בלאט 7 פון 22
נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 2:10 pm
דורך גאלד
זיי זענען זיכער "נישט" געפארן צו דעליווערן, זיי זענען בלויז געפארן צו זעהן די דאקטאר צוליב א געוויסע קאמפליקאציע, זי האט געהאלטן ביים 6'טן חודש און דאס קינד לרפו"ש איז אביסל מער ווי 3 פונט גרויס
נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 2:11 pm
דורך [NAMELESS]
ווי זעהסטו אין יענע ארטיקל ביידע פרטים?
נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 2:13 pm
דורך גאלד
דאס האב איך נישט געזעהן אין יענעם ארטיקל, נאר פון אנדערע מקורות
נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 2:13 pm
דורך קרעקער
כווייס נישט פארוואס קיינער האטעס נישט אויפגעברענגט
איז דע דרייווער פין די בי עםW געוועהן א יוד?
אברהמי רובין זאגט אז ער האט געהאט א בארד
אויב יא ווער איז געוועהן די פרוי מיט עם?
זיינ פרוי?
נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 2:14 pm
דורך גאלד
א בארד מיינט נישט א איד
נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 2:14 pm
דורך [NAMELESS]
וואל סטריט זשערנעל שרייבט אז פון די אנדערע קאר איז א מאן און א פרוי אנטלאפען. די קאר באלאנגט פאר א פרוי אין בראנקס
זיי שרייבן אז זי איז געגאנגען אין שפיטאל ווייל זי האט געוואלט אויסטשעקען די בעיבי ווייל זי האט נישט געפילט ווי עס ריקט זיך (אין נאמען פון איר מומע רחל באכנער)
http://blogs.wsj.com/metropolis/2013/03 ... aby-lives/
נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 2:32 pm
דורך מיין מיינונג
ריפארטינג לייוו פון ראדני סטריט.
טויזענטער פארזאמלען זיך אין די מינוטן אפצוגעבן דעם כבוד האחרון פאר די נפטרים, און גלייכצייטיג באוויינען די שרעקליכע טראגעדיע וואס האט באטראפן אונזער שטאט. ווי עס הייסט יעצט וועלן די מיטות (!) דא זיין ביז געציילטע מינוטן.
נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 2:42 pm
דורך מיין מיינונג
די ארונות זענען דא. א טרויער אויסגעשפרייט אויף אלעמענס פנימ'ער. ביטערע געוויינערייען דורך די בני המשפחה.
נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 2:45 pm
דורך מיין מיינונג
דער סאטמאר רבי האט אנגעהייבן אצינד זיין הספד מיט א קול געשטיקט פון טרערן: כי ימצא חלל באדמה!... מ'קען קוים הערן, ער וויינט און וויינט.
דער גאס ווערט שווארץ.
נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 2:46 pm
דורך [NAMELESS]
לייוו האק אפ אויף קול מבשר
------
מיין מיינונג, א דאנק פאר די ריפארט. געב ווייטער איבער
נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 2:51 pm
דורך שמעקעדיג
די שוידערליכע לויה
נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 2:56 pm
דורך לעמיל
אבד״ק לימנוב איז מספיד
נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 2:57 pm
דורך מיין מיינונג
מעורר געווען אויף די אינטערנעט, און מבקש רחמים געווען אויף ס'פיצל קינד.
לימנובער רב איז יעצט מספיד.
נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 3:06 pm
דורך מיין מיינונג
זעט אויס פון זיין הספד אז ער איז זייער נאנט געווען מיטן אינגערמאן. ער דערציילט נאך פון אים זייער שיינע און ערליכע עובדות און מימרות.
נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 3:09 pm
דורך קאווע טרינקער
א שאד איך בין נישט דארט, כ'וויל וויינען.
נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 3:09 pm
דורך לעמיל
מרדכי יואל א ברודער פון נחמן איז יעצט מספיד
נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 3:10 pm
דורך מיין מיינונג
מרדכי יואל זילבערשטיין, ווארשיינליך א שוואגער, רעדט.
נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 3:12 pm
דורך שמעקעדיג
קאווע טרינקער האט געשריבן:א שאד איך בין נישט דארט, כ'וויל וויינען.
מען קען הערן א הוקאפ אויף קול-מבשר.
נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 3:13 pm
דורך מיין מיינונג
דער צובראכענע טאטע ר' יצחק יעצט מספיד. נישטא קיין טרוקן אויג.
נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 3:13 pm
דורך לעמיל
ר׳ יצחק זילבערשטיין
א שטיין קען צוגיין מיט צו האלטען אזא לויה
נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 3:16 pm
דורך מיין מיינונג
א גוי וועט דאס קיינמאל נישט פארשטיין. נאר א ערליכע אידישע טאטע קען אזוי רעדן. אזא אמונה, אזא בטחון. עס צוברעכט דעם נפש היהודי.
נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 3:20 pm
דורך DotCom
נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 3:24 pm
דורך שמעקעדיג
ער האט יעצט געמאכט די ברכה ברוך דיין האמת. כי כל לבב דוי וכל ראש לחלי.....
אוי טאטע אין הימל... אויב דאס רייסט נישט אויף אלע טויערן אין הימל, דאן וואס יא???