צוגייענדיג בדחילו ורחימו צו די עבודת הקודש פון אויסוועלן די פיוטים שנתחברו ע"י רבותינו מאורי הגולה שותי הקפה, איז מיר צוגעפאלן אן אומעט, טראכנדיג אזוי צו מיר אין הארץ, ווער בין איך, שפל ונבזה, דל גאה, עני מדעת, צו צוטרעטן צו דעם חוב קדוש פון אויסוועלן די סאמע בעסטע פון די הייליגע פיוטים וואס מלאכים פון פייער צינגען האבן ארומגעטאנצט בשעת מען האט זיי מחבר געווען, אויסער אויב מען האט חלילה ארויפגעדרייט די ערמל. איך קום דאך נישט צו לקרסולי רגליהם, מה אני, מה חיי, צו קומען זאגן א דעה אין אזעלכע הייליגע סודות, וואס מלאכים און שרפים ווארטן שוין טויזנטער יארן צו קענען כאפן א בליק אויף א צענטל פון א שורה פון דעם שוואכסטן פיוט. פונדעסטוועגן האב איך זיך מחזק געווען, תמכתי יתדותי בחמש עשרה פיוטים, איך האב אנגעטון דאס גארטל, און מיט א תפילה אויף די ליפן שלא אכשל בלשוני ולא אנקש בשינוני האב איך זיך ארויפגעשארצט די ארבל און זיך גענומען צו די עבודה.
אזוי ווי ס'שטייט אין די ספרים הק' אז איידער מען איז מקיים א מצוה דארף מען מקיים זיין דעם שואלין ודורשין און דורכלערנען די הלכות, האב איך זיך געזעצט מעיין זיין אין די ספרי הלכה וחסידות איבער וואס גענוי איז דאס פאעזיע, המכונה בלע"ז פאעטרי. האב איך געטראפן אין אן אלטן ספר וואס רופט זיך "ספר המילון" (והוא לחד מן קמאי, שיטה שלא נודע למי, אשר נמצא בדרך הפלא ופלא, ונעתק מכתב יד ישן נושן, והוגה על פי דפוסים ראשונים), שטייט דארט כהאי לישנא:
1.Literary work in which special intensity is given to the expression of feelings and ideas by the use of distinctive style and rhythm
אזוי ווי אין די צייטן פון דעם בעל המילון האט מען זיך געפירט צו שרייבן בשפת העמים, וועל איך דאס איבערטייטשן אויף אידיש כדי שיהא מובן גם לעמי הארצים ונשים ותינוקות:
"פאעזיע איז געשריבענע ווערק אין וועלכע עס ווערט געלייגט א ספעציעלע דגוש ביים אויסדרוקן די געפילן און געדאנקען, דורכ'ן נוצן א באזונדערע סטיל און ריטם ווי געווענליך."
די מפרשים אויפ'ן פלאץ (בעל יאיר למילון, ועוד) זאגן פשט, אז לויט שיטת בעל המילון איז די הלכה אז פאעזיע מוז נישט גראמען, עס מוז נישט זאגן א גאר אריגינעלע געדאנק, און עס קען זיין סתם שרייב ארבעט. דער יחוס פון פאעזיע איז דער דגוש וואס ווערט געלייגט אויף די געפילן, וואס ווערן אויסגעדריקט אויף אן אייגנארטיגע אופן, דהיינו, אויף אן אופן וואס מען וואלט נישט געקענט עס ארויסברענגען סתם דורך עס אפשרייבן אזוי ווי די אמעריקאנער קאנסטיטוציע אדער די דיקע געזעץ ביכער, נאר דוקא דורך דעם דאזיגן סטיל ברענגט מען עס ארויס.
די ווערטער זענען געווען נר לרגלי ביים אויסקלויבן די געווינער. כאטש אלע פון זיי זענען אויסנאם הארציג און שיין, האב איך געגעבן זכות קדימה פאר די וואס האבן גענוצט פאעזיע כמו שכתוב, צו אנרירן די סטרונעס פון הארץ, דארט וואו דער קאלטער פעדער מיט אירע טונקעלע טינט און טרוקענע ווערטער האט נאך קיינמאל נישט באוויזן אריינצודרינגען.
