קאמענטארן אויף די פאעזיע פארמעסט, אדר-תשע"ג

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
פארשפארט
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

מיין אנאליז-מיין פאסטקעסטל מיין טרייסט

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

מיין פאסטקעסטל מיין טרייסט. גאר גאר א געלונגענע, ארגינעלע שטיקל! הומאר, חוזק'ט אפ פון זיך, און טרייסט זיך מיט א זינלאזע טרייסט אויף א ערנסטע פראבלעם! און שרייבט דערוועגן א שיר!

עס איז זייער קלאר אפגעשריבן און ארויסגעברענגט, כאב כמעט נישט וואס צוצוגעבן בפרוטרוט, דער שרייבער טרייבט שפאס פון זיך און אלע זיינס ענליך, און ווי קאווע טרינגער האט אויבן אנגעמערקט שפורן זיך רוב שנהראשונה יונגעלייט אין די שוך בעת זיי עפענען דעם כמעט ליידיגן פאסטקעסטל און דערזעהן א שנאר בריוועלע, דאס זעלבסטווירדע טראסקעט ארויף למעלה, און גיבט צו חשק ווייטער אנצוגיין מיטן טאג טעגליך!! עס איז געשריבן בלשון מדוברת און כדבר איש אל רעהו, לדעתי איז דאס די שטערקסטע שורות

אפילו ווען איך בין איינזאם אליין
מיט קיינעם קיין פארקער,
מיין געמיט איז צובראכן און קליין
שלעכטע מחשבות איך קלער.

אבער מיין פאסט קעסטל א ישועה
עס זאגט מיר, יא איך עקזיסטיר,
ביי איינעם האב איך די זכיה
ער האט געטראכט פון מיר.
עס ליינט זיך גאר געשמאק און זייער אפען די געדאנק. אלזא,

שפראך-לשון מדוברת דריי שטערנס, געדאנק-נישט טיף, אבער קלאר און שפיזיג ארויסגעשריבן, און מיט הומער פיר שטערנדלעך. משקל-מער גראמען סטיל צוויי און א האלב שטערנס. איבערליינען שפעטער, יא, ס'אלעמאל גוט אפחוזקן פון זיך זעלבסט!!! בפרט די בתים;

זעסטו, איך בין נישט סתם איינער
מיין פאסט קעסטעל ממש א נס,
איך בין גארנישט אזא קליינער
מ'שיקט בריווען צו מיין אדרעס!
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

בן תמליון האט געשריבן:
יאנקל האט געשריבן:
לעמאן דזשוס האט געשריבן:גיי מיר ווייטער? ווער האלט מיט?

איך בין מיט דיר. גאו אן.

איך בין נאך דא. כ'ווייס נישט פאר ווי לאנג, דאס איז א שווערע סוגיא.
אין שיעור עיון, בין איך נישט קיין מציון.
Under influence
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

אוקעי, נומער פינעף דאס הינער איי, בין איך מכבד א צווייטען ווייל איך דארף איצט גייייין, ביטע נעמט איבער
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

יאנקל האט געשריבן:
לעמאן דזשוס האט געשריבן:גיי מיר ווייטער? ווער האלט מיט?

איך בין מיט דיר. גאו אן.

גם אני. קיפ גאואינג.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

עשיתי ככל אשר צויתני,
געמאכט א שהחינו,
נאכן באקומען א ריף פונעם גבאי שני,
אז נאך פאר אשר הניא,
זאל איך שטימען פאר פיר משלנו.



כ'גלייב אז כ'בין נישט דער איינציגסטער וואס האט זיך געזעהן אין די פראבלעם פון אויסוועלן פון אזויפיל קריעיטיוו שטיקער צו שטימען. כ'האב געמיזט אויפקומען מיט א קרייטעריע. כ'האב באשלאסן אז כ'וועלן שטימען פאר די וועלכע האבן קאנעקטעט מיט מיר פערזענליך, בכלל נישט פון א ליטעראטורישע שטאנדפונקט. וויבאלד כ'האב נאר געהאט פיר שטים רעכטן האט מיר באנק געטוהן אז כ'האב נישט געקענט שטימען פאר נומבער 7, כ'בין הייליג, וואס איך האלט איז זייער תוכן'דיג און פאסיג. כ'קלער אפי' אז כ'בין געווען צו האסטיג און אויב כ'וואלט היצט געהאט די ברירה וואלט איך געוועלט פאר איר.

אלזא מיין אויסוואל איז געווען:

5 און 10 פאר אריגינעלקייט. נומבער 12 ווייל כ'האב עס געליינט און איבערגעליינט ביז כ'בין אנטשלאפן געווארן מיט א נאסן געזיכט בשעת די טאבלעט פאלט פון די האנט צו די זייט פון מיר. נומבער 13, צו לאזן הערן אז קאנטעמפארערי קונסט איז אויך קונסט.
.
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

דא, האבן מיר ארויפגעלייגט א הערליכע פידיעף פון אלע שטיקלעך באדיבות הרב ברסלבער
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

נא לעמאן, מיר ווארטן מיט שפאנונג אויף די איבריגע...
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

איך האב מכבד געוועהן אנדערע, איך ווארט אויף צייט
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

קאווע טרינקער האט געשריבן:יעצט זעהסטו דעם ווייטן בליק און יודע-הכל, יידל.
ער ווארט אויף די לעצטע מינוט, ווען אלע טעותים וועלן זיין מתוקן.

