בלאט 7 פון 7
נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 4:38 pm
דורך זר זהב
די עפ בי איי האט קאטעגאריש אפגעלייקענט אן אויסזעהנדע באריכט אז די באסטאן טעראריסטן האבן געהאט סיי וואספארא שייכות מיט די מזוזה ברענערייען אין וויליאמסבורג
http://www.jdn.co.il/news/212540
נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 8:05 pm
דורך דולה ומשקה
משפחה שרייט 'קאנספיראציע'. יש דברים בגו?
נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 12:42 pm
דורך זר זהב
די הויז צו הויז זוכערייען אין וואטערטאון--- טעריפייאינג
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=0V4hB9zWi14[/youtube]
נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 5:15 pm
דורך טעפל
זר זהב האט געשריבן:די הויז צו הויז זוכערייען אין וואטערטאון--- טעריפייאינג
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=0V4hB9zWi14[/youtube]
איינע פון די קאמענטס דארט:
Heil Hitler. Are you hiding any Jews in your house. We are coming in to check no matter if you like it or not.
אזוי בערך זעהט עס נעבעך אויס.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 2:15 pm
דורך זר זהב
די מאמע זאגט אז די גאנצע זאך איז געווען א שוי שפיל מיט רויטע פעינט וואס האט אויסגעזעהן ווי בלוט
http://www.cnn.com/video/?/video/world/ ... arnaev.cnn
נשלח: מאנטאג מאי 06, 2013 2:11 pm
דורך שעפטל
קיין איין בית הקברות וויל נישט ארייננעמען דעם מערדער.
נשלח: מאנטאג מאי 06, 2013 2:45 pm
דורך שלשלת
אז מען האט שוין יא ארויפגעברענגט די נייעס אויפן אויבערפלאך...
איינע פון די דריי ארעסטירטע איז יעצט ארויסגעלאזט געווארן [היים ארעסט] אויף הונדערט אלפים בעיל
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 6:20 pm
דורך שלשלת
מען גיבט נישט ארויס ווי וואס ווען, אבער די פאליציי אין באסטאן האבן געמאלדן, אז איינער האט זיך ענדליך מרחם געווען, און גענומען די פגר פונעם רוצח עס צו באגראבן.
דאס קומט נאך א שטיק צייט וואס די טויטע קערפער איז געלעגן אין א לאקאלע טשאפעל, אין די צייט וואס קרובי משפחה האבן געזוכט א בית הקברות וואס זאל מסכים זיין איהם צו באגראבן אין זייער שטח, אבער די בקשות זענען צוריקגעשליידערט געווארן איינס ביי איינס. קיינער האט זיך נישט געזוכט די כבוד אז דער מערדער זאל ליגן אין זיינע ד' אמות.
די מאמע פון רוסלאנד האט אין א אינטערוויו געזאגט זי ווייסט נישט וואס סגייט פאר. איין מינוט זאגט מען ער איז באגראבן, א צווייטע מינוט הער זי אז נישט...
ווארשיינליך ברויך זי דאס וויכטיג וויסן, כדי מזאל זיך שוין קענען זעצן שבעה, און אנהייבן שרייבן א פאסיגע נוסח מצבה...
נשלח: פרייטאג מאי 17, 2013 4:01 am
דורך שלשלת
פרישע באריכט איבער די מאטיוו פון די טעראריסטן...
דער צווייטער, לעבן געבליבענער, טעראריסט, וועלכע האט זיך אויסבאהאלטן אין א שיפל, האט - לויט א היינטיגע באריכט - אנגעפירקעלט א מעסעדזש אויף די וואנט פונעם שיפל, ווי ער שרייבט אז די אטאקע איז געקומען אלס "פעיבעק" פאר די אמעריקאנע מלחמות אין מוסלמענישע לענדער ווי איראק און אפגאניסטאן.
