בלאט 7 פון 7

נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 7:24 pm
דורך יידל
לעיקוואד האט געשריבן:סקאסט געלט.
http://vcf.co.il/vcf/download

אויפן וועבזייטל שטייט אז:
Both have free option available for those who can't pay

נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 7:32 pm
דורך הוגה
קאווע טרינקער האט געשריבן:יעצט באקומען א רוף: טיייערע ערליכע אידן, ביטע גייט נישט צום כינוס, התחברות לרשעים... ווכו'


Call 7187050045 press 1

נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 8:09 pm
דורך לעיקוואד
יידל האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:סקאסט געלט.
http://vcf.co.il/vcf/download

אויפן וועבזייטל שטייט אז:
Both have free option available for those who can't pay


און וואס מיינט דאס? אז מקען זיי אנרופען אריינשיקען די טעקס רעטורנס און וייזען אז מהאט נישט גענוג געלט און זיי וועלן דיר אויפסיינען פאר די פרי פראגרעם ספאנסערט דורך ....?

אדער אז מגייט באקומען די זעלבע פראגרעם מיט וייניגער פיטשערס?

אדער רעד'ן זיי סתם פון דער פרי טרייעל, און מקען עס נאכאמאל דאונלואדען יעדער 30 טעג (כמנהג אנ"ש)?

בכל אופן, איז פאר די פאר דאלער א חודש גלייב איך נישט איינער גייט זיך נאריש מאכען מסביר זיין ער איז אן ארימאן. דאס יא, א פרארעם וואס מגעט אוועק פאר פרי, איז אסאך גרינגער צו פארשפרייטען ווי איינס וואס קאסט געלט, אבער אז מדארף זיך בעטן פאר א הנחה, לוינט שוין נישט די גאנצע זאך.

בכלל, קענסטו מיר מסביר זיין פארוואס זיי טוהן זיך אויף אפשר פופצען מאל אויף די וועבסייט אז מהאט אין דעם אריינגעלייגט זעקס מיליאן דאלאר? וואס וויל מען פון דעם? סאיז לזכר די קדושים? דארף טאקע קאסטען אזא אסטראנאמישע סומע צו מאכען א פראגרעם וואס איז סך הכל אביסעל אן אנדערע ווערזיע פון צויי פראגרעמס וואס עקזעסטירען שוין (מסתמא נאר שוואכער געמאכט און צוגענומען פיטשערס למען זיכוי הרבים) ?

נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 8:23 pm
דורך שלשלת
הוגה האט געשריבן: Call 7187050045 press 1

דער וואס רעדט דארט, דארף נויטיג עטליכע טאבלעטן, מיט אזא מח-בארואיגונג איינשפריץ

ד' ירחם

נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 9:19 pm
דורך דעת תורה
Fake VosIzNies ‏@vosiznies
Boro Park - Internet Asifa Psak: Any1 without Filter Not Allowed to Daven for the Umid, Cant be Sofer or Shochet, Parshas Pusil, Meat Trifa.

אמת?

נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 9:31 pm
דורך שמעקעדיג
דאס איז נישט קיין נייעס. שוין לעצטע יאר געווען די פסקים.
די קשיא איז, מי שמך לאיש. זייט ווען קענען היינטיגע פוסקים ארייננעמען און אויסשליסן אידן פון כלל ישראל.
אין דער איד (א לענגערע ארטיקל די וואך איבער אינטערנעט און די מערכה) שרייבט ער קלאר אז אן א פילטער איז מען נישט אין כלל ישראל. פיריאד.
נא, ווער קען קריגן מיט א בפירוש'ן "איד".

הגה: איך בין מודה אז מען מוז האבן א גוטן פילטער! אבער דאס נישט האבן שטעלט נאך נישט ארויס פון כלל ישראל.
עמיר זעהן צו ווען די רבנים וועלן זיך נויטיגן אין א צענטן צו מנין ווען די הויט ברענט, און א אינטערנעט איד וועט אדורכשפאצירן נעבן ביהמ"ד, צי זיי וועלן אים נישט נוצן פאר א צענטן.

נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 9:35 pm
דורך דעת תורה
דער איד מיינט מסתמא צו זאגן אז אן א משומר פילטער איז מען נישט רעפרעזענטירט אין דעם ארגאן פון אומאפהענגיקן אידענטום (= כלל ישראל)...

נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 10:16 pm
דורך knoblecoffee
קאווע טרינקער האט געשריבן:יעצט באקומען א רוף: טיייערע ערליכע אידן, ביטע גייט נישט צום כינוס, התחברות לרשעים... ווכו'


לכאורה חסידים פין ר' יחזקאל גאלד, עס איז דא שטארקע חילוקי דעות אין די עקסטרימיסטישע רייען, בשעת ר' כעזקעל גאלד איז דערקעגן, איז ר' חיים פלאהר אין שטיצע.

איינער האט א אפדעיט, עפעס פרישע איסורים, חירוםות, קונמות.

נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 10:20 pm
דורך שמעקעדיג
לויטן "בלאט" איז די זעלבע וויכטיג די אינטערנעט אסיפה ווי די טיילונג צווישן אידיש און ענגליש, וכדברי קאווע טרינקער הנ"ל.