אויב איז ער טאקע א יודע הכול ווייסט ער דאך וואס מ'גייט מתקן זיין.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

צוגייענדיג בדחילו ורחימו צו די עבודת הקודש פון אויסוועלן די פיוטים שנתחברו ע"י רבותינו מאורי הגולה שותי הקפה, איז מיר צוגעפאלן אן אומעט, טראכנדיג אזוי צו מיר אין הארץ, ווער בין איך, שפל ונבזה, דל גאה, עני מדעת, צו צוטרעטן צו דעם חוב קדוש פון אויסוועלן די סאמע בעסטע פון די הייליגע פיוטים וואס מלאכים פון פייער צינגען האבן ארומגעטאנצט בשעת מען האט זיי מחבר געווען, אויסער אויב מען האט חלילה ארויפגעדרייט די ערמל. איך קום דאך נישט צו לקרסולי רגליהם, מה אני, מה חיי, צו קומען זאגן א דעה אין אזעלכע הייליגע סודות, וואס מלאכים און שרפים ווארטן שוין טויזנטער יארן צו קענען כאפן א בליק אויף א צענטל פון א שורה פון דעם שוואכסטן פיוט. פונדעסטוועגן האב איך זיך מחזק געווען, תמכתי יתדותי בחמש עשרה פיוטים, איך האב אנגעטון דאס גארטל, און מיט א תפילה אויף די ליפן שלא אכשל בלשוני ולא אנקש בשינוני האב איך זיך ארויפגעשארצט די ארבל און זיך גענומען צו די עבודה.

אזוי ווי ס'שטייט אין די ספרים הק' אז איידער מען איז מקיים א מצוה דארף מען מקיים זיין דעם שואלין ודורשין און דורכלערנען די הלכות, האב איך זיך געזעצט מעיין זיין אין די ספרי הלכה וחסידות איבער וואס גענוי איז דאס פאעזיע, המכונה בלע"ז פאעטרי. האב איך געטראפן אין אן אלטן ספר וואס רופט זיך "ספר המילון" (והוא לחד מן קמאי, שיטה שלא נודע למי, אשר נמצא בדרך הפלא ופלא, ונעתק מכתב יד ישן נושן, והוגה על פי דפוסים ראשונים), שטייט דארט כהאי לישנא:
1.Literary work in which special intensity is given to the expression of feelings and ideas by the use of distinctive style and rhythm

אזוי ווי אין די צייטן פון דעם בעל המילון האט מען זיך געפירט צו שרייבן בשפת העמים, וועל איך דאס איבערטייטשן אויף אידיש כדי שיהא מובן גם לעמי הארצים ונשים ותינוקות:

"פאעזיע איז געשריבענע ווערק אין וועלכע עס ווערט געלייגט א ספעציעלע דגוש ביים אויסדרוקן די געפילן און געדאנקען, דורכ'ן נוצן א באזונדערע סטיל און ריטם ווי געווענליך."

די מפרשים אויפ'ן פלאץ (בעל יאיר למילון, ועוד) זאגן פשט, אז לויט שיטת בעל המילון איז די הלכה אז פאעזיע מוז נישט גראמען, עס מוז נישט זאגן א גאר אריגינעלע געדאנק, און עס קען זיין סתם שרייב ארבעט. דער יחוס פון פאעזיע איז דער דגוש וואס ווערט געלייגט אויף די געפילן, וואס ווערן אויסגעדריקט אויף אן אייגנארטיגע אופן, דהיינו, אויף אן אופן וואס מען וואלט נישט געקענט עס ארויסברענגען סתם דורך עס אפשרייבן אזוי ווי די אמעריקאנער קאנסטיטוציע אדער די דיקע געזעץ ביכער, נאר דוקא דורך דעם דאזיגן סטיל ברענגט מען עס ארויס.

די ווערטער זענען געווען נר לרגלי ביים אויסקלויבן די געווינער. כאטש אלע פון זיי זענען אויסנאם הארציג און שיין, האב איך געגעבן זכות קדימה פאר די וואס האבן גענוצט פאעזיע כמו שכתוב, צו אנרירן די סטרונעס פון הארץ, דארט וואו דער קאלטער פעדער מיט אירע טונקעלע טינט און טרוקענע ווערטער האט נאך קיינמאל נישט באוויזן אריינצודרינגען.

וזה החלי:
דער סאמע ערשטע ארט גיב איך פאר'ן לעצטן פיוט, 15-"שרייב און שרייב".דער שטיקל האט מיר אזוי באנומען ווען איך האב עס געליינט נעכטן פיר אזייגער פארטאגס, אז איך בין א גאנצן טאג געווען צושטורעמט דערפון. דער פארפאסער האט אנגערירט מיין נשמה ביז'ן לעצטן פינטל. ער זעט א גרויסער וועלט, וואונדערליך און שיין, אבער אים גלוסט זיך אריינצוקריכן דארט הינטער, מיטטאנצן מיט די נאטור אליין און פארברענגען מיט זיי. וואו ביסטו, קעניג דוד, קום און לאז אונז הערן דיינע זיסע קלאנגען פון דיין פידעלע: השמים מספרים כבוד אל, ומעשי ידיו מגיד הרקיע. די הימלען ווינקען צו אים, זיי ווילן אים עפעס דערציילן. יום ליום יביע אומר, ולילה ללילה יחוה דעת, די ליכטיגע טעג, די ליבליכע, שטומע נעכט, זיי שמועסן, זיי רעדן. אונזער פייטן וויל זיך אריינכאפן דארט אין זייער געצעלט, וואו עס איז ווארעם און היימליך, מיטהאלטן מיט זיי און פארברענגען צוזאם, דארט וואו צייט ענדיגט זיך נישט און עס איז קיינמאל פינסטער. אין אומר ואין דברים, מען דארף נישט קיין ווערטער, מען דארף נישט קיין שטימע.

עס ווילט זיך אים באגעגענען דעם ליבליכן זון, וואס שיקט אירע שטראלן צו אלעמען אייניג, ער באטראכט איר געלויף וואס איז ווי א חתן גייט אהיים פון די חופה, מיט זיין ליבלינג ביי די האנט, און ווי שמשון הגיבור וועלכער לויפט מיט א שטאלץ און שרעקט זיך נישט פון קיינעם. ער וויל מיט איר מיטלויפן, ער וויל זיך באהאלטן אין אירע ווארימע שטראלן, ערגעץ-וואו אין דעם גרויסן פייערדיגן באל, און ער וויל זען וואס זי זעט, טראכטן וואס זי טראכט, מיטהאלטן אירע רונדעס שפאן ביי שפאן, ווי א געטרייער קנעכט זיין האר פאלגט. ער וויל גיין הויך, הויך, העכער ווי סיי ווער האט נאר גע'חלומ'ט, דארט וואו עס איז שטענדיג שלום, און עס רוהט א גייסטרייכע העכערקייט, ווייט אוועק, פון די ערדישע תענוגים. ער וויל זיך טרעפן מיט די מלאכים'לעך, ווייס ווי שניי, מיט פליגלען זיי פאכען מיט א ריטם. ער וויל זען זייער שמייכל, זייער צופרידנקייט אויסגעגאסן אויף זייערע פנימ'ער, און מיט זיי זיך צוקישן. צום ענדע טרעפט דער פייטן זיין טרייסט צו זיין צעשטורעמטער זעהל וואס פלאקערט מיט א הייליג פייער אין דער פענע, אין די פאר שורות, די טרוקענע ווערטער, זיין באגער ערפילט, זיין נשמה דערקוויקט, און זיין דארשט געשטילט.....

דער נעקסטער פיוט וואס האט מיר צוגעטראטן צום הארץ, און דוקא אויפן פארקערטן אופן, איז נומער 12-צעריסענע בענקשאפט. טראצדעם וואס די ווערטער אויף עטליכע פלעצער דארפן א תיקון, האט דאס מיר אויך צוגערירט די נשמה, דאס בענקשאפט... די חרטה... די געגועים... איך האב ממש צוריקגעהאלטן מיינע טרערן.

דערנאך קומט נומער 1. דער פייטן שילדערט מיט אזעלכע לעבעדיגע געפילן דעם קאלטן ווינטער, דער ביטערער ווינט, די cruel פראסט וואס שוינט נישט קיינעם, אפילו נישט די שטארקע ביימער און דיקע צווייגן, וואס ליגן יעצט פארשמאכט אויף דער ערד, אן קיין האפענונג. דעם פייטן בענקט זיך נאך דער ליבליכער זומער, ווען זומער פייגעלעך זענען ארומגעפלויגן, און די גרינע גראז און לעבעדיגע בלומען האבן געגעבן א דופטיגע גערוך. ביז... עס קומט אן א ווייסער שניי, ברעקל נאך ברעקל פאלן זיי אראפ, ווי קליינע ווייסע מלאכים'לעך, און דער גאנצער נאטור ווערט איינגעהילט אין א היימליכע אטמאספערע. די קעלט לאזט נאך, מען פילט נישט די פרעסט, מען איז מוחל דעם ווינט, און מ'שטייט מיט צוגעקלעבטע אויגן צום פארהויכטן פענסטער און מען באטראכט די ווייסע ברעקעלעך וואס פליען זארגלאז ארום, פרייליכערהייט, און זינגען זיך אונטער א זיס ניגונ'דל, אומבאוויסטזיניג צו דעם דראסטישן שינוי וואס זיי ברענגען אויף די וועלט. יא, ס'איז טאקע נאר איין ברעקל צווישן צענדליגער מיליאן, אבער צוזאמען ווערט א הערליכער טעפיך, וואס פילט אן דעם אומעטיגן הארץ מיט פרייד און אפרישיעישאן צו גאט'ס נאטור.

דער פערטער קען איך נישט דעצידירן פאר וועמען עס זאל גיין, אדער פאר'ן 8 "איפכא מסתברא" אדער פאר'ן 6 "בלעטל מיין שפיגל" פון אונזער אלעמען באליבטן לעמאן דזשוס. אזוי ווי איפכא מסתברא איז דאך יש בו מן החדש קעגן דאס שפיגעלע פון לעמאן דזשוס, האב איך מחליט געווען אז דאס איז חביבא לי.

