בלאט 7 פון 8

נשלח: זונטאג פעברואר 07, 2016 11:01 pm
דורך שמעון וואלף
אין תשובות חכם צבי סימן י"ח ווערט געברענגט "ששם טבע הוא מהמצאת האחרונים מזמן ד' או מה' מאות שנה סמוך לזמננו מאחר שאינו מצוי בדברי חכמינו הקודמים ז"ל"

Re: האט איר געוואוסט אז?...

נשלח: זונטאג פעברואר 07, 2016 11:33 pm
דורך קל וחומר
נו, נישט קיין וואונדער אז זיין זוהן לערנט פשט אז ס'מיינט צורת המטבע...

Sent from my LG-LS980 using Tapatalk

נשלח: מאנטאג פעברואר 08, 2016 12:01 am
דורך שמעון וואלף
יא יא, דאס האב איך אינזינען געהאט.

ברוך שכיוונת

נשלח: מוצ"ש פעברואר 13, 2016 11:27 pm
דורך שבת אחים
אז Rachel Maddow איז א האלבע איד. זי איז אויפגעוואקסן אין קאטוילישע קאנסערוועטיוו שטוב אבער פון איין זייט איז זי א אידישקע וואס שטאמן פון מזרח אייראפע. כהאב קיינמאל נישט געחלמט אז זי שטאמט פון אידן.


https://en.m.wikipedia.org/wiki/Rachel_Maddow

נשלח: מאנטאג פעברואר 22, 2016 8:31 pm
דורך געוואלדיג
אין וואש מאשין'ס איז דא א שטיק צעמענט צו האלטן די דראם אין פלאץ עס זאל זיך נישט ווארפן ביים ספינען.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 9:07 pm
דורך ונבנתה העיר
עס איז געווען א פראפעסאר מיט'ן נאמען תא שמע.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 9:34 pm
דורך איך אויך
יע. ער הא אסאך געשריבן.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 12, 2016 12:42 am
דורך [NAMELESS]
כ'האב אמאל געלייענט אפאר פון זיינע מאמרים, ער שפרינגט עפעס ציווישן אן אמת'ע ת"ק און א דרויסענדיגער תלמודיסט, כ'האב נישט געקענט ארויסהאבן צו ער מאכט זיך אדער ער איז.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 2:19 pm
דורך ונבנתה העיר
עס איז דא אן אינזל אין די פאראייניגטע שטאטן מיט'ן נאמען מארטא'ס וויינגארטן.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 2:28 pm
דורך סימפל
זיכער. אבאמא און אנדערע פרעזידענטס פארן דאך אויף וואקאציע קיין מארטעס וויניערד.

וועלט פאפולאציע

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 10:39 pm
דורך אפשר
ווען אלע מענטשן פון די וועלט וואלטן געלעבט אזוי צושטיפט ווי אין ניו יארק סיטי וואלט מען אריינגעפיט אין די סטעיט פון טעקסעס.

New York city total people per square mile is 27,000
Total population is 7.125 billion
Divided by 27,000 it comes out to 263,888 miles
Total area of the state of Texas is 268,597

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 5:59 pm
דורך ונבנתה העיר
ותן חלקינו בתורתיך איז טייטש: גיב אז אונזער חלק זאל זיין אין דיין תורה?

Re: האט איר געוואוסט אז?...

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 7:16 pm
דורך מפוזרי
אזוי טייטשט דער קאברינער, מובא בתורת אבות.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 8:44 pm
דורך ונבנתה העיר
לאפוקי וואס?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 9:54 pm
דורך וואלווי
לאפוקי אזוי ווי ושים חלקנו עמהם וואס מיינט צו האבן א טייל פון עפעס כגון ותן שכר טוב לכל הבוטחים בשמך באמת. ס'איז מער דומה צו איזהו עשיר השומח בחלקו וואס מיינט נישט דוקא זיין סלייס פון רייכטום פון די וועלטס רייכטום, נאר ס'מיינט אז ער פרייט זיך מיט זיין באשערטע מזל אדער גורל, און דאס מיינט ותן חלקנו בתורתך אז אונזער גורל און אונזער לעבן איז מיט תורה. הגם, דער שורש איז דער זעלבע.

