בלאט 7 פון 8
נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 5:06 pm
דורך [NAMELESS]
שוין, ווייסטו וואס, נישט ממש [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] קראצער.... סארי פאר מיי דורטי שפראך, אבער קוקנדיג די וידיא ווי קליינע קינדער ווערן באזינגען ברחובה של עיר בין איך געגאנגען אזוי ווייט ווי נישט בלויז זאגן רשעים טיפשים, נאר לא נחה דעתי עד שהכתרתי אותם בתור מגרדי תחתונים, בו בזמן שכלל לא בטוח שהם כזה
נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 5:25 pm
דורך געפילטע פיש
צ"ל מגרדי אחוריים, או גורדי עגבות.
נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 6:49 pm
דורך הדד בן בדד
איך בין מסכים מיט קופערניקוס (חוץ די דורטי לשון) איך האב שוין כמה פעמים געשריבן אז איך האלט דא א בעלז איז גערעכט, כאטש געווענליך מוז מען יא אננעמען, אבער דא איז נישט דא קיין ברירה ווייל מען רעדט פון א ריכטיג דעינדשרעס מענטש. אבער דאך, די קינדער זענען נעבעך וויקטימס, און זיי צו באזינגען אזוי מיאוס אין גאס איז גאר א מיאוס'ע זאך.
נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 7:47 pm
דורך איך אויך
ר' קופי היקר מען האט אייך שון צוואנציג מאל מסביר געווען אז אין דעם פאל איז עס געקנופט און געבינדן און ווילאנג די קינדער זענען אינטער זיין טעראר קען מען בשום אופן נישט אפטיילען. איך גיי אייך נאך איינמאל פראבירן מסביר צו זיין און בל"נ גיי איך נישט אריין און קיין ויכוח מיט דיר.
הער א מעשה וואס איך האב לעצטענס געהערט און געזעהן ממקור ראשון, ווען זיין יעצטיגע תכשיטל דער פיקטשער מאכער האט בר מצוה געהאט אין וויען, האד דער ש-ד באשטעלט א סעודה די לייקס וואס וויען האט נאכנישט געזעהן (די ווינער אידען זאגן אז חוץ פון די סטרולאוויטש חתונה המפורסם געדענקן זיי נישט אזא געלט שווענדעריי),דעמאלס האט ער געליטן פון זיין דמיון אז ער איז רב ראשי פון וויען, האט ער באשטעלט פון לאנדאן די טייערעסטע כשרע קעטערער (ר' נחמן רייך הי"ו, א איד א בעל חסד עצום) א גוזמה פון פארציעס (דאכט זיך 500), עס געמאכט אין די טייערסטע זאל, די טייערסטע וויינען, טישטיכער וכו וכו.
למעשה דארף איך אייך נישט פארציילען אז עס איז געווען חוזק חזקות, קיין מנין אידען איז נישט געווען צום האבען (גוים אפשר יא, זיינע נאצי און אראבישע חברים האבן זיך זיכער באטייליגט). אבער הער גוט קיין איין איינציגע פון די פילע סערוויס פראוויידערס האבען עד היום נישט געזעהן א פרוטה אחת! נישט דער זאל נישט דער לאנדאנער קעטערער נישט די טישטעכער וכו. וכו.
ובכן איינע פון זיינע איינציגסטע געוועזענע חברים פלעגט אמאל וואוינען אין וויען און היינט וואוינט ער אין לאנדאן, איין שיינעם טאג רופט עם דער ש-ד אן און זאגט עם אז ער גייט עם שיקען א פעקס וואס ער זאל חתמנ'ן און צוריקפעקסן, עס איז ממש א קלייניקייט א מינדערוויכטיגע טובה וואס ער בעהט פון עם. אזופיל האט יענער געקענט דער ש-ד האט ער עס איינעם געגעבן צו איבערצוטייטשן און וואס מיינסטו איז געשטאנע אין די פאפירן? אז דער חבר איז דער וואס האט באשטעלט יענע פארטי און ער נעמט די פילע אחריות אויף זיך. איבריג צו זאגן אז דאס איז די לעצטע מאל וואס יענער האט גערעדט צום ש-ד...
יעצט, זיין 11 יעריגע אינגל גייט בר מצוה האבן אין צוויי יאר ארום, לאמיר זאגן אז דו האסט ווען א עלעגאנטע זאל וואלטסו אויך געפרעגט אזעלכע היאך מעשרין את המלח שאלות פארוואס זאל דער אינגעל נישט האבן א בר מצוה ווי אלע קינדער, וואס איז ער שולדיג וכו. אדער וואלסטו געווען א טוכס-קראצער און עם געשיקט באוואסערן דעם ים הגדול?
תכלית האלט איך אויך אז די רקידה האט נישט אויסגעפעלט, אבער עס זעהט נישט אויס ווי א געפלאנטע זאך ענדערש א ספאנטאנע ריאקציע. אבער אפילו לשיטתך, צו ווייסטו אז פילע עלטערן האבן נישט געשיקט זייערע טעכטער אן סקול ווילאנג דער אינגעל זיצט דארט? (מיט די אינגערע האט מען זיך א שטיקל עצה געגעבן מען האט עם צוגעשטעלט א עקסטערע קלאס מיט עקסטערע טיטשערס, מאיזה סיבה איז דער עלטערער יא געווען אין קלאס) איז דען זייערע קינדער (מיידלעך) נישט לפחות אזוי וויכטיג?