וזה החלי:
דער סאמע ערשטע ארט גיב איך פאר'ן לעצטן פיוט, 15-"שרייב און שרייב".דער שטיקל האט מיר אזוי באנומען ווען איך האב עס געליינט נעכטן פיר אזייגער פארטאגס, אז איך בין א גאנצן טאג געווען צושטורעמט דערפון. דער פארפאסער האט אנגערירט מיין נשמה ביז'ן לעצטן פינטל. ער זעט א גרויסער וועלט, וואונדערליך און שיין, אבער אים גלוסט זיך אריינצוקריכן דארט הינטער, מיטטאנצן מיט די נאטור אליין און פארברענגען מיט זיי. וואו ביסטו, קעניג דוד, קום און לאז אונז הערן דיינע זיסע קלאנגען פון דיין פידעלע: השמים מספרים כבוד אל, ומעשי ידיו מגיד הרקיע. די הימלען ווינקען צו אים, זיי ווילן אים עפעס דערציילן. יום ליום יביע אומר, ולילה ללילה יחוה דעת, די ליכטיגע טעג, די ליבליכע, שטומע נעכט, זיי שמועסן, זיי רעדן. אונזער פייטן וויל זיך אריינכאפן דארט אין זייער געצעלט, וואו עס איז ווארעם און היימליך, מיטהאלטן מיט זיי און פארברענגען צוזאם, דארט וואו צייט ענדיגט זיך נישט און עס איז קיינמאל פינסטער. אין אומר ואין דברים, מען דארף נישט קיין ווערטער, מען דארף נישט קיין שטימע.
עס ווילט זיך אים באגעגענען דעם ליבליכן זון, וואס שיקט אירע שטראלן צו אלעמען אייניג, ער באטראכט איר געלויף וואס איז ווי א חתן גייט אהיים פון די חופה, מיט זיין ליבלינג ביי די האנט, און ווי שמשון הגיבור וועלכער לויפט מיט א שטאלץ און שרעקט זיך נישט פון קיינעם. ער וויל מיט איר מיטלויפן, ער וויל זיך באהאלטן אין אירע ווארימע שטראלן, ערגעץ-וואו אין דעם גרויסן פייערדיגן באל, און ער וויל זען וואס זי זעט, טראכטן וואס זי טראכט, מיטהאלטן אירע רונדעס שפאן ביי שפאן, ווי א געטרייער קנעכט זיין האר פאלגט. ער וויל גיין הויך, הויך, העכער ווי סיי ווער האט נאר גע'חלומ'ט, דארט וואו עס איז שטענדיג שלום, און עס רוהט א גייסטרייכע העכערקייט, ווייט אוועק, פון די ערדישע תענוגים. ער וויל זיך טרעפן מיט די מלאכים'לעך, ווייס ווי שניי, מיט פליגלען זיי פאכען מיט א ריטם. ער וויל זען זייער שמייכל, זייער צופרידנקייט אויסגעגאסן אויף זייערע פנימ'ער, און מיט זיי זיך צוקישן. צום ענדע טרעפט דער פייטן זיין טרייסט צו זיין צעשטורעמטער זעהל וואס פלאקערט מיט א הייליג פייער אין דער פענע, אין די פאר שורות, די טרוקענע ווערטער, זיין באגער ערפילט, זיין נשמה דערקוויקט, און זיין דארשט געשטילט.....
דער נעקסטער פיוט וואס האט מיר צוגעטראטן צום הארץ, און דוקא אויפן פארקערטן אופן, איז נומער 12-צעריסענע בענקשאפט. טראצדעם וואס די ווערטער אויף עטליכע פלעצער דארפן א תיקון, האט דאס מיר אויך צוגערירט די נשמה, דאס בענקשאפט... די חרטה... די געגועים... איך האב ממש צוריקגעהאלטן מיינע טרערן.
דערנאך קומט נומער 1. דער פייטן שילדערט מיט אזעלכע לעבעדיגע געפילן דעם קאלטן ווינטער, דער ביטערער ווינט, די cruel פראסט וואס שוינט נישט קיינעם, אפילו נישט די שטארקע ביימער און דיקע צווייגן, וואס ליגן יעצט פארשמאכט אויף דער ערד, אן קיין האפענונג. דעם פייטן בענקט זיך נאך דער ליבליכער זומער, ווען זומער פייגעלעך זענען ארומגעפלויגן, און די גרינע גראז און לעבעדיגע בלומען האבן געגעבן א דופטיגע גערוך. ביז... עס קומט אן א ווייסער שניי, ברעקל נאך ברעקל פאלן זיי אראפ, ווי קליינע ווייסע מלאכים'לעך, און דער גאנצער נאטור ווערט איינגעהילט אין א היימליכע אטמאספערע. די קעלט לאזט נאך, מען פילט נישט די פרעסט, מען איז מוחל דעם ווינט, און מ'שטייט מיט צוגעקלעבטע אויגן צום פארהויכטן פענסטער און מען באטראכט די ווייסע ברעקעלעך וואס פליען זארגלאז ארום, פרייליכערהייט, און זינגען זיך אונטער א זיס ניגונ'דל, אומבאוויסטזיניג צו דעם דראסטישן שינוי וואס זיי ברענגען אויף די וועלט. יא, ס'איז טאקע נאר איין ברעקל צווישן צענדליגער מיליאן, אבער צוזאמען ווערט א הערליכער טעפיך, וואס פילט אן דעם אומעטיגן הארץ מיט פרייד און אפרישיעישאן צו גאט'ס נאטור.
