בלאט 7 פון 7
Re: תקנה לדורות מיוחד לנשים
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 9:05 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
שמירעס עינים!
דאס איז דאך די סטיילישע מצוה בזמן הזה!!
Re: תקנה לדורות מיוחד לנשים
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 10:23 pm
דורך איציקל
ייש"כ
@סקעפטיקער פארן ברענגן פאר אונז דברים של טעם פון דיינע רייכע ידיעות, אזוי ווי אלעמאל.
אזוי ווי איך האב נישט קיין מעגליכקייט צו ליינען דעם ארטיקל אין מאחורי, אויב שייך ביטע ערקלערן מער איבער די רעדע דארט, וועלכע חלק פונעם אויג, וואספארא קאלירן וכו'.
תודה למפרע.
Re: תקנה לדורות מיוחד לנשים
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 11:58 pm
דורך בעל אחריות
סקעפטיקער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 2:43 pm
שמירן די אויג איז זיכער געווען א דבר המותר בזמן חז"ל, און עס איז דא אויף דעם כמה מקומות ווי דאס ווערט דערמאנט
מעגליך אז אמאליגע שמיראכץ איז נישט געווען אזוי אנרייצנד ווי די היינטיגע.
Re: תקנה לדורות מיוחד לנשים
נשלח: פרייטאג אקטאבער 20, 2023 12:01 am
דורך יין שרף
הלכה מפורשת אין אבן העזר הלכות כתובה, אז די מאן דארף צו שטעלן כחול שחור פאר די אויגן, און blush פאר די פנים.
Re: תקנה לדורות מיוחד לנשים
נשלח: פרייטאג אקטאבער 20, 2023 12:14 am
דורך בעל אחריות
יין שרף האט געשריבן: ↑פרייטאג אקטאבער 20, 2023 12:01 am
הלכה מפורשת אין אבן העזר הלכות כתובה, אז די מאן דארף צו שטעלן כחול שחור פאר די אויגן, און blush פאר די פנים.
אפשר איז עס פאר ווען זי איז אינדערהיים
Re: תקנה לדורות מיוחד לנשים
נשלח: פרייטאג אקטאבער 20, 2023 1:50 pm
דורך סקעפטיקער
בעל אחריות האט געשריבן: ↑פרייטאג אקטאבער 20, 2023 12:14 am
יין שרף האט געשריבן: ↑פרייטאג אקטאבער 20, 2023 12:01 am
הלכה מפורשת אין אבן העזר הלכות כתובה, אז די מאן דארף צו שטעלן כחול שחור פאר די אויגן, און blush פאר די פנים.
אפשר איז עס פאר ווען זי איז אינדערהיים
האסט נישט געזעהן מיין צווייטע מראה מקום?
Re: תקנה לדורות מיוחד לנשים
נשלח: פרייטאג אקטאבער 20, 2023 2:42 pm
דורך סקעפטיקער
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 9:05 pm
וועלכער רב היינט אסר'ט שמירן די אויגן?
ליין אביסל
דא
Re: תקנה לדורות מיוחד לנשים
נשלח: פרייטאג אקטאבער 20, 2023 2:53 pm
דורך סקעפטיקער
בעל אחריות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 11:58 pm
סקעפטיקער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 2:43 pm
שמירן די אויג איז זיכער געווען א דבר המותר בזמן חז"ל, און עס איז דא אויף דעם כמה מקומות ווי דאס ווערט דערמאנט
מעגליך אז אמאליגע שמיראכץ איז נישט געווען אזוי אנרייצנד ווי די היינטיגע.
אויב זיי וואלטן ווען געזאגט אז מ'זאל נישט שמירן די אויגן איבער די מאס וכדו' וואלט איך זיי כאטש פארשטאנען, אבער די סלאגאן גייט אז מ'טאר נישט צורירן די אויגן, היפך דעת חז"ל!
Re: תקנה לדורות מיוחד לנשים
נשלח: פרייטאג אקטאבער 20, 2023 3:08 pm
דורך סקעפטיקער
יין שרף האט געשריבן: ↑פרייטאג אקטאבער 20, 2023 12:01 am
הלכה מפורשת אין אבן העזר הלכות כתובה, אז די מאן דארף צו שטעלן כחול שחור פאר די אויגן, און blush פאר די פנים.
