בלאט 7 פון 7
נשלח: זונטאג אקטאבער 10, 2021 2:12 pm
דורך רביה''ק זי''ע
אנדערע זאגן אז פארצייטענס האט מען געוואלט אז דער ראש הקהל זאל כאפן א הרהור תשובה פון די פסוקים וואס מ׳ליינט דארט אין פרשת אחרי האט מען איהם געזאגט אז ס׳איז א סגולה פאר עשירות אזוי וועט ער עס קויפן און האפענטליך פארשטיין וואס מ׳ליינט דארט...
נשלח: זונטאג אקטאבער 10, 2021 3:14 pm
דורך berlbalaguleh
רביה"ק זי"ע: אזוי ווי דער כיבוד פון ..."עוזר דלים"... אמאל האט מען זיך ארומגעווארפן דערמיט. היינט הרג'ט מען זיך עס צו קויפן...!
איך געדענק ווען איך בין געווען א יונגל. אין מיין ביהמ"ד האט מען מכבד געווען א פרישן אימיגראנט פון די פליטים פון אונגארן אין יאר '56. איז ער געווען אינגאנצן אויסער זיך. ער האטציך אפגערעדט צו א גוטן פריינט..."שטעל דיר פאר. (די חוצפה). זיי האבן מיר געגעבן עוזר ודלים...(כלשונו)...!
נשלח: זונטאג אקטאבער 10, 2021 5:00 pm
דורך קהל'ס נער
berlbalaguleh האט געשריבן:רביה"ק זי"ע: אזוי ווי דער כיבוד פון ..."עוזר דלים"... אמאל האט מען זיך ארומגעווארפן דערמיט. היינט הרג'ט מען זיך עס צו קויפן...!
איך געדענק ווען איך בין געווען א יונגל. אין מיין ביהמ"ד האט מען מכבד געווען א פרישן אימיגראנט פון די פליטים פון אונגארן אין יאר '56. איז ער געווען אינגאנצן אויסער זיך. ער האטציך אפגערעדט צו א גוטן פריינט..."שטעל דיר פאר. (די חוצפה). זיי האבן מיר געגעבן עוזר ודלים...(כלשונו)...!
בערל: עפ"ל האסטו פארגעסן.
נשלח: זונטאג אקטאבער 10, 2021 9:18 pm
דורך berlbalaguleh
קהל'ס נאר: ס'איