בלאט 7 פון 11
נשלח: פרייטאג מערץ 29, 2013 2:53 am
דורך נולד מאוחר
יא אר וואט יא איט
נשלח: פרייטאג מערץ 29, 2013 3:56 pm
דורך געפילטע פיש
ענד וואט דו יו איט? פאלשע פיש?
נשלח: זונטאג מערץ 31, 2013 5:20 pm
דורך נולד מאוחר
איך ווייס אליינס נישט.
איין זאך האט מיר די פסח'דיגע מעניו געהאלפן. סאיז מיר שווער אריין אין קאפ וואס אונזערע וויסענשאפטלער שרייבן אונעם וויסענשאפט אפטיילונג. אז די יסוד פון אלעס איז בעצם דע זעלבע חומר, נאר די צאל פראטנס און די אופן ווי זיי ריקן זיך איז וואס מאכט די חילוק.
דאס זע איך סיי ביי די היימישע קוגלען לאקשען פארפעל. סיי ביי די געקויפטע קיעקס.
נשלח: דינסטאג אפריל 02, 2013 9:49 pm
דורך berlbalaguleh
נולד מאוחר האט געשריבן:גיימער ציילען מיין ווייב פירט זיך צי ציילן וספרה לה שבעת ימים
נאך א מזל. אבער זי זאגט נישט הויעך. עיין רש"י שם.
נשלח: דינסטאג אפריל 02, 2013 10:23 pm
דורך ידען
שמעקעדיג האט געשריבן:היום שלשה ימים לעומר.
סע שוין לאנג נישט געווען אז מוצאי פסח האבעך נאך געציילט ספירה מיט א ברכה און ווען שמעקעדיג לייגט נישט דא א דערמאנונג וואלטעך די יאר נישט געווען אנדערש.
דאנערשטיג איז געווען די איינציגסטע טאג וואס סע נישט געווען ערב שבת אדער מוצאי שבת, בינעך נישט געווען אין שיל.
נשלח: דינסטאג אפריל 02, 2013 10:34 pm
דורך berlbalaguleh
ידען האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:היום שלשה ימים לעומר.
סע שוין לאנג נישט געווען אז מוצאי פסח האבעך נאך געציילט ספירה מיט א ברכה און ווען שמעקעדיג לייגט נישט דא א דערמאנונג וואלטעך די יאר נישט געווען אנדערש.
דאנערשטיג איז געווען די איינציגסטע טאג וואס סע נישט געווען ערב שבת אדער מוצאי שבת, בינעך נישט געווען אין שיל.
און מ'וויל נאך אסר'ן דעם (טמא'נעם) אינטערנעט. אפשר 'עט נאך איינער אויפקומען מיט א פאטענט אז מ'קען האבן קאווע שטיבל אן אינטערנעט.
נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2013 9:56 pm
דורך שמעקעדיג
היום תשעה ימים שהם שבוע אחד ושני ימים לעומר.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 12:34 am
דורך דעינעש
שכוח שמעקעדיג.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 11:58 pm
דורך שמעקעדיג
היום עשרה ימים
נשלח: פרייטאג אפריל 05, 2013 12:46 am
דורך דעינעש
אופס..; שהם ... ?!?
היום עשרה ימים שהם שבוע אחד ושלשה ימים לעומר.
10- Hayom Asara Yamim, Shehaym Shavua Echad U'Shlosha Yamim La/Ba'Omer.
*Add pin:330E6472 for BBM Sefira alerts every night.
נשלח: פרייטאג אפריל 05, 2013 1:02 pm
דורך איך זאג דיר
קאווע טרינקער האט געשריבן:ייש"כ
א מזל כ'טרינק קאווע אין קאווע שטיבעל טעגליך.
יעצט כאפ'עך זיך אז כ'האב נישט געציילט נעכטען.
סאו כ'צייל יעצט, אזוי ארום אז פרייטיג צו נאכטס זאלן מיינע קינדער הערן ווי זייער טאטע מאכט יא ברכה על ספירת העומר.
