בלאט 7 פון 37

נשלח: מיטוואך אקטאבער 10, 2012 10:47 pm
דורך איחוד פעלד
און ווי אזוי לאזט ער איינער הארגענען א צווייטער מענטש, עס שטייט דאך לא תעמוד על דם רעיך?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 10, 2012 11:54 pm
דורך שמעקעדיג
זר זהב האט געשריבן:חז"ל זאגן אז דער אייבישטער היט די גאנצע תורה, דאן וויאזוי קען זיין אז כביכול לאזט צו אזויפיל צער בעלי חיים ווען חיות טורפות פארציקן קלענערע איידעלערע חיות/בהמות פאר שפייז. היש לך צער בעלי חיים גדול מזה?


האסט געזעהן שמואל הלוי'ס קליפ, וואס?

הער אויס, אזעלכע קשיות האב איך הונדערט און איינס.
ס'איז נישט אזוי פשוט ווי מיר לערנען עס אפ.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 10, 2012 11:56 pm
דורך זר זהב
ניין, גראדע נישט. איך האב געזען לעצטענס פון נעשענעל געאאגרפיקס וויילדלייף דאקומענטעריס.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 12:06 am
דורך נולד מאוחר
זר זהב האט געשריבן:חז"ל זאגן אז דער אייבישטער היט די גאנצע תורה, דאן וויאזוי קען זיין אז כביכול לאזט צו אזויפיל צער בעלי חיים ווען חיות טורפות פארציקן קלענערע איידעלערע חיות/בהמות פאר שפייז. היש לך צער בעלי חיים גדול מזה?

סאיז פאר זייער טובה.
פינקט ווי ביי מענטשען.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 7:10 pm
דורך זר זהב
אינעם 'צייטונג' בראשית באשרייבט איינער די תימנער שול אין בארא פארק אוהב שלום לעדת תימני וועלכע געפונט זיך אויף 12 עוו 45 סט. ס'איז זיין 2'טן ארטיקל איבער יענעם שול, די וואך שרייבט ער אז ער איז עס געגאנגן וויזיטן איין חול המועד טאג צו דאווענען שחרית. ער באשרייבט זייערע פאני מנהגים, צווישן אנדערע שרייבט ער אז זיי קישן נאר די פאדערשטע 2 ציצית ביי ברוך שאמר.

און וואס טוען מיר? אלע 4? איך דענק נישט אזוי!

אגב כ'בין איינמאל אריינגעפאלן אין יענעם שול זוכענדיג א מנין נישט אויסקענעדיג זיך אין ב.פ. איך האב נישט געוויסט וואו איך בין. דער אייבישטער זאל אפהיטן וואספארא עטיטוד זיי געבן. די טיימענער זענען נישט אזא 'פאלייט' פאלק ליידער.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 11:31 pm
דורך שמעקעדיג
להוציא מלבם...

viewtopic.php?p=51632#p51632

אפשר מיינט ער ביי קר"ש, און האט געמאכט א טעות.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 17, 2012 11:03 am
דורך גוטזאגער
נולד מאוחר האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:חז"ל זאגן אז דער אייבישטער היט די גאנצע תורה, דאן וויאזוי קען זיין אז כביכול לאזט צו אזויפיל צער בעלי חיים ווען חיות טורפות פארציקן קלענערע איידעלערע חיות/בהמות פאר שפייז. היש לך צער בעלי חיים גדול מזה?

סאיז פאר זייער טובה.
פינקט ווי ביי מענטשען.

די גרינגסטע הסבר צו פארשטיין מיין איך איז אז פשוט כדי עס זאך נישט ארויס גיין פין קאנטראל האט די אייבישטער באשאפען נאטירליכע שונאים נעם א דוגמא די גראזיאנען משפחה (מייזען, דאטען, וכו') וואס די טובה וואס זיי ברענגען פאר די מענטשהייט איז נאך נישט באקאנט אבער וואס איז זיכער אז זיי פארשאפען אסאך שאדען אין די פעלדער און סיי אין די הייזער האט די אייבירשטער באשאפען איר שונא וואס דאב איז די קאץ כדי די מייזען זאלן נישט פארפלייצען די וועלט

ויש עוד להאריך בזה בענין נפלאות הבורא שהקב"ה מדד והטביע בהבריאה שכל מין ומין שבחיות שברא יש לו את שונאין כדי שלא יפרוץ את גבילו וזו אנו רואים אפי' ב'פיזיקס

נשלח: מיטוואך אקטאבער 17, 2012 1:37 pm
דורך שמעקעדיג
גוטזאגער האט געשריבן:נעם א דוגמא די גראזיאנען משפחה (מייזען, דאטען, וכו') וואס די טובה וואס זיי ברענגען פאר די מענטשהייט איז נאך נישט באקאנט

נישט באקאנט?
אלע מעדעצינען ווערן אויספרובירט אויף זיי בעפאר עס קומט צו די מענטשן. זיי האבן זייער ענליכע סימפטאמען און צעלן וכו' צו א מענטש.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 17, 2012 2:52 pm
דורך גוטזאגער
שמעקעדיג האט געשריבן:
גוטזאגער האט געשריבן:נעם א דוגמא די גראזיאנען משפחה (מייזען, דאטען, וכו') וואס די טובה וואס זיי ברענגען פאר די מענטשהייט איז נאך נישט באקאנט

נישט באקאנט?
אלע מעדעצינען ווערן אויספרובירט אויף זיי בעפאר עס קומט צו די מענטשן. זיי האבן זייער ענליכע סימפטאמען און צעלן וכו' צו א מענטש.

גערעכט

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 11:19 pm
דורך זר זהב
כ'האב געלערנט אביסל הל' חנוכה היינט, אימיר שווער געווארן אן אינטערעסאנטע קשיא, איך האף מ'וועט נישט לאכן פון מיין פראגע. ס'שטייט דארט אז נאכ'ן זיג איז מען אריין אין ביהמ"ק און מ'האט געטראפן נאר איין כשר קריג מיט אויל וואס וואלט געדארפט זיין גענוג נאר פאר 1 נאכט און סאט געברענט 8 טעג. שוין, אבער געוואלד פאר איין נאכט אידאך יא געווען, איז וואס פראוועט מען 8 טעג יו"ט ס'וואלט געדארפט זיין נאר 7 טעג? ניין?

עם איי מיססינג סאמטינג?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 11:22 pm
דורך sunbar
זר זהב האט געשריבן:כ'האב געלערנט אביסל הל' חנוכה היינט, אימיר שווער געווארן אן אינטערעסאנטע קשיא, איך האף מ'וועט נישט לאכן פון מיין פראגע. ס'שטייט דארט אז נאכ'ן זיג איז מען אריין אין ביהמ"ק און מ'האט געטראפן נאר איין כשר קריג מיט אויל וואס וואלט געדארפט זיין גענוג נאר פאר 1 נאכט און סאט געברענט 8 טעג. שוין, אבער געוואלד פאר איין נאכט אידאך יא געווען, איז וואס פראוועט מען 8 טעג יו"ט ס'וואלט געדארפט זיין נאר 7 טעג? ניין?

עם איי מיססינג סאמטינג?


ווילסט גיין אין קאמפעטישן מיט די בית יוסף?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 11:23 pm
דורך זר זהב
וואס הייסט? מאכסט עפעס חוזק?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 11:24 pm
דורך געפילטע פיש
מיין רבי אין חדר האט געפרעגט די זעלבע קאשע בשם איינער ר' יוסף עפעס, כ'פארגעסן זיין לעצטע נאמען, ער איז עפעס א מחבר פון א ספר.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 11:25 pm
דורך געפילטע פיש
אבער איך פארשטיי אינגאנצען נישט די קושיא, שטעל דיך פאר ס'ברענט נארמאל, נאר איין טאג, וואלט מען דען נישט געמאכט קיין יום טוב?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 11:27 pm
דורך זר זהב
ברוך שכוונתי!!

איך האב אזוי מסיח לפו תימי געקלערט אז איין טאג איז פאר כ"א כסליו וואס דו חכמים האבן שוין פאראויסגעזען, די חכמים האבן עס צוזאמגעשטעלט מיט חנוכה אז ס'זאל נישט זיין קיין הפסק.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 11:28 pm
דורך sunbar
פארוואס זאגט מען נישט קיין הלל כ'א כסלו?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 11:29 pm
דורך זר זהב
איך זאג גאנץ הלל כ"א כסליו!! (אן א ברכה)

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 11:33 pm
דורך זר זהב
געפילטע פיש האט געשריבן:אבער איך פארשטיי אינגאנצען נישט די קושיא, שטעל דיך פאר ס'ברענט נארמאל, נאר איין טאג, וואלט מען דען נישט געמאכט קיין יום טוב?

מ'וואלט יא, ווייל דאס עצם טרעפן דאס קריגל אידאך אויך א נס

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 11:36 pm
דורך sunbar
און אסון אויך: די אויל האט בלויז אראפגעברענט א אכטל פון וואס עס ברענט געווענליך א טאג...

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 11:46 pm
דורך שטערן
זר זהב האט געשריבן:איך זאג גאנץ הלל כ"א כסליו!! (אן א ברכה)


מקור?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 11:47 pm
דורך זר זהב
תהילים

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 11:48 pm
דורך שטערן
זר זהב האט געשריבן:תהילים


ווי אין תהילים?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 11:48 pm
דורך sunbar
זר זהב האט געשריבן:תהילים


איך האף די זאגסט נאר בייטאג...