Plato’s mind, The Noble Lie is a religious lie that’s
fed to the masses to keep them under control and happy with their
situation in life.
Plato did not believe most people were smart enough to look after
their own and society’s best interest. The few smart people of the
world needed to lead the rest of the flock, Plato said. And The Noble
Lie had to continue.[/left]
זיין שיטה איז נוקב ויורד.
ווייל מען דארף טראכטען אין זיין סיסטעם. א קינד פין שיסטערס וואס זענען אנגעפאקט מיט די noble lies, וואקסט אויס א חכם. וואס געשעט? ער כאפט אז די שקרים זענען טאקע שקרים, אבער ער ווארפט נאך נישט אוועק דעם סיסטעם דערפאר. פארקערט ער זעהט די עכטע טיפקייט פינעם סיסטעם. אוודאי קען זיין אז זיינע עלטערן די שיסטערס וועלן קלאגן אויף זיין הירוס אין יסודות הדת. אבער ער ווייסט אז עס איז ממש קאפויר, ער האט די אמתדיגע יסודות הדת
נשלח: פרייטאג יאנואר 04, 2013 6:01 am
דורך מוח שליט
לעמאן דזשוס האט געשריבן:
יא, ליבע ברודערלעך, זינט מתן תורה זענען מיר יידעלעך, נשמות-אדער עלטערן און מכח האבות-אריין אין א בונד מיטן רבוש״ע, מיר האבן זיך אונטערגענומען צו היטן ׳כל אשר דבר השם׳ דורך שרייען ׳נעשה ונשמע׳ און דורך דעם ׳שם תהא קבורתכם סטראשע׳ אזוי צו אזוי האט רועינו משה ע״ה באפעסטיגט דעם צוזאג מיט שפריצן שפרענג בלוט אויף אלע אידן אינאיינעם. שפעטער איז קלאר אנגעזאגט געווארן אז אויב וועט מען זיך דערוואגן ארויסצוטרעטן קעגן די תורה און אירע געבאטן וועט זייער זייער נישט טויגן, יא, מיט צוואנג און טעראר מוז מען ממילא...נאר די וואס האבן שכל ודעת שרייען ווייטער נעשה ונשמע! און אזוי ארום האלט זיך דאס יידישקייט דורכאויס אלע דורות
לעמאן, עס איז נישט אזוי פשוט.
קוק אין ספר ויואל משה, (ווי קען מען דאס נישט דורכקוקען) אין זעה ווי ער ברענגט פין די עקידה די קשיא אז ווי קען מען מיך מחייב זיין אויף וואס מין אור זיידע האט זיך אינטערגענומען ביי מתן תורה. די עקידה ענטפערט אז שכר ועונש אין אלע ברכות וקללות איז נישט מער ווי פראטקעשאן סיסטעם. אויב די וועסט היטען די תורה גאראנטיר איך דיר פראטעקשאן פין אלעם בייזען, אין אז נישט you're on your own.
ער ברענגט ווייטער פינעם של"ה הקדוש וואס זאגט אויף די עקידה שפתיים ישק, אבער עס שטימט נישט. ער פרעגט ווי קען די תורה זאגען ספעסיפישע עונשים אויף געוויסע עבירות אויב איז עס נישט מער ווי loss of protection.
בעניי פארשטיי איך נישט אזוי גיט די קשיא. עס קען דאך זיין אז גאט לאזט דיך וויסען אז אויב די טיסט דאס נעם איך אראפ איין געוויסע לעיער פין פראטקעשען אין ממילא וועסטו זיין עקספויזעד צו דאס וואס וועט דיר ברענגען א זיכערע טויט (ווי למשל אינטערנעט).
בי דעט עז איט מעי, זאגט די של"ה אז מען מיז צוקימען צום אידיעע אז אונזערע נשמות זענען אלע דארט געווען אין מען האט זיך דאס אינטערגענומען.
האבען מיר דאך אן עקידה וואס איז מחולק מיט דיר איא?
נשלח: פרייטאג יאנואר 04, 2013 6:23 am
דורך מוח שליט
יאיר שרייבט,
דו פרעגסט א גוטע קשיא, אבער נאר אויב דער OTD איז טאקע נאר ברוגז אויף די פארקנאקטקייט. שלום דיען, פון די אנדערע זייט, האט געזוכט, געפארשט, געפרעגט, געליינט, און ער איז געקומען צו די מסקנא אז דער בעסטער וועג ווי אזוי ער וועט קענען אויסנוצן זיין לעבן איז אזוי ווי ער פירט עס היינט
כ'פארשטיי נישט.