"אן אטאקע אויף 'איין' מוסלים, איז א אטאקע אויף אלע" האט ער געשריבן. צווישן אנדערע שרייבט ער אויך, אז ער וועט זיך נישט בענקן נאך זיין עלטערע ברודער - וועלכע איז יענע נאכט גע'הרג'עט געווארן אין א פייער אויסטויש מיט די פאליציי - ווייל בקרוב וועט ער זיין צוזאמען מיט איהם (למעשה איז איהם געווען באשערט צו איבערלעבן און ארעסטירט ווערן)
נשלח: פרייטאג מאי 17, 2013 4:30 am
דורך שלשלת
אין א צווייטע באריכט איז ערשינען פרישע, און גאנץ שטוינענדע, פאקטן איבער וואס עס האט זיך אפגעשפילט יענע אומפארגעסליכע נאכט אין וואטערטאון, ווי די צוויי טעראריסטן האבן זיך געראנגלט מיט די פאליציי, נוצענדיג גאנס און אנדערע וואפן.
לויט א פרישע אינוועסטיגעישן, וואס איז אונטערגענומען געווארן צו דערגיין גענוי וואס סהאט זיך דארט אפגעטוהן, שטעלט זיך ארויס די פאלגענדע...
- צווישן ביידע ברודער צוזאמען האט זיך געפינען נאר איין גאן, ביי די עלטערע ברודער וואס איז געשטארבן. אין צוגאב צו די גאן האבן זיי אויך געהאט אנדערע אייגן-געמאכטע עקספלאסיווס.
- די פאליציי האט אויסגעשאסן 300 רונדען קוילן יענע נאכט - א פיל גרעסערע נומער ווי פריערדיגע באריכטן - אין א אפשניט פון א צירקע פינף-צען מינוט.
- די טראנסיט פאליסמאן וועלכע איז געשאסן און שווער פארוואונדעט געווארן אויפן סצענע, איז גאר געשאסן געווארן פון פריינטליכע פייער. קוילן וואס די פאליצייי האבן געשאסן רעכטס און לינקס, האבן איהם אנגעטראפן און כמעט געהרג'עט.
- אין איין פאל האט די פאליציי באשאסן א אומשולדיגע ליידיגע SUV, מיינענדיג אז עס באלאנגט פאר די טעראריסטן
נשלח: מיטוואך יולי 10, 2013 4:16 pm
דורך שעפטל
דער לעבן פארבליבענער מערדער האט היינט געפליעט 'נאט גילטי' אויף אלע 30 קלאגעס!
חזקיהו המלך
נשלח: דינסטאג אוגוסט 06, 2013 11:24 pm
דורך ישמעאל הכהן
[tag]חזקיהו המלך[/tag]
Boston - Boston Marathon bombing suspects Tamerlan and Dzhokhar Tsarnaev befriended a brain-damaged anti-U.S. government conspiracy theorist through their
mother’s health care aide job years before the deadly attack, a lawyer said Tuesday.