אויב מ'וויל טייטשען חלק אזוי ווי א שטיקל פון א גרעסערע זייך קען מען זאגען אז ותן חלקנו בתורתך אז א יעדער איד האט זיך זיין מהלך אין די תורה אדער זיין חלק אין חידושי תורה אדער אות בתורה וכו' וכו' וכו'

Re: האט איר געוואוסט אז?...

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 8:39 am
דורך מפוזרי
ונבנתה העיר האט געשריבן:לאפוקי וואס?

האסט געלייגט א '?' האב איך פארשטאנען אז דו זוכסט קאנפירמעישן.

איך וואלט געטייטשט: גיב אונז אונזער חלק וואס מיר האבן (שוין) אין די תורה. יעדער איד האט א חלק אין תורה, ער דארף עס נאר דערגרייכן.
וכמו שאמר ר' וואלווי לבסוף.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 20, 2017 1:40 pm
דורך ונבנתה העיר
דער טערמין 'scapegoat' שטאמט פונ'ם שעיר לעזאזל?

נשלח: פרייטאג אקטאבער 20, 2017 5:24 pm
דורך berlbalaguleh
ונבנתה העיר: יא. זיכער. 100% אן א קוועסטשן מארק...!

Re: האט איר געוואוסט אז?...

נשלח: מאנטאג אקטאבער 23, 2017 9:52 am
דורך יעלה ויבא
די ווארט אנדרוגנס ווארט געניצט אין ענגליש מיט די זעלבע מיינונג?בילד

lead, follow, or get out of the way!

נשלח: מאנטאג אקטאבער 23, 2017 1:12 pm
דורך berlbalaguleh
יעלה ויבוא: ייש"כ. ס'איז 100% אמת. נאר דו דארפסט נישט זיין סורפרייזד. ווייל זייער א סאך ווערטער פון די צייטן פון די חכמי התלמוד זענען אריבערגעקומען צו לשה"ק פון גריכיש און לאטייניש. בעיקר גריכיש. קוק אריין אין "ספר הערוך" וועסטו זעהן וויפיהל ווערטער פון די גמרא האבן זייער מקור אין גריכיש. נאר אונזער הברה איז פעילערהאפטיג. אונז זאגן מיר ארויס די ווערטער אויף א מאדנע וועג. און דאס פארדרייט דעם מקור און שורש פון די ווערטער...!

נאר דער פראצעס פון אויסבארגן ווערטער פון אנ'אנדערע שפראך ארבעט ביידע וועגן. למשל ספאניש. און אויך אנדערע שפראכן האבן אויסגעבארגט ווערטער פון לשה"ק. ס'איז דא א לאגישער הסבר אויף דעם. ווען מענטשן וואוינען צוזאמען. נאנט איינער צום צווייטן. און מ'מישט זיך אויס. און מ'האנדלט צוזאמען. כאפט איין גרופ אויף ווערטער און אויסדרוקן פון די אנדערע גרופ...! ביז ס'ווערט א טייל פון די שפראך...!

Re: האט איר געוואוסט אז?...

נשלח: מיטוואך אקטאבער 25, 2017 9:02 pm
דורך החוקר
גוגל כאפט אויף אויב איר פארגעסט צו באהעפטן א פייל צו אן אימעיל.
בילד

נשלח: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 8:53 pm
דורך ונבנתה העיר
יעקב אבינו'ס שטיין געפונט זיך אין סקאטלאנד?...

נשלח: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 9:03 pm
דורך berlbalaguleh
ונבנתה העיר:וועלכע. די סטאון הענדזש...?! די גויים האבן טאקע נישט קיין הסבר אויף דעם. אבער דאס מיינט אז יעקב אבינו האט געוואנדערט זייער ווייט אוועק אויפ'ן וועג פון ארץ ישראל אזש ביז סקאטלאנד. אונזער עלטער פעטער/עלטער זיידע בתואל האט אוועקגעמופט היבש ווייט פון זיין קאזין אברהם אבינו. נאכאמזל אז טראמפ איז נישט געווען פרעזידענט דאמאלס. מ'וואלט איהם נישט אריינגעלאזט קיין סקאטלאנד. ווייל ער קומט פון א מיטל מזרח מדינה...!