דער פערטער קען איך נישט דעצידירן פאר וועמען עס זאל גיין, אדער פאר'ן 8 "איפכא מסתברא" אדער פאר'ן 6 "בלעטל מיין שפיגל" פון אונזער אלעמען באליבטן לעמאן דזשוס. אזוי ווי איפכא מסתברא איז דאך יש בו מן החדש קעגן דאס שפיגעלע פון לעמאן דזשוס, האב איך מחליט געווען אז דאס איז חביבא לי.
איך זע אז דער עולם מוטשעט זיך ארום צו פארשטיין וואס מען זעט אין "איפכא מסתברא", אדער גייט מען משוגע דערפאר, אדער פארשטייט מען נישט די גדולה. לאמיר אייך זאגן, דער פארפאסער דערפון מוז זיין א גאון אין פאעזיע, כאטש עס איז שווער מגדיר צו זיין וואו גענוי עס ליגט די גאונות. צו איז עס אין זיין אייגנארטיגער בליק, זיין פאר'שיכור'טן געדאנקענגאנג, זיין שוועבן העכער אלס און אלעמען, אדער אלע דריי. בכל אופן, זאגט עס גאר אסאך, עס דערציילט ווי אזוי דער פייטן קוקט אן די וועלט מיט אנדערע גלעזער ווי מיר זענען געוואוינט. ער וויל פארשטיין זאכן צו וואס מיר זענען שוין אזוי צוגעוואוינט אז מיר גיבן עס אפילו נישט קיין second thought. ער וויל כאפן א שמועס מיט דאס געלעכטער, פארשטיין ווער עס איז דער מאדנע עלעמענט וועלכער צווינגט ארויף א הילכיגער לאך אינמיטן א ויאמר אויף א דעפרעסטן מענטש וועלכער האט מעגליך נישט געהאט קיין גוטן טאג אין זיין לעבן, צו אויף א חשוב'ער ערנסטער רב מיט א לאנגע ווייסע בארד, וועלכער קען נישט באהערשן זיינע וויברירנדע ליפן און פארטרערטע אויגן פון געלעכטער, אדער אויף א שטייפער פראקוראר אינמיטן א געריכט. ער וויל פארשטיין ווי אזוי מיט געציילטע ווערטער האט "געלעכטער" באוויזן דאס אוממעגליכע, וואס איז זיין ציל מיט'ן פארדרייען דעם מענטש און בעל כרחו אים מאכן מסיח דעת זיין פון אלס און אלעמען און זיך אויפפירן ווי א רוח וואלט אריין אין אים.
דער פייטן וויל זיך אראפזעצן מיט דאס פריש געבוירענע קינד, אים אויספרעגן פארוואס ער וויינט, פון וואו נעמט ער די חוצפה זיך צו לאזן הערן פארנט פון עלטערע, אן פרעגן איינעמ'ס מיינונג. אים אינטערעסירט אויך פארוואס מענטשן דרייען זיך אין די גאסן אן קיין רוח חיים, שטייף, אן נאכלאזן א מוסקל, אנגעצויגן, אן א שמייכל, וואו איז דער פארעם וואס צווינגט זיי נישט צו רירן קיין אבר? ווער האלט זיי אן מיט אלע כוחות און לאזט זיי נישט נהנה זיין אביסל פון דעם הוה, אריינאטעמען א שמעק פון א בלום, פארזוכן דעם געשמאק פון א הערליכע סברא, זיך פארטראכטן אויף די גרויסע שטיקער וואטע אויבן אין הימל וואס רוקן זיך צוביסלעך אבער מיט א פעסטקייט, אן קיין ציל, זיך פארטון אין א מחשבה, אין א פילאזאפישער געדאנק? פארוואס אזוי שטום און טויט, אן קיין לעבנס-לוסט?
און צום לעצט, מוטשעט ער דעם געוויין, פארוואס ער באזעצט זיך אויף מענטשנ'ס געזיכטער, לאזט נישט קיין מנוחה, פארוואס קומט ער אן אומגערופן, אן פרעגן ביי קיינעם, פארוואס ער רעדט זיך נישט דורך מיט זיין בעל הבית, זיין מכניס אורח, דער וואס נעמט אים אויף זיין פנים'ל און לאזט אים עוסק זיין כבשלו, פארוואס ער וויל נישט פארשטיין אז ער איז אן אומגעווינטשענער גאסט, פארוואס ער קען נישט איינמאל פאר אלעמאל פארלאזן אונזער לעבן, און שיקן דעם שמחה און זאל אנפילן אונזערע הערצער און פנימ'ער אנשטאט אים.
===
ביז דא האב איך געשריבן אויף די פאעזיעס וואס איך האב אויסגעקליבן, איך האף צו שרייבן מיינע קאמענטארן אויך אויף די איבריגע פיוטים.