בלאט 7 פון 7

נשלח: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 12:05 am
דורך שמעקעדיג
בלי שום ספק דער מאסקיטא, ימח שמם. בעת פון א בין האב איך נאך אין מיין לעבן נישט באקומען א שטאך, נאר אדרבה גאר גענאסן פון איר האניג, זענען די מאסקיטאס דומה לזבוב (...) וואו אימער איך גיי און שטיי באווייזן זיי זיך דעם זויערן פרצוף זייערן, און שטעכן אריין אן רחמנות עד זוב דם. עוורידזש באקום איך יעדן זומער איבער 200 מאסקיטא בייטס. שומו שמים וויפיל פארגאסן אידיש בלוט. לבי לבי על חלליהם.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 12:40 am
דורך דעת תורה
זיי קומען צו א גוטן שמעק :-)

די בינען וואס דרייען זיך דא זענען נישט קיין האניג בינען על פי רוב, זיי הייסן יעלאו זשעקעטס דוכט זיך.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 3:10 pm
דורך זר זהב
וועט דער איד/צייטונג באריכטן הרב עובדיה'ס ז"ל'ס פטירה?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 3:12 pm
דורך סאשי פיש
מסתמא יא אבער נישט אויף די פראנט פעיזש

נשלח: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 4:40 pm
דורך געפילטע פיש
די איד'ס העדליין אויפן בעק דעקל וועט זיין "ש"ס פארטיי זוכט נייע פירער נאכן פארלירן זייער גייסטליכע פירער"
בלאט'ס העדליין וועט זיין "כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא נעמט אנטייל אינעם לויה פונעם ספרדישן גייסטליכע פירער"

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 6:35 pm
דורך מעקע-ניק
טראגט איר א שטריימעל ביים חנוכה ליכט צינדען?

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 11:40 am
דורך שמעקעדיג
מוצאי שבת

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 10:45 am
דורך לעמיל
דעי וואכ'ס פרשה איז מרומז ש'נים מ'קרא ו'אחד ת'רגום. זענט איר מעביר סדרה יעדע וואך ?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 10:51 am
דורך sefish
נישט עכט. ס'איז זייער שווער, מיינע ציינער זענען נישט איינמאל ארויסגעפאלן אינמיטן תרגום

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 11:46 am
דורך רויטע וואנצעס
sefish האט געשריבן:נישט עכט. ס'איז זייער שווער, מיינע ציינער זענען נישט איינמאל ארויסגעפאלן אינמיטן תרגום


האסט מקיים געווען:
שינים מקרה = ס'געשעהן א מעשה מיט די ציין.
אחד תר גום = איינס איז געווארן אויסגעריסן פון דיין גאם.