אט האט איר די דברי חכמה (בל' סגי נהור, ווייל משוגע איז נישט דאס ווארט, מאכן חוזק פון די רבנים מיט די פארשטאפטע אויערן)

נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 10:32 pm
דורך דעת תורה
איין שורה בין איך מיט זיי מסכים: די אינטערנעט תקנות האבן נישט קיין גאראנטי אנצוהאלטן אפילו יום אחד. אבער די סיבה דערצו איז נישט וועגן אין די שנעלקייט פון די אינטערנעט איז הונדערט יאר אזוי ווי איין טאג...

נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 10:34 pm
דורך האלאנד
שיינעם עדיטאריעל גוט ארויסגעברענגט..

יעדער מכה האט זיין אייגנארטיגן רפואה

נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 11:08 am
דורך דער אַלף
איבער די פילע יארן יעדער מאל די הייליגע חכמים האבן געזען א צרה ביי כלל ישראל, האבן זיי מתקן געווען א גוויסע תקנה און דאס האט געהאלפן ראטעווען די וואס האבן די וואס האבן זיך געוואלט האלטן,
די היינטיגע סקולענע רבי זאל ער זיין געזינט און שטארק איז אויפגעקימן מיט א רפואה פאר די שרעקליכן אינטערנעט, ער האט אנגעהויבן מאכן אסיפות אין א "בעיס באל פילד (baseball field), ווייל זעט אויס אז די איינצקסטע עצה קעגן די אינטערנעט איז שפילן בעיס באל,
טייערע יידן אויב וועלען ענק נישט אנהויבן שפילן ספארט"ס וועט ח"ו די יצר הרע אייך פארדרייען א קאפ מיט די שרעקליכן אינטערנעט, האט רחמנות אויף זיך אליין און טוט צו די זאך.

נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 11:17 am
דורך שעפטל
שמעקעדיג האט געשריבן:עמיר זעהן צו ווען די רבנים וועלן זיך נויטיגן אין א צענטן צו מנין ווען די הויט ברענט, און א אינטערנעט איד וועט אדורכשפאצירן נעבן ביהמ"ד, צי זיי וועלן אים נישט נוצן פאר א צענטן.

:lol: :lol: :lol:

נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 5:07 pm
דורך newkave
לאמיר זאגן אז א געוויסע רב וואס האלט אז מען טאר נישט עסן פון די שחיטה פון איינער וואס האט אינטערנעט.. .
יעצט לאמיר זאגן דער רב עסט פון יענקל שוחט'ס שחיטה, און יענקל האט אינטערנעט. זאגט דער רב אויף זיך אז ער עסט טריפות?

נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 5:19 pm
דורך קאווע טרינקער
האסט שוין אמאל געזעהן א רב רעדען וועגען/אויף זיך?
ס'נישט בכבוד'דיג
זיי רעדן צו אנדערע.
ממילא איז דאך אפשר ליישב.

נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 6:00 pm
דורך זר זהב
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=KC9Oz8OkymM[/youtube]

נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 6:37 pm
דורך אביגדור
וועלטס חכם.

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 1:05 am
דורך יואליש
א 67 יעריגע איד זאגט מיר היינט אז ער האט זיך פארגענומען צו אראפצונעמען די טעקסט מעגליכקייט פון זיין פאן. (גראדע נישט אזא פארלוסט פאר די טיי אווענטס, העכסטענס וועט דער איד נישט זיין ביי די טיי אווענט ווי מ'שנארט פאר אים.)

קדושה 1, טומאה 0.

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 1:05 pm
דורך זר זהב
אין מאנסי
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=rIqy4_SfNPc[/youtube]

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 2:22 pm
דורך [NAMELESS]
איך הער אז הרב האלפערין ווינע דיין, האט ביי די אסיפה אין בארא פארק אויך געהאקט אויף די מוסודת וואס נעמען נישט אהן קיין קינדער און בחורים, און נאכדעם זענען די קינדער די ערשטע וואס ועורן קרבנות פון די אינטערנעט.
דאס מיינט אז ביי די זעלבע אסיפה וואס מ'האט מחליט געוועהן א מ'דארף האבן פילטער'ס וכו' האט מען אויך מחליט געוועהן אז די מוסדות טארען נישט זיך ווארפען מיט אננעמען קינדער. לאמיר זעהן צו די מוסדות וועלן נאר מסכים זיין אויף דאס וואס איז מחייב פלעינע מענטש אדער אויך אויף דאס וואס איז זיי מחייב....

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 9:18 pm
דורך געפילטע פיש
דאס אז ער האט געזאגט די פוינט ביים כינוס איז באגריסענד, אבער וואס האט ער געמיינט צו זאגן דערמיט, גייט מען מאכן אסיפות וכינוסים פאר דעם? גייען די רבנים דארפן חתמנ'ן אז זיי גייען זיך נישט שפילן מיט יודישע נשמות? א מכה! די גאנצע מענטשענען די נקודה איז געווען בלויז לא יחרץ געלט פאר די מענטשען וואס האבן טענות. די רבנים זענען נישט בלינד, זיי ווייסן גאנץ גוט אז ס'איז א חוזק, די עולם שמועסט אז זיי זארגן זיך נאר פאר יענעמ'ס עבירות, אבער נישט פאר די אייגענע, זיי ווייסן גאנץ גוט וואס מ'רעדט דא אויף קאווע שטיבל, האט מען אונז געווארפן א ביינדל, דא האט עטץ, באלעקטס ענק. גייט זיך עפעס טוישן יעצט? איי דאונט אינק סאו.

נשלח: דינסטאג מאי 27, 2014 7:38 am
דורך אשכולות אויפוועקער
אויפגעוועקט