בלאט 7 פון 12
נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 8:45 pm
דורך בדחן
עס האט שוין א איסור?
נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2013 11:19 am
דורך ידען
בדחן האט געשריבן:עס האט שוין א איסור?
די בליץ שרייבט אז זיי זענען נישט אין די איסור....
נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2013 12:03 pm
דורך מאראנצןזאפט
יאנקל איך וועל אי"ה שרייבן א ריוויו ווען ס'וועט זיין צו באקומען אין מיין גראסערי. אויף פיי סעמאך פארשטייט זיך...
נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2013 12:55 pm
דורך היסטאריקער
מאראנצןזאפט האט געשריבן:יאנקל איך וועל אי"ה שרייבן א ריוויו ווען ס'וועט זיין צו באקומען אין מיין גראסערי. אויף פיי סעמאך פארשטייט זיך...
מאראנצן זאפט (אז דאס איז דיין נאמען הייסן דאך דיינע קינדער אויך אזוי) קויפסטו אויך אויף פ״ס?
נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2013 2:04 pm
דורך מאראנצןזאפט
נו וואס די שאלה בכלל? מיינסט איך בין עפעס א נגיד ווי עם, איך קען מיך עפעס ערלויבן בלוקרוס אינשורנס. אלעס איז ב"ה מיט'ן זעלבן פלאסטישן קארטל. אין שפיטאל, אין אפטייק, אין גראסערי, און זאל נישט אויסגערעדט זיין, קאפלעך און ציצית ביי דער מקוה איד, און ערב פסח מצות ביים משמש שטיבל.
נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2013 4:16 pm
דורך פיקציע
יאנקל האט געשריבן:איך מוז קאמענדירן דעם "מצליח"
קאמענדירן? וואס איז די באדייט פון די ווארט?
נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2013 7:56 pm
דורך בן תמליון
יאנקל האט געשריבן:מלשון commend.
עס איז נישט אידיש למעשה נאר ענגליש. מען ברויך א באזונדער שמועס צו עס איז אויסגעהאלטן צו פאראידישן ענגלישע ווערטער וואס עס איז נישט א געהעריקע עקוויווילאנט אין אידיש. איך וואלט געזאגט אז יא, וואס זאגט איר?
נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2013 8:57 pm
דורך זר זהב
ס'קלאר נישט א ווארט אין אידיש פאר די באדייט. אין אידיש מיינט קאמענדירן א קאמענדיר וואס פירט א מיליטער. מ'קען אבער יא שרייבן ''רעקאמנדירן''.
נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2013 9:11 pm
דורך בן תמליון
גערעכט עס איז נישט יעצט פאקטיש אן אידיש טערמין, פארט אבער אז מיר פאראידישן דעם ענגלישן commend וואס מיינט לויבן/באגריסן, וועט זיין אן אידיש ווארט קאמאנדיר, רעקאמאנדיר און קאמענדיר.
נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2013 9:23 pm
דורך זר זהב
אבער אידיש האט נישט די לוקסוס וואס ענגליש, דארט טוישט איין אות די באדייט (פון א E צו א commend ,A איז לויבן, command איז א פירער) אבער אין אידיש וועסטע ביידע שרייבן אין איין אויסלייג "קאמענדיר"..
נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 10:41 am
דורך עס עפעס
זר זהב האט געשריבן:אבער אידיש האט נישט די לוקסוס וואס ענגליש, דארט טוישט איין אות די באדייט (פון א E צו א commend ,A איז לויבן, command איז א פירער) אבער אין אידיש וועסטע ביידע שרייבן אין איין אויסלייג "קאמענדיר"..
אין אידיש ווען מ'וויל שרייבן א מיליטערישער קאמאנדיר, שרייבט מען "קאמאנדיר" מיט אן אל"ף, נישט "קאמענדיר" מיט אן ע'.
פארט איז "קאמענדיר" נישט קיין אידישע ווארט, און ס'איז טאקע מאדנע צו זעהן וויפיל ענגלישע ווערטער עס זענען אין די לעצטערע יארן פארוואנדלט געווארן אלס אידישע ווערטער, ווי צב"ש האב איך געזען ערגעץ "מען מינגלט מיט שונאי הדת", אדער עפעס ענליכעס דערצו, ווען יעדער ווייסט אז "מינגלען" איז אן ענגלישע ווארט.
מצליח אויפ'ן וועג צו שלימות!
נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 11:09 am
דורך מאראנצןזאפט
עספיעט צו ליינען די ערשטע 2 ארטיקלען.
קודם כל א סלעפ פייוו פאר אונזער אי"ש מצליח פאר'ן נעמען די זאך אין דער האנט אריין. מ'זעט אז ס'איז דברי נשמעים, ענד די קרעדיט איז עלל מיינס ענד יורס...
די גרייזן זענען ב"ה אסאך אסאך לייכטער כאטש נאכנישט קיין שלימות. די צווייטע זייט האט איר עפעס א קפידה נישט צו מגיה זיין. ווייל קריטיג, גראפיג, און איינלעדענונג, פיגורירן דארט ווייטער מיט שטאלץ.