ער זאגט דאך אז דאס לעבן בעצם איז מסתמא בעסער דא ווי דארט. ד.ה. אז עס לוינט די מעלות וחסרונות דא, מער ווי די מעלות וחסרונות דארט. יעצט זאגסטו אויך אז עס איז נישט וועגן די "ליגענטס" וואס מען קען נישט אויסהאלטען.
אויב איז נישטא קיין פראבלעם מיט ליגענטס, אין נישטא קיין פראבלעם מיט האבען א געשמאק לעבן, וואס איז יא די פראבלעם.
לכשעצמי בין איך ביי די מיינונג אז מען ווייסט נישט וואס מען לאזט זיך אריין. אזוי ווי אלעס אין די וועלט כאפט מען נישט די מעלות פין אזאך נאר ווען מען פארלירט עס. מען כאפט נישט אלע מעלות פינעם "פארשאלעטענעם סיסטעם" נאר ווען מען פארלירט עס.
איך מיין נישט צו זאגען אז עס איז נישט דא אסאך וואס צו שעלטן. איך מיין נאר צו זאגען אז עס איז אויך דא גאר אסאך וואס צו בענטשען. את הברכה ואת הקללה, ובחרת בחיים.
נשלח: פרייטאג יאנואר 04, 2013 6:31 am
דורך לעיקוואד
מוח שליט האט געשריבן:מצד שני זענען דא גרויסע חכמים וואס זאגען אז סיי וואסערע סיסטעם קען זיך נישט האלטען אהן זאגען שקר פאר די פשוטע המון עם. והאי לך דוגמא פין אפלטון.
ער האט אהערגעשטעלט א מהלך פאר יעדע מדינה אין די וועלט, אלעס מיט זיין טיפע פארשטאנד וויאזוי אלעס זאל קלאפען. ער האט אבער אויך פארשטאנען אז די קענסט נישט מסביר זיין די טעמים אין גערעכטיקייט פין זיין סיסטעם, פאר יעדען שיסטער. האט ער מציע געווען אז מען זאל מאכען שקרים קדושים. מען זאל איינרעדן דעם המון עם אז די גאנצע מהלך זיינער זענען ציוויים משמי מרום, אין דאס וועט מאכען דעם פשוטן נישט-פילאזאף אויך מיטפארען מיטן סיסטעם.
[left]In "The Republic," Plato described a city whose inhabitant were
organized into categories: The Rulers, Auxiliaries, Farmers, etc. The
Rulers, he said, would be chosen from the military elite (called
Guardians) because they were good at shepherding and caring for the
interest of the community. The Auxiliaries would be Guardians in
training.
The Rulers, Plato said, must tell the people of the city “The Noble
Lie“--that the categories of Rules, Auxiliaries, Farmers, etc. was not
due to circumstances within the people's control, upbringing, or
education, but because of God's intervention. God, the Lie went, had
put gold, silver, and iron into each person’s soul, and those metals
determined where a person's station was in life was.
The Rulers told the people of the city that if their own children were
found with bronze or iron in their soul, the child would drop down the
ranks accordingly. And if a farmer’s child was born with gold in his
soul, he would rise up to the Guardian level. The Rulers also said,
people had different metals in their bloodstream, and therefore could
not intermarry.
The Lie is necessary, Plato argues, in order to keep a stable social
structure. In Plato’s mind, The Noble Lie is a religious lie that’s
fed to the masses to keep them under control and happy with their
situation in life.
Plato did not believe most people were smart enough to look after
their own and society’s best interest. The few smart people of the
world needed to lead the rest of the flock, Plato said. And The Noble
Lie had to continue.[/left]
זיין שיטה איז נוקב ויורד.
ווייל מען דארף טראכטען אין זיין סיסטעם. א קינד פין שיסטערס וואס זענען אנגעפאקט מיט די noble lies, וואקסט אויס א חכם. וואס געשעט? ער כאפט אז די שקרים זענען טאקע שקרים, אבער ער ווארפט נאך נישט אוועק דעם סיסטעם דערפאר. פארקערט ער זעהט די עכטע טיפקייט פינעם סיסטעם. אוודאי קען זיין אז זיינע עלטערן די שיסטערס וועלן קלאגן אויף זיין הירוס אין יסודות הדת. אבער ער ווייסט אז עס איז ממש קאפויר, ער האט די אמתדיגע יסודות הדת
זענט איר גרייט טאקע מפרש צו זיין רוב אני מאמין'ס אלץ "שקרים קדושים", (כמרומז במו"נ)?