אבן העזר סימן ע"ג סעיף ג'
ומחיבין אותו לתן לה תכשיטים, כגון בגדי צבעונים להקיף על ראשה ופדחתה, ופוך (פרוש, כחל שחר) ושרק (פרוש, צמר גפנים שצובעים אותו בחריע ומעבירין אותו על פני כלות שתתראנה אדמות, ערוך), וכיוצא בהן
Re: תקנה לדורות מיוחד לנשים
נשלח: זונטאג אקטאבער 22, 2023 5:06 pm
דורך קלוגע יודל
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 9:05 pm
וועלכער רב היינט אסר'ט שמירן די אויגן?
מיין ווייב זאגט נאך פון רעביי פאלק
Re: תקנה לדורות מיוחד לנשים
נשלח: זונטאג אקטאבער 22, 2023 8:19 pm
דורך קהל'ס נער
קלוגע יודל האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 22, 2023 5:06 pm
מיין ווייב זאגט נאך פון רעביי פאלק
אויך מיר א מקור. נאך אביסל וועט יואלי צימערמאן אויך ווערן א מקור.
Re: תקנה לדורות מיוחד לנשים
נשלח: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 6:42 pm
דורך באר מים
קהל'ס נער האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 22, 2023 8:19 pm
קלוגע יודל האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 22, 2023 5:06 pm
מיין ווייב זאגט נאך פון רעביי פאלק
אויך מיר א מקור. נאך אביסל וועט יואלי צימערמאן אויך ווערן א מקור.
לכאורה האט זי נישט דורכגעלערנט זיין תשובה ווייל ער איז קלאר מברר אז עס איז מותר.
אויסער דעם האט ער קלארע ראיות אז די היתר איז נישט נאר אינדערהיים
ער ענדיקט נאר צו אז מען קען נישט זאגן אז די וואס לייגן נישט טוען א איסור
Re: תקנה לדורות מיוחד לנשים
נשלח: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 7:45 pm
דורך ברוך שפינוזה
סקעפטיקער האט געשריבן: ↑פרייטאג אקטאבער 20, 2023 3:08 pm
יין שרף האט געשריבן: ↑פרייטאג אקטאבער 20, 2023 12:01 am
הלכה מפורשת אין אבן העזר הלכות כתובה, אז די מאן דארף צו שטעלן כחול שחור פאר די אויגן, און blush פאר די פנים.
אבן העזר סימן ע"ג סעיף ג'
ומחיבין אותו לתן לה תכשיטים, כגון בגדי צבעונים להקיף על ראשה ופדחתה, ופוך (פרוש, כחל שחר) ושרק (פרוש, צמר גפנים שצובעים אותו בחריע ומעבירין אותו על פני כלות שתתראנה אדמות, ערוך), וכיוצא בהן
זייט ווען פסק'נט מען ארויס פון שולחן ערוך? דו ווילסט נישט וואוסן וויפיל נאך אזעלכע "הלכות מפורשות" איך קען דיר ברענגען
Re: תקנה לדורות מיוחד לנשים
נשלח: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 8:27 pm
דורך סקעפטיקער
באר מים האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 23, 2023 6:42 pm
לכאורה האט זי נישט דורכגעלערנט זיין תשובה ווייל ער איז קלאר מברר אז עס איז מותר.
אויסער דעם האט ער קלארע ראיות אז די היתר איז נישט נאר אינדערהיים
ער ענדיקט נאר צו אז מען קען נישט זאגן אז די וואס לייגן נישט טוען א איסור
וואו איז די תשובה?
Re: תקנה לדורות מיוחד לנשים
נשלח: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 9:57 pm
דורך חדשים
דא האסטו די קונטרס להסיר מכשול כנגד היתרו של הרב פאלק.
https://yofi-yehudi.net/wp-content/uplo ... %D7%96.pdf
Re: תקנה לדורות מיוחד לנשים
נשלח: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 12:11 am
דורך סקעפטיקער
אפילו לויט זיי איז די פראבלעם נאר ווען עס איז ניכר, אבער די אויבנדערמאנטע עקסטרעמיסטן זענען אפילו דאס אויך נישט מודה. אבער עס איז אוממעגליך אז די אמאליגע
כחול איז געווען אומזעהבאר
Re: תקנה לדורות מיוחד לנשים
נשלח: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 8:59 am
דורך פשוטע אלף בית
Re: תקנה לדורות מיוחד לנשים
נשלח: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 9:18 am
דורך נחום הסופר
סקעפטיקער האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 24, 2023 12:11 am
אפילו לויט זיי איז די פראבלעם נאר ווען עס איז ניכר, אבער די אויבנדערמאנטע עקסטרעמיסטן זענען אפילו דאס אויך נישט מודה. אבער עס איז אוממעגליך אז די אמאליגע
כחול איז געווען אומזעהבאר
אפשר צייכנסטו אן וואו אינעם קונטרס רעדט מען פון שמירן די אויגן?