צום לעצט נאכאמאל, יעדער זיכט די טובה פון די נעבעכדיגע קינדער און האפט די קלאגע פון ביידע באבעס ובני המשפחה וועט מצליח זיין, עס זענן דא גענוג משפחות וואס זענן גרייט זיי אריינצונעמען.
נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 7:48 pm
דורך קאווע טרינקער
יעצט געהאט א גלעגענהייט צו הערן דעם קליפ. כ'האב נישט וואס מוסיף צו זיין, נאר דאס אז דעם ניגון וועל איך נישט זינגען מער!
נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 7:58 pm
דורך משה געציל
מיין לימוד פונעם קליפ;
די זעלבע וואס שרייען ווען סטאמאר מאכט פראוויקאציעס קענען פונקט אזוי גוט די פאך ווען עס דינט זיי גוט! אונז זעמיר אלע אין די זעלבע ד׳ אמות...
נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 8:13 pm
דורך יאיר
איך אויך,
מה ענין שמיטה אצל הר סיני, וואס האט די עולה פונ'ם טאטן פאר פינף יאר צוריק מיט דאס באזינגען זיינע אומשולדיגע קינדער?
איך אויך האט געשריבן:"זיין 11 יעריגע אינגל גייט בר מצוה האבן אין צוויי יאר ארום, לאמיר זאגן אז דו האסט ווען א עלעגאנטע זאל וואלטסו אויך געפרעגט אזעלכע היאך מעשרין את המלח שאלות פארוואס זאל דער אינגעל נישט האבן א בר מצוה ווי אלע קינדער, וואס איז ער שולדיג וכו."
דאס איז א קלאסישע ביישפיל פון א
שטרוי מאן ארגומענט.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 07, 2013 12:41 am
דורך kliger
מען זינגט מיט די קינדער וואס פרייען זיך אז זיי זענען פטור געווארן פון זייער טאטעס משגעת.
וואטס די פראבלעם
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 07, 2013 12:53 am
דורך אוי טאטי
באזינגט מען די קינדער, אדער די טאטע וואס איז לכאורה אויך געווען אין קאר?
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 07, 2013 2:53 am
דורך טעפל
אוי טאטי האט געשריבן:באזינגט מען די קינדער, אדער די טאטע וואס איז לכאורה אויך געווען אין קאר?
פארשטייט זיך אז די טאטע איז דארט און מ'האט מסתמא געמיינט איהם צו באזינעגן, אבער ס'איז א שאד אז מ'האט נישט געטראכט פון די קינדער וואס זענען דארט..וואס אגב די אינגערע איז נעבעך נישט אינגאנצען געזונט און איך גלייב נישט ער כאפט פונקטלעך וואס טוט זיך, און די עלטערע אינגעל איז א ריכטיגע משה אריה..און ניין, איך בין נישט מצדיק באזינגען די קינדער..
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 07, 2013 9:55 am
דורך טעפל
א בריוו צו די קינדער פונעם רשע פרידמאן..(אויב זיי גייען עס אמאל זעהן).
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 07, 2013 10:10 am
דורך שמעקעדיג
ווער שרייבט דאס? איינער בשם די הנהלה?, ס'שמעקט עפעס מאדנע.
Too little, too late - די דעמעזש איז דאן.
אבער איך פארשטיי די שמחה פון די ת"ת, נעווערדעלעס.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 07, 2013 11:30 am
דורך לעמיל
לחיים לכבוד די שמחה

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 07, 2013 7:30 pm
דורך DotCom
שמועות דרייען זיך ארום אז פרידמאן האט אפגעיאגט פון אנטווערפן מיט די גאנצע משפחה.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 07, 2013 7:30 pm
דורך מורינו הרב
סא, לאנדאן איז נעקסט?
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 07, 2013 9:33 pm
דורך איך אויך
שמעקעדיג האט געשריבן:ווער שרייבט דאס? איינער בשם די הנהלה?, ס'שמעקט עפעס מאדנע.
Too little, too late - די דעמעזש איז דאן.
אבער איך פארשטיי די שמחה פון די ת"ת, נעווערדעלעס.
פון די מיידל סקול! פאר גאטס וועגן!
נשלח: פרייטאג פעברואר 08, 2013 12:53 am
דורך שמעקעדיג
SORRY
נשלח: פרייטאג פעברואר 08, 2013 6:36 am
דורך טעפל
כ'האב פרובירט ארויפלייגען די למען תדע, ס'וועגט צופיל, שוין עמיר ווארטען פאר דאטקאם..
נשלח: פרייטאג פעברואר 08, 2013 6:53 am
דורך שמואל הלוי
טעפל האט געשריבן:ס'וועגט צופיל
שטעל אים אויף א דייעטע
נשלח: פרייטאג פעברואר 08, 2013 9:21 am
דורך DotCom
נשלח: מיטוואך פעברואר 13, 2013 9:53 am
דורך טעפל
בחדרי שרייבט אז ער האט זיך אוועק געצויגען פון די היימישע געגענט.
http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=50843
נשלח: מיטוואך פעברואר 13, 2013 12:37 pm
דורך מיילעך
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 7:29 pm
דורך אוי טאטי
וואס איז פשט פון די רומער׳ס וואס פארן יעצט ארום אז מען האט געטראפן דעם פריעדמאן ביי איהם אינדערהיים נישט בין החיים?
כ׳שטעל מיר פאר אז עס איז נישט אמת, אבער געווענליך א רומער איז באזירט אויף עפעס.