איך זע אז דער עולם מוטשעט זיך ארום צו פארשטיין וואס מען זעט אין "איפכא מסתברא", אדער גייט מען משוגע דערפאר, אדער פארשטייט מען נישט די גדולה. לאמיר אייך זאגן, דער פארפאסער דערפון מוז זיין א גאון אין פאעזיע, כאטש עס איז שווער מגדיר צו זיין וואו גענוי עס ליגט די גאונות. צו איז עס אין זיין אייגנארטיגער בליק, זיין פאר'שיכור'טן געדאנקענגאנג, זיין שוועבן העכער אלס און אלעמען, אדער אלע דריי. בכל אופן, זאגט עס גאר אסאך, עס דערציילט ווי אזוי דער פייטן קוקט אן די וועלט מיט אנדערע גלעזער ווי מיר זענען געוואוינט. ער וויל פארשטיין זאכן צו וואס מיר זענען שוין אזוי צוגעוואוינט אז מיר גיבן עס אפילו נישט קיין second thought. ער וויל כאפן א שמועס מיט דאס געלעכטער, פארשטיין ווער עס איז דער מאדנע עלעמענט וועלכער צווינגט ארויף א הילכיגער לאך אינמיטן א ויאמר אויף א דעפרעסטן מענטש וועלכער האט מעגליך נישט געהאט קיין גוטן טאג אין זיין לעבן, צו אויף א חשוב'ער ערנסטער רב מיט א לאנגע ווייסע בארד, וועלכער קען נישט באהערשן זיינע וויברירנדע ליפן און פארטרערטע אויגן פון געלעכטער, אדער אויף א שטייפער פראקוראר אינמיטן א געריכט. ער וויל פארשטיין ווי אזוי מיט געציילטע ווערטער האט "געלעכטער" באוויזן דאס אוממעגליכע, וואס איז זיין ציל מיט'ן פארדרייען דעם מענטש און בעל כרחו אים מאכן מסיח דעת זיין פון אלס און אלעמען און זיך אויפפירן ווי א רוח וואלט אריין אין אים.

דער פייטן וויל זיך אראפזעצן מיט דאס פריש געבוירענע קינד, אים אויספרעגן פארוואס ער וויינט, פון וואו נעמט ער די חוצפה זיך צו לאזן הערן פארנט פון עלטערע, אן פרעגן איינעמ'ס מיינונג. אים אינטערעסירט אויך פארוואס מענטשן דרייען זיך אין די גאסן אן קיין רוח חיים, שטייף, אן נאכלאזן א מוסקל, אנגעצויגן, אן א שמייכל, וואו איז דער פארעם וואס צווינגט זיי נישט צו רירן קיין אבר? ווער האלט זיי אן מיט אלע כוחות און לאזט זיי נישט נהנה זיין אביסל פון דעם הוה, אריינאטעמען א שמעק פון א בלום, פארזוכן דעם געשמאק פון א הערליכע סברא, זיך פארטראכטן אויף די גרויסע שטיקער וואטע אויבן אין הימל וואס רוקן זיך צוביסלעך אבער מיט א פעסטקייט, אן קיין ציל, זיך פארטון אין א מחשבה, אין א פילאזאפישער געדאנק? פארוואס אזוי שטום און טויט, אן קיין לעבנס-לוסט?

און צום לעצט, מוטשעט ער דעם געוויין, פארוואס ער באזעצט זיך אויף מענטשנ'ס געזיכטער, לאזט נישט קיין מנוחה, פארוואס קומט ער אן אומגערופן, אן פרעגן ביי קיינעם, פארוואס ער רעדט זיך נישט דורך מיט זיין בעל הבית, זיין מכניס אורח, דער וואס נעמט אים אויף זיין פנים'ל און לאזט אים עוסק זיין כבשלו, פארוואס ער וויל נישט פארשטיין אז ער איז אן אומגעווינטשענער גאסט, פארוואס ער קען נישט איינמאל פאר אלעמאל פארלאזן אונזער לעבן, און שיקן דעם שמחה און זאל אנפילן אונזערע הערצער און פנימ'ער אנשטאט אים.

===

ביז דא האב איך געשריבן אויף די פאעזיעס וואס איך האב אויסגעקליבן, איך האף צו שרייבן מיינע קאמענטארן אויך אויף די איבריגע פיוטים.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

יאיר זיסער, שוין איינמאל ווי דו פארשטייסט צו פאעזיע.... פון דיין אויסוואל דערקענט זיך א שטארקע נייגונג צו פאעזיע אזויווי אין מילון-נישט גראמען! און פון דיין הערכה-אנאליז דערקענט זיך אז נאך אביסל דו ליינסט וועט דיין שטיקל זיך ציילן העכער ווי די העכסטע..
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