נקוט האי כללא, אויב דארף מען זייער אכט געבן אויף גרייזן, איז דאך מכש"כ ווען ס'קומט צו דעקלעך און קעפלעך דארט פאדערט זיך א זהירות יתירה.
צום ענין, חלילה נישט קיין קריטיק, בלויז ברודערליכע צוזאמגערעדאכטס און פלייצע געזעצאכס.
1. די סטעטעסקאופ ארטיקל איז זייער צום ענין. כ'האב הנאה געהאט צו ליינען די דורכפעלער פונעם ניו יארק פאוסט. אבער דאס וואס דו שרייבסט וועגן ארי' לייב גלאנץ אז זיי האבן דאס געדעקט עטליכע וואכן איז א גוזמא, ווי איך געדענק האט דער בלאט זיך דעמאלט געפארעט דערמיט, און ס'איז געווען נאר עטליכע טעג.
נאך א נקודה, איך ווייס נישט אויב ס'פעלט אויס ארייצומישן נחום ראזנבערג. קודם כל איז דאס א הרחק מן הכיעור'דיגע נושא וואס איז נישט וויכטיג צו פילעווען דערמיט. מ'האט אים איינמאל אפגע'חרם'ט, געשריבן עטליכע עדיטאריעלס און דעטס עבאוט איט. עס דארף נישט פארנעמען דעם סדר היום.
ספעציעל אז איר האט שוין געווידמעט טינט און פאפיר דערוועגן אינעם ערשטן מצליח, כאפ איך נישט די נחיצות איבערצודרעשן. ס'איז נישט עק וועלט, אבער ס'נעמט אוועק פונעם פראפעסיאנליטעט.
2. די נאורט קאריע ארטיקל איז מיר געווען העכסט אינפארמאטיוו, הגם ס'איז מיר קאלט געווארן פון די בארבארישקייטן, אבער קיין פראבלעם. די פראבלעם איז נאר אז דאס קעפל וואס רעדט וועגן א שוועל פון א מלחמה צווישן אמעריקא מיט קארעא, האט ממש נישט קיין שייכות מיט'ן ארטיקל וואס רעדט וועגן די פארפאלגענישן פונעם קארעאר פאלק.
3. כללים פון פרעפאזיציע קענט איר לערנען אינעם ביכל "אידיש ווערטער אוצר" מהודרא ב'.
4. לאמיך אייך אויסזאגן א סוד, אלס און אלץ זענען צוויי ווערטער. אלס ניצט מען אלס ראש ישיבה, אלס באס דרייווער, אלס נאכט וועכטער. און אלץ מיינט שטענדיג, אייביג. און אמאל אלעס, אזויווי אלץ ווייסער.
אבער נאכאמאל, ס'זיכער אז מצליח איז אויפ'ן בארג ארויף מיט'ן צושטעלן אינהאלטסרייכע ליטעראטור, וכל הכבוד.
המשך יבוא ווען די צייט וועט ערלויבן.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 11:12 am
דורך בן תמליון
עס עפעס האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:אבער אידיש האט נישט די לוקסוס וואס ענגליש, דארט טוישט איין אות די באדייט (פון א E צו א commend ,A איז לויבן, command איז א פירער) אבער אין אידיש וועסטע ביידע שרייבן אין איין אויסלייג "קאמענדיר"..
אין אידיש ווען מ'וויל שרייבן א מיליטערישער קאמאנדיר, שרייבט מען "קאמאנדיר" מיט אן אל"ף, נישט "קאמענדיר" מיט אן ע'.
פארט איז "קאמענדיר" נישט קיין אידישע ווארט, און ס'איז טאקע מאדנע צו זעהן וויפיל ענגלישע ווערטער עס זענען אין די לעצטערע יארן פארוואנדלט געווארן אלס אידישע ווערטער, ווי צב"ש האב איך געזען ערגעץ "מען מינגלט מיט שונאי הדת", אדער עפעס ענליכעס דערצו, ווען יעדער ווייסט אז "מינגלען" איז אן ענגלישע ווארט.
א א געוואלד מיט ווערטער ווערן פיין אידיש לעצטנס. דער דייטש אין דער איד האט שוין יארן פאראידישט "פרוסטרירט" און "פרוסטראציע". ער'ט געמאכט אן גלגול פון frustration.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 11:51 am
דורך זר זהב
עס עפעס האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:אבער אידיש האט נישט די לוקסוס וואס ענגליש, דארט טוישט איין אות די באדייט (פון א E צו א commend ,A איז לויבן, command איז א פירער) אבער אין אידיש וועסטע ביידע שרייבן אין איין אויסלייג "קאמענדיר"..
אין אידיש ווען מ'וויל שרייבן א מיליטערישער קאמאנדיר, שרייבט מען "קאמאנדיר" מיט אן אל"ף, נישט "קאמענדיר" מיט אן ע'.
דאס איז א לשון יחיד. פאר א לשון רבים קען מען זעהן געשריבן קאמענדירן. "מיליטערישע קאמענדירן".
נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 11:55 am
דורך מאראנצןזאפט
איך מיין מ'שרייבט קאמאנדירן. אפשר פירט מען אריבער דעם שמועס ביי שפראך און גראמאטיק, לאמיר זיך האלטן צו מצליח. האט דאס שוין איינער געקויפט? האט איינער עפעס א מיינונג צו זאגן?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 12:08 pm
דורך אבי גערעדט
מאראנצןזאפט האט געשריבן:איך מיין מ'שרייבט קאמאנדירן. אבער פירט מען אריבער דעם שמועס ביי שפראך און גראמאטיק, לאמיר זיך האלטן צו מצליח. האט דאס שוין איינער געקויפט? האט איינער עפעס א מיינונג צו זאגן?
געקויפט און הנאה געהאט, וויאזוי האט איינער געזאגט דא? ער ווערט א קאמפעטישן פארן בליץ.
זיין גראפיקס איז געוואלדיג, איך וואלט געזאגט אז ס'איז אפילו שענער ווי דער שטערן.
דער באסטאן געשיכטע האב איך געליינט אין די צייטונגען פאריגע וואך, און די אנטוויקלונגען וויל איך ליינען די וואך, סא וואס פונקטליך דארף איך טון מיט די ארטיקל אין מצליח?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 12:24 pm
דורך זר זהב
און בכלל איז זיין ארטיקל איבער נארט קארעא אדער די טאליבאן למשל, טאקע אין איינקלאנג מיט וואס מ'האט אדאפטירט/פראקלאמירט אין די ארטאדאקסישע מקוואות?
איי מיען, זיין מאטטא קלעבט צו זיין מאגאזין ווי ארבעס צו דער וואנט..
מצליח, אויפ'ן וועג צו שלימות 2!
נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 12:45 am
דורך מאראנצןזאפט
5. די באסטאנער דראמא, הערליכע ארטיקל. כ'הייב אן ליינען און עפעס לויפט מיר אין קאפ, אזא דעי זשא ווא, האב איך דאס שוין געלייינט? ביז איך האב געטראפן א האר ענליכער ארטיקל אין א קעסטעלע אין דער איד דף 10.
א קאמישער פערצופאל, ביידע שרייבער האבן איבערגעזעצט דעם זעלבן רויטערס אדער עי. פי. ארטיקל.
6. דער ווארשעווער בילד. שוין געדעקט געווארן אין יעדער חרדיש'ער אויסגאבע אויפ'ן פלאנעט. יעצט געקומען די ראי' פאר מצליח.
7. קריב דעד, די ערשטע האלב, ממש הוילע קאנספיראציעס, ערגער ווי ברסלבערס אשכול.
8. טאליבאן, נישט געליינט.
יאנקל, צופרידן? כ'האב עס געטוען פאר דיר. איך בין שוין לאנג זאט פון דער מצוה.
בכל אופן, מצליח וואקסט און בליעט מיט יעדער פארבייגייענדע אויסגאבע, ענד ווי וויש הימ אל דע בעסט ענד לאטס אוו האטסלאכע.
נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 9:16 am
דורך אביגדור
אזוי זעהט אויס.
נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 3:39 pm
דורך מאראנצןזאפט
ניטש, שמיטש, ס'פאראינטערעסירט נישט קיינעם, מ'רעדט נישט יעדן טאג פון די זעלבע זאך, און א שמחת תמיד.
שרייב דיין חתימה ערגעץ און איך וועל דיר אפגעבן דיין ערליך פארדינטן לייק.
אשר פריו יתן בעתו, זה שאינו יא בקאווע שטיבל אלא מערב שבת לערב שבת.
נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 3:51 pm
דורך אביגדור
אפשר טאקע.
נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 3:53 pm
דורך זר זהב
האהא ס'לעבעדיג, איים לאווין איט!!
נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 4:25 pm
דורך מאראנצןזאפט
סוויטהארט, האלד יור הארסעס.
מיר ביידע זענען אויף דער זעלבער זייט מטבע און מיר האבן זיך פשוט נישט פארשטאנען, מיך האט זיך געדאכט אז דו האלטסט גאר אז די ערשטע צוויי זענען געווען בעסער ווי די דריטע. עס איז קלאר נישט אזוי.
זיין קעפל איז די נארישסטע זאך פון דער גאנצער מצליח. עס איז קריטיקירט געווארן דורך כ'מיין קופערניקעס אינעם ערשטן בלאט פון דעם אשכול און יוצא געווען, איך בין נישטא פאר דעם.
ער איז דא ווייל ער וויל מאכן פרנסה. אויב ס'דא א מארקעט פאר נאך אן אויסגאבע דוגמת דער שטערן דארף מען פרעגן אין די געשעפטן, איך בין נישט באקאנט.
איך האב אים פרובירט ארויסצוהעלפן ס'זאל נישט זיין קיין בזיונות. און ער ווערט אביסל בעסער. רעדן פון בלומבערג טויזנט מאל, און דער גאנצער וועג וויאזוי, איז געווען איינע פון די זאכן וואס פלעגט מיר ביים ליינען רויט מאכן אנשטאט אים אליין.
סתם ארטיקלען הוידל בוידל קלאץ ווי די וואך, זאל אים וואויל באקומען, איי דאנט קעיר.
זר, העפי?