אין עוז והדר לבושה פסק'נט הרב פאלק ז"ל אז ווער ס'זאגט אז ס'איז אסור מכל וכל צו שמירן די אויגן, איז א מגלה פנים בתורה שלא כהלכה, ווייל מ'טרעפט אין חז"ל בכ"מ אז דאס איז געווען נהוג, אבער ער געט נישט קיין בלענק טשעק, ער לייגט צו פארשידענע תנאים ווען און ווי אזוי מ'מעג. (כאפט מיך נישט אויפן ווארט ווייל כ'האב עס נישט יעצט נאכגעקוקט, נאר געזען לאנג צוריק)
Re: תקנה לדורות מיוחד לנשים
נשלח: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 12:00 pm
דורך כספי
סקעפטיקער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 4:48 pm
דא איז געווען א שמועס וועגן שמירן די אויגן, איך האב געשריבן דערוועגן א תגובה אין אן אשכול מאחורי (נישט קלאר פארוואס עס איז דארט) וועל איך עס אויך מעתיק זיין פאר די חברים מלפני הפרגוד
2) די משנה זאגט אין מסכת שבת (פ.) כחול כדי לכחול עין אחת - די שיעור פון שמיראכץ פאר די אויגן וואס מען איז מחויב אויב מ'טראגט עס ארויס שבת איז צו קענען שמירן איין אויג, פרעגט אויף דעם די גמרא עין אחת הא לא כחלי - ווער שמירט דען נאר איין אויג? ענטפרעט די גמרא אמר רב הונא שכן צנועות כוחלות עין אחת - די צנניעות'דיגע פרויען וואס גייען ארויס מיט איין אויג צוגעדעקט שמירן נאר די איין אויג וואס בלייבט אויפגעדעקט (ענליך שטייט אין ירושלמי, און דארט איז די אויסדרוק ויוצאה לשוק - און זי גייט ארויס אין גאס/מארק)
אבער אפשר מיינט מען דא די אויג וואס איז געבליבן פארדעקט?
Re: תקנה לדורות מיוחד לנשים
נשלח: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 12:38 pm
דורך סקעפטיקער
כספי האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 25, 2023 12:00 pm
סקעפטיקער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 4:48 pm
דא איז געווען א שמועס וועגן שמירן די אויגן, איך האב געשריבן דערוועגן א תגובה אין אן אשכול מאחורי (נישט קלאר פארוואס עס איז דארט) וועל איך עס אויך מעתיק זיין פאר די חברים מלפני הפרגוד
2) די משנה זאגט אין מסכת שבת (פ.) כחול כדי לכחול עין אחת - די שיעור פון שמיראכץ פאר די אויגן וואס מען איז מחויב אויב מ'טראגט עס ארויס שבת איז צו קענען שמירן איין אויג, פרעגט אויף דעם די גמרא עין אחת הא לא כחלי - ווער שמירט דען נאר איין אויג? ענטפרעט די גמרא אמר רב הונא שכן צנועות כוחלות עין אחת - די צנניעות'דיגע פרויען וואס גייען ארויס מיט איין אויג צוגעדעקט שמירן נאר די איין אויג וואס בלייבט אויפגעדעקט (ענליך שטייט אין ירושלמי, און דארט איז די אויסדרוק ויוצאה לשוק - און זי גייט ארויס אין גאס/מארק)
אבער אפשר מיינט מען דא די אויג וואס איז געבליבן פארדעקט?
אז דו וועסט לערנען וועסטו וויסן
Re: תקנה לדורות מיוחד לנשים
נשלח: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 3:42 pm
דורך באר מים
סקעפטיקער האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 23, 2023 8:27 pm
באר מים האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 23, 2023 6:42 pm
לכאורה האט זי נישט דורכגעלערנט זיין תשובה ווייל ער איז קלאר מברר אז עס איז מותר.
אויסער דעם האט ער קלארע ראיות אז די היתר איז נישט נאר אינדערהיים
ער ענדיקט נאר צו אז מען קען נישט זאגן אז די וואס לייגן נישט טוען א איסור
וואו איז די תשובה?
לבושה של תורה סימן סז
Re: תקנה לדורות מיוחד לנשים
נשלח: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 3:38 pm
דורך קלוגע יודל
באר מים האט געשריבן: ↑
לבושה של תורה סימן סז
מען קען באקומן א PDF דערפון?