מיין אנאליז, דאס הינער איי

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

דאס הינער איי. דער שרייבער האט אין זיך פון די כשרון וואס די בעלי מסכת פורים, מסכת המן, ספר יואל, און נטעי ההרים האבן! דהיינו, ער בארעדט א זאך ווי א תלמיד חכם און יודע ספר, ער ווארפ צונויף מראי מקומות און א שטארקע אויסוואל פון פלעצער ווי חז"ל האבן באנוצט דעם איי, נאר נאך ער ברענגט שטארק ארויס ווי דער המון באנוצט דעם איי אויף פשוטע גשמיות'דיגע געברויכן-און פונקט ווי אוויף צום עסן איז זי באנוצט אין קאלירפולע אופנים ווי שפייס, שפיגל, תנור, כיריים, פרישטאג, מיטאג אאו"ו-צייגט ער- ווי חז"ל נוצן זיך מיט איר אויף כלערליי אספעקטן פון כביצה ביים בענטשן ביז'ן סוטה און יציאת השבת!!! געוואלדיג שטארק!! הערליך און א שיינע אפטייטש פונעם איי! שוין אויבן אינעם אשכול דא איז פארגאנגען א וויכיח צו אין תורה שטייט יא, צו נאר אין בעל פה ווי דער מחבר שרייבט...

דער מחבר הערט נישט אויף ווארפן נאך טאג טעגליכע באנוצן פונעם איי, שמייליג ביי גוים, כלים פארן דשאגלער, חסידים אויף מתנגדים....און אפילו צו באלאנסירן א טארט, און פארגלאנצן א חלה!! און מאכט א ריזיגע אוצר פונעם פשוט'ן אייעלע, אונזער פריינט!

אלזא, באזינגען א טאג טעגליכן פשוטען הינער איי, און באוויזן די קאלירפולקייט און שטארק באנוצטקייט דערפון אויף א געקונצעלטע וועג!

שפראך, שטארקע לשון מדוברת, פשוט'ע מאמע לשון, און תלמיד חכם שפראך! 4 שטערנדלעך, געדאנק, 5 שטערנס. משקל 3 און א האלב. מיטנעמען אויף ווייטער א מדריך לחיים....ממממ נישט עכט! גוט פאר א שמייכל

איך גלייך פאעזיע!
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

מיין אנאליז-דאס בלעטל מיין שפיגל

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

דאס בלעטל מיין שפיגל דער שרייבער איז קלאר געוועהן אין זייער זייער א דערדרוקענדע לאגע, און וויינט ארויס א פארצווייפלטע פארקלעמטע געשריי! ער טרעפט אן אראפגעפאלענע בלעטל אין טיפן הארבסט, ער קוקט אויפן בוים, און צוריק צום בלעטל און דערזעהט זיך ווי אין שפיגל! און הייבט אן צו זינגען וואס ער זעהט אין שפיגל. די שרייבער זינגט וועגן דעם בלעטל'ס גוטע צייטן אויפן בוים ווען זי איז געשפרונגען און געזונגען צוזאמען מיט אירע קאלעגעס בלעטלעך-אז ירננו עצי היער! ער זינגט וועגן די צייטן ווען די בלעטל האט געהאט א נוצן-מאכנדיג א שאטן-פאר די וועלט מענטשן, און היינט נאכן אראפפאלן איז זי אלס א טעפיך אויפן ערד צוטרעטן פון פילע פארבייגייער וואס שענקן אפילו נישט א בליק אויף איר....דער שרייבער זעהט ווי דער בלעטל זיצט אינמיטן וועג, אבער קיינער באמערקט נישט אז זי שטארבט אפ אן א וואסער צום טרינקען, דא ווערט די בלעטל זייער אויפגעבראכט און צופיצלט און רייסט ארויס א געשריי,

איך שריי, מיט א דערשטיקטע קול
קיינער קערט נישט קיין אויער,
פארוואס זיך אפשטעלן איינער זאל
און באמערקן מיין איינזאמע טרויער.

פרוביר צו טון א באוועגונג
כ'קען אבער נישט רירן קיין אבר,
מיין גאנצע וועזן א פארלעמונג
אט דא, האב איך געטראפן מיין קבר.


און קוקט ארויף צום בוים, און זינגט ווייטער, דו בוים וועסט נאך געבוירן פילע נייע בלעטער, איך-בלעטל-אויף אייביג פארלוירן...דאס בלעטל וויינט אז זי האט זיך געלאזט פארפירן פון די ווינטן און מיטגעטאנצן און אזוי ארום געטראפן פריצייטיג איר קבר!!

דא קומט דער שרייבער צום סאמע טיפע דערדרוקעניש פון הארץ און מיט א קאלאסאלע ייאוש דערזעהט ער זיין שיר אלס א נוסח מציבה-און האפט אז די ליינער-עוברי דרך-וועלן כאטש ליינען און לערנען א לעקציע, און דאס גיבט אים צום סוף א שטיקל טרייסט, בדיעבד!!

שפראך-פאעטיש, כאטש נישט אזוי הויעך באשפריצט 4 שטערנס... געדאנק-הארצרייסענד 4 שטערנדלעך. משקל -5 שטערנס. מיטנעמען און ליינען ווייטער פינעף שטערנס בפרט די שורות;

איך בין געלאפן צו מיין גליק
אזוי האב איך געקלערט,
דערווייל האבעך געכאפט א רוק
און מיין טויט אליין דערקלערט.

איך באזינג מיין אייגענעם שיקזאל
כ'זאג מיין אייגענעם הספד אליין,
איך נוץ נאר דעם בלעטל אלס משל
אלס גרינגער צו באוויינען יענעם׳ס געביין.