Advertisement:
Attorney Jason Rosenberg, who represents the family of Donald Larking, said Larking shared publications with the brothers and discussed theories including that the Sept. 11, 2001, terror attacks and the Newtown, Conn., elementary school shooting didn’t happen or the U.S. government was behind them
נשלח: מיטוואך אוגוסט 07, 2013 12:03 am
דורך חזקיהו המלך
[tag]ישמעאל הכהן[/tag]
אין די גלייבסטעס נאך, ס'הוילע נארישקייטען, די גאנצע באסטען באמינגס איז אינטער געשטעלט, ס'דא אויף דעם פיהלצאליגע באווייזען,
אין ניין ס'איז לאו דוקא "די גאווערמענט", ס'איז אינטערעסען וואס האבען היבש קאנטראל איבער די גאווערמענט, אין זיי ניצען די גאווערמענט פאר זייערע אינטערעסען, אין ווער ס'גייט נישט אין שפאן ווערט עלימינירט, ווי למשל קענעדי,
ניין עלעווען איז פשוט אז ס'געווען אינטערגעשטעלט פין זיי, ווען ס'האלט אנדרעש איז פשוט לא בא לכלל דעת, אדער האט ער קיינמאל נישט איבערגעקוקט די דעטאלען וואס שרייען פין זיך אז די גאנצע אפיציעלע סטארי איז א באבע מעשה,
אין די זעלבע ביי סענדי האק, וואס דארט איז געווען די אמת האב איך נישט ציפיהל אדורעך געטוהן, אבער לויט איז סטאטיסטיקס קען מען נישט גיין צי ראנג מיטען זאגען אז ס'געווארען אינטערגעשטעלט כדי עס צי ניצען פאר א פראפעגאנדע קעגען גאנס, אזוי צי אזוי איז דארט אויך דא היבש קשיות, זיכער האט עס פאסירט זיכער זענען קינדער געהארגעט געווארען, די שאלה איז נאר ווער האט עס געטוהן,
אזאלכע זאכען זענען אלטע טריקס צי סטעדזשען טעראר אטאקעס פאר געוויסע אינטערעסען, היטלער האט עס אסאך געניצט, למשל די רייכסטאג פייער אין קלאמפישע אטאקעס פין פוילען ביי די גרעניץ פין דייטשלאנד פאר די נאצישע אטאקע אויף פוילען, אין אזוי ווייטער,
בקיצור, ס'איז אלעס אלטע טריקט מיט א נייע טוויסט, אין די קינדערלעך גלייבען אלעס ווי די שעפסעלעך, האלאו וועקט אייך אויך, מען פיטערט אייך בערג מיט שקרים, ס'קען ברענגען א ערענסטע שולשול,
הצלחה
נשלח: מיטוואך אוגוסט 07, 2013 12:09 am
דורך ישמעאל הכהן
נשלח: פרייטאג מאי 15, 2015 3:33 pm
דורך ישראל קאפקע
ברעיקינג: די דזשורי האט צוגעטיילט טויטשטראף פארן אינגערע באסטאן מאראטאן טעראריסט דזשאָכאַר צאַרנאַעוו.
נשלח: פרייטאג מאי 15, 2015 4:21 pm
דורך רויטע וואנצעס
wow, א היסטארישע מאמענט!
זעהט אויס די דזשורי איז געווערן צוריסן פון די שרעקליכע עוועדענס, און האט נישט רעפלעקטירט די איבער 60 פראצענט באסטאן איינוואוינער, וואס זענען געווען אנקעגן טויט שטראף פאר'ן מערדער.
נשלח: פרייטאג מאי 15, 2015 4:36 pm
דורך ישראל קאפקע
מען זאגט אז זיי האבן אים געגעבן טויטשטראף ווייל ער האט נישט ארויסגעוויזן קיין שום חרטה דורכאויס דעם גאנצן פראצעס.
לאקאלע קאוורעזש נאך סערנייעו'ס טויט אורטייל
נשלח: פרייטאג מאי 15, 2015 4:46 pm
דורך רויטע וואנצעס
Re: באסטאן מאראטאן אויפרייסן
נשלח: פרייטאג מאי 15, 2015 5:00 pm
דורך [NAMELESS]
ישראל קאפקע האט געשריבן:מען זאגט אז זיי האבן אים געגעבן טויטשטראף ווייל ער האט נישט ארויסגעוויזן קיין שום חרטה דורכאויס דעם גאנצן פראצעס.

- uploadfromtaptalk1431723639514.jpg (56.5 KiB) געזען געווארן 796 מאל
נשלח: מיטוואך יוני 24, 2015 2:33 pm
דורך פיש כאפער
היינט אין געריכט, האט דער ריכטער פאר׳משפט דעם אנגעקלאגטער מערדער צו טויט שטראף. דער אנגעקלאגטער האט 10 טאג צו אפעלירן.