איך פארשטיי נישט וואס דא גייט פאר, כ'האב געשריבן אין אן אנדערן אשכול "וויאזוי קוקט ער אויס" אז דו טרינקסט אלעס א אויסער קאווע, דאס טרינקסטו נישט, נו וואס זאגסטו אז "א מזל כ'טרינק קאווע", ילמדינו רבינו. ישר כח
נשלח: פרייטאג אפריל 05, 2013 1:03 pm
דורך איך זאג דיר
ביטע לאזטס מיר וויסן ווי מיין טעות שטעקט. א ישר כח
נשלח: פרייטאג אפריל 05, 2013 1:24 pm
דורך שעפטל
וואס וועל איך טוהן היינט נאכט צו מארגן צופרי?
עפעס אן עצה פאר שבת?
דקדוק שאלה
נשלח: פרייטאג אפריל 05, 2013 1:25 pm
דורך שמעקעדיג
פארוואס ביז דעם עלפטן טאג זאגט מען "ימים" בלשון רבים (היום תשעה ימים), און פון 11 און ווייטער זאגט מען "אחד עשר יום", בלשון יחיד?
נשלח: פרייטאג אפריל 05, 2013 1:26 pm
דורך שעפטל
שוין האבעך שוין וואס צו פרעגן דעם שיעור כללי געבער שבת נאכמיטאג ביי מיר אין קרעטשמע
נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 9:11 pm
דורך שמעקעדיג
היום שלשה עשר יום שהם שבוע אחד וששה ימים לעומר.
נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2013 10:21 pm
דורך שמעקעדיג
היום ארבעה עשר יום שהם שני שבועות לעומר.
מלכות שבגבורה.
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 10:05 pm
דורך שמעקעדיג
א' דראש חודש אייר. יעלה ויבא.
היום חמשה עשר יום שהם שני שבועות ויום אחד לעומר.
חסד שבתפארת.
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 11:07 pm
דורך שמאלץ
וואס איז מיט קידוש לבנה דארף מען נישט אויפמאכען א נייע אשכול צידערמאנען די זעלבע ציבור וואס פארגעסן ציילן ספירה ווייל זיי לויפן שוין ארויס אינמיטן עלינו?
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 1:04 am
דורך שמעקעדיג
וויפיל מאל א חודש זאל מען דערמאנען?
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 1:05 am
דורך זר זהב
כ'צייל שוין נישט מיט א ברכה, מיין ווייב איז העפי
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 1:14 am
דורך שמעקעדיג
פארוואס איז זי העפי?
און דוכט זיך מען האט שוין ערגעץ גערעדט (אדער אפשר אויף אייוועלט?) אז כמה פוסקים זענען מתיר צו ציילן מיט א ברכה אפילו מען האט פארפאסט א נאכט.
ס'ווענדט זיך צי עס איז א באזונדערע מצוה יעדע נאכט אדער איין גרויסע מצוה וועלכע דארף זיין "תמימות תהיינה".
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 1:31 am
דורך געפילטע פיש
שמעקעדיג האט געשריבן:פארוואס ביז דעם עלפטן טאג זאגט מען "ימים" בלשון רבים (היום תשעה ימים), און פון 11 און ווייטער זאגט מען "אחד עשר יום", בלשון יחיד?
פרעג שוין די קושיא פארוואס מ'זאגט יום אחד, און די צווייטע טאג שני ימים.
איך וועל איבערלאזן די דיטאלן פאר די דקדקנים, אבער בערך אזוי איז עס, פון צוויי ביז צען פירן זיך די נומערן אויף אנדערש, מ'קען זאגן שני שלישי רביעי ... עשירי, אבער מ'זאגן נישט אחד עשירי, ווי אויך אין לשון זכר קען מען זאגן שלשת, חמשת, עשרת אלפים ככר כסף, אבער ביי העכער צען גייט עס נישט, עפעס מיט דעם אז ביי נידעריגע נומבערס איז די נומער נסמך צום עצם, שלשת ימים, א דרילינק פון טעג, משא"כ ביי מער ווי צען איז עס נישט קיין עלפלינג פון טעג, נאר אחד עשר יום. איך מיין אז מ'קען גראדע אויך זאגן אחד עשר ימים, אבער אחד עשר יום איז א שענערע העכערע לשון.
קאן זיין איך האק צאם, כ'וועל לאזן די פראפעסיאנאלן עס נעמען פון דא.