מיין מציבה ווערטער טוה איך איצט קריצן
איך דארף קיינעם׳ס ליגענט געשריבן,
מיין טראגעדיע קען איינעם אפשר נוצן
וועט כאטש זיין עפעס פון מיר פארבליבן.


פאר די וואס ווינדערן זיך, וויזוי איך קען מיר אליינס רעיטן, להוי ידוע כי לא מ'....שאלת זאת א שיר נאכן געשריבן ווערן, בפרט ווען עס ווערט געשריבן אין א געוויסע מצב, איז א ברי' א בנין, און ווערט דערנאך באטראכט אפילו דורך די שרייבער ווי א ווילד פרעמדע זאך...כמובן. און אזוי האבן זיך דא כמה חבירים געפירט, בפרט אז איך בין נישט אויסן דא זיך צו רימען, פשוט אביסל פארטייטשן די שטיקלעך, כדרך איך טוה ביי אנדערע כמה שידי מגעת! בתקוה להבנה
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

גיימיר ווייטער, יודן? גיימיר צו זיבן, איינער איז דא?
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

וואספארא שאלה?! מיר האלטן דעם אטעם פארכאפט!
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

איינער שטימט צו? דינגט זיך?!

אפשר דארף איך דאס טון נאך די אויסגאנג פון די וואלן???!
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

ווי אויסגעקוועטשטע לעמאן
דאס פיש ער טוט פראזעווירן,
ווי אויסגעקוועטשטע לעמאן
דאס עסן ער טוט באצירן,

הערליך און שיין,
מלא חן,
איידל און ריין,
געשמאק און פיין,

לעמאן אתה יודך אחיך,
ער גיסט מאוצרו הטוב הערליך.
מיט א בהירות להפליא,
אנגענעם און געשמאק,
נעמט שטיקל ביי שטיקל און אכט.

דו א סימבאל פון געלונגענקייט,
זעה נאר ווייטער צו גיסן!
שטערן אונזער דו ביסט,
ווי א קאפיטאן די לייצעס פירן,
סמעטנע מבית גינזך טוה ווייטער פליסן!
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

מיין אנאליז-איך בין הייליג!

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

איך בין הייליג! דער שרייבער איז מיר א קענטליכע שפראך, אבער דא לאזט ער זיך ארויס אין א לענגערע אפשאצונג, און קריטיקירט גאר שארף, שפיזיג, און בייסיג א אומרעכט, און בעיקר איז ער אויסגעדרייט מיט זיין שפיזיגן פעדער און צילעוועט עפעס א מאן דהוא וואס האקט אין טשייניק. אינעם מאמר קומט שטארק צום אויסדרוק דעם דברי חז"ל קשוט עצמך ואח"כ קשוט אחרים.....אויך קומט גאר שטארק אין געדאנק די באקאנטע מעשה אז ר' ישראל סאלאנטער האט באגעגנט א איד אנהייב אלו"ל מיט א פארלאזטן גערעגטן מינע, און אויף זיין פראגע פארוואס ער שפריצט טרויער אויף'ן גאנצן ארום-האט יענער חכם גע'ענטפערטט; ס'הייסט אלולללל, האט ר' ישרא' אים גע'ענטפערט "קיינער איז נישט שולדיג אז דו טוסט יעצט אין אלול".... דער שרייבער גיבט טאקע דעם שטיקל דעם נאמען "איך בין הייליג" וואס דאס דרוקט אויס דעם שטארקן גרויל און אפשיי פון די סארט וואס מיט זייערע מעשים דינען זיי נישט א ג-ט נאר באצוועקן זייער גאנצע ארום פאר זייער תאוה ארויפגעקוקט צו ווערן, זיי נוצן יענעם'ס חטאים אלס שפילצייג פאר זייערע אייגענע הולטייען פון זיין פרום...

דער שרייבער וועבט צוזאם הערליך ווי די יעניגע רעדן זיך אפ אויף יעדע ריר, אויפן בעל תפלה וואס יאגט זיך, אויפן בעל קורא גרייזיג,...און אזוי ווייטער. דערנאך וויזוי די יעניגע געוועלטיגן אויף זייערע צארטע קינדערלעך וואס ווייסן נישט וויזוי זינד זעהט אויס, און ער אינדעזוועקעט זיך אויף זיי מיט'ן הארבסטן און שרייבט,

מיין קינד זיי שטיל
דאווענען איך וויל,
עס איז נישט קיין שפיל
הייליג איך פיל.


און כמובן, אזא הנהגה כלפי דעם אומשולדיגן קינד, ברענגט דאס קינד זאל האסן און שטויסן דעם טאטע'נס וועג אין לעבן. דערנאך לאזט זיך דער שרייבער ארויס אויף'ן קאלענדער און מאלט אראפ די אלע הייליגע מצבים-וואס זענען באמת זייער הייליג-אבער פאר אונזער מהיעשה'ניק, בעלתשובה, ווערט עס גענוצט אויף אייגענע געברויכן פון סליחות אויפשטיי ביז די ספירת העומר קולות וברקים וואס דרך אגב האט ער אינזין ביי לטהרינו יעעעעדנס עוונות, "איעדער נאר נישט אייך"! אינמיטן בין איך גאר שאקירט געווארן פון די ווערטער,

זאל יעדער הערן
אביסל אריין קלערן,
פון מיר זיך לערנען
א חסיד'יש איד ווערן.

וואס דרוקט זייער שטארק אויס די תאוה גדולה אז יעדער מוז אים נאכטון און נאכטאנצן! די שיר טראגט אין זיך א שטארקע ווידער קול פון מיכא' שניצלער'ס ניגון וועגן די ארויסגעווארפענע בחורים, אזש עס קען זיך דאכטן אז דער זעלבער שרייבער האט ביידע פארפאסט!

דערפאר, שפראך-נישקשה'דיגע 4 און א האלב. געדאנק-גאנצע 5. משקל-3 נישט ווייל עס ליינט זיך נישט גרינג, נאר ווייל די חרוזים זענען נישט אלס אזוי אויסגעביגלט און פארפונקטליכט, לדעתי איז דער שרייבער אויפן שטארקן וועג העולה צו שיר. און ווי ערווענט א שטיק פאעזיע דארף נישט דוקא גראמען, אדער דוקא נישט גראמען. אבער וואסארא אופן דער מחבר האט אנגענומען דארף געהאלטן ווערן דורכאויס דעם גאנצן שיר, למשל אויב האט ער בוחר געווען אין גראם דארף עס געווענליך גראמען ביזן סוף.

וועגן מיטנעמען דעם געדאנק אויף ווייטער-5. כאטש טייל וואס ליינען עס דערזעהן א שטיקל געשריי אויף די 'סיסטעם' וויל איך בשום אויפן נישט אזוי דאס זעהן, נאר ליבערשט אלס א פריוואטע פארפוילקייט פון א עבריין וואס באשליסט תשובה צו טוהן אויף יעדנס חשבון, נישט חלילה אז ערליכע יודן ווערן דא צולייגט, כ'מיין דער מחבר וועט צו מיר צושטימען!
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

גיימיר צו אכט??!

אכט איז קלאר, זייער פאעטיש, און טיף, פון די פיליזאפישע דשאנרע פאעזיע. איך קען נישט געהעריג איצט אנאליזירן ווייל איך פארשטיי איר נישט ביזן סוף. איך בעט די וואס פארשטייען עס אינגאנצן זאלן עס ביטע פרובירן צו ערקלערן!!!
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

מיין אנאליז-צוזאמען

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

צוזאמען. דער שרייבער האט גאר אן איידעלען פעדער, און קוקט אויס געוועהן אונטערן רושם פון וואלאניינ'ס טאג, אדער גאר נאך א העפטיגע קריגעריי ביי זיך אין שטוב, און שיקט אן איבערבעטונג'ס בריוו'ל צום כנגדו..אזויווי יאנקל האט אויבן געשריבן רירט עס אן די שפיצן פון ראמאנס אין איר גראבקייט און היט זיין פעדער איידל און זויבער,

צוזאמען וועלן מיר מאכן הערליכע זאכן
גאנצע נעכט וועלן מיר שמייכלען און לאכן

צוזאמען קענען מיר אלעס אין די וועלט אויספירן
דער הימל איז דער גרעניץ שטערנס וועלן מיר רירן
זענען לדעתי די שענסטע צוויי שורות, סארא שאד, דער שרייבער האט נישט מאריך געוועהן און געשריבן מער!

פילע דאנקן,

שפראך-שיין, אומפאעטיש. געדאנק-ראמאנטיש-פאעטיש. משקל-שטימט הערליך, מיטנעמען אויף ווייטער, יא אין פארעם פון א בריוו פארן אייגענעם עזר'ל
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

מיין אנאליז-מחה תמחה

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

מחה תמחה! איך ווייס נישט פונקט פארוואס דער שרייבער חלומ'ט דער חלום אין וויליאמסבורג אין נישט אין מאה שערים אדער אין סטעמפארד הילל, אבער שוין! איצט, דער חלום זעלבסט איז זייער שיין, ער חלומ'ט ווי משיח איז שוין געקומען און יודן זייענדיג שרוי על אדמתם זענען צוריק מצווה מיט'ן לא תחי' געבאט, און צו זייער פרייד האט זיך פארוואלגערט פון ערגעץ אט די חשובע מצוה, און כדרכם של יודן תלמידי חכמים, חסידישע יודן טוט מען א מצוה בדחילו ורחימו כדי אזוי ארום זאל עס פרחת זיין לעילא! און א העפטיגע טענעריי און הלכה'דיגע שאלות נעמען זיך פליען און עס ווערט א גאנצע סאמאטוכע כלשונו, ביז; דער גוי איז פון גרויס צוטומעלטקייט אליינס מקיים פסק בנפשו, און דא איז די עיקר חכמה פונעם שרייבער וואס איך ווער משוגע פון, גיט א קוק;

אזוי לאנג האט מען זיך געשלאגן
ביז דער גוי האט עס מער נישט פארטראגן
זיך גענומען דאס לעבן
זיך אליינס עולם הבא געגעבן
פארן מקיים זיין מיט זיך דעם מחה תמחה


א הערליכע הויכפונקט, אזש דער גוי כאפט עולם הבא, פארן מקיים זיין אליין דעם מחה תמחה!!! כ'טראכט איצט ווי שיין היטלער ימ"ש'ס פלאץ איז אין ג"ע, ער'ט אויך אליין זיך גענומען ס'לעבן צוזאמען מיט הימלער און אלע ימשמוניקעס.

אלזא, שפראך-הערליך שיין, נישט זייער פאעטיש. געדאנק-די טוירנינג פונקט איז געניאל און כאפענד! משקל-שטימט הערליך שיין, גראמען כדבעי למיהוי. א געדאנק מיטצונעמען אין טאש? א גוט שמייכל צו געבן!!
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

אנאליז-קינות גירושין

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

איינער איז נאך דא?

עלעף-קינות גירושין פאדערט א לענגערע אפהאנדלונג און א שטיקל פאעזיע, קען עס נישט דורכלאזן...בקרוב ממש גיימיר עס טון, מען דארף נאר ציייט!

נאר צום רעיטן איז אזוי...שפראך-נאנט צו פאעזיע, נאנט צו פראזע, ערגעץ אינמיטן...אבער סא הארץ שפראך, עס איז נישט געשריבן מיט טינט נאר קלאר מיט רויט בלוט!! זענט איר מסכים? דערפאר שטייגט עס איבער פאעזיע אין א געוויסע זין, ווייל צו ווי פאעזיע צילט-דארט איז דער שרייבער אין טיפסטן טראכט פון נפש!

געדאנק-אכט שטערנדלעך. משקל-נישט קיין רעיט! מיטנעמען אויף ווייטער-אבער נאך ווי...מער אין נאנטן געלעגנהייט!

צעריסענע בענקשאפט. וועל איך קודם ברענגן וואס ידידינו היקר יאנקל האט אויבן געשריבן און עפעס מוסיף נופך זיין
נומער 12, "צעריסענע בענקשאפט", צערייסט די אברים פון אינעווייניג. רעדן רעדט זיך עס, אפנים, פון א פרוי וואס האט פארלאזט איר מאן, אבער דער מאן איז נאך איבערגענומען מיט ליבשאפט צו איר, און קען נישט צוקוקן ווי זי האט זיך אנגעטראפן א מאן א שיכור, פון וועמען עס "גייט א ריח פון ביר." די גראמען זענען אריינגעפלאכטן אינערליך אין יעדער צווייטער שורה, און דער ווערטער-אוצר גיט גוט איבער די רוישיגע געפילן פון אהבה וואס פלאקערט.
עכ"ל יאנקל דף 5.

איך וויל נאר מוסיף זיין שטערקער קוועטשן די טוירנינג פונקט נאכדעם וואס דער מאן שרייבט אזוי גרונטליך אפ זיינע בענקעדיגע געפילן צו איר, און ווי זיין הארץ טיאכעט נאך, און שמעקט נאך און צוגיסט נאך ווי שעוה און אזוי ווייטער, גייט ער אויס פאר רחמנות פאר איר! כאטש זי האט אים איבערגעלאזט וועגן זיין ווילדע פיראכץ, האלט דער מאן אז ער איז נאך בעסער און קען נישט אויפהערן איר שוינען. און ענדיגט גאר רירנד מיט אט די ווערטער;

'כווייס אז כ'וועל דיר נישט פארמאגן, טו זאגן, אים אפטראגן,
כ'קען מער נישט דיין שיקזאל צוקוקן.
אז נישט פאר מיר כאטש פאר דיר, פאר מיר, פאר דיר,
כאטש אין הארצן די הערצער צודרוקן.


דהיינו, זיין רחמנות אויף איר איז קומט נישט פון ריין עגאאיזם און זעלבסט-דינעריי, אפילו ער ווייסט אז ער גייט איר שוין נישט האבן, גייט זיין הארץ אויס פאר איר, און וויל זי זאל פארשטיין וואס זיין הארץ ווינקט פאר איר הארץ, "כאטש אין הארצן די הערצער צודריקן" שובה אלי-ואשובה אליכם. לא תקראו עוד אישי אלא בעלי, כי בועליך אלוקיך!!

אלזא, שפראך-5 געדאנק 5 משקל 5 מיטנעמען אויף ווייטער, איך כשלעצמי זעה דערין א שיר וואס דער רבונו של עולם זינגט אויף כלל ישראל אין גלות...ער זאגט ביזט מיט די אומות-דיין מויל שטינקט פון ביר-נעבעך אויף דיר! ווילאנג ביזט נאך דארט, דרוק כאטש דיין הארץ צו, צו מיר...און אזוי מאך צוביסלעך די וועג צוריק
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

לעמאן דזשוס האט געשריבן:גיימיר צו אכט??!

אכט איז קלאר, זייער פאעטיש, און טיף, פון די פיליזאפישע דשאנרע פאעזיע. איך קען נישט געהעריג איצט אנאליזירן ווייל איך פארשטיי איר נישט ביזן סוף. איך בעט די וואס פארשטייען עס אינגאנצן זאלן עס ביטע פרובירן צו ערקלערן!!!

מיין פיק אויפן אכטן איז מר. קופערניקוס
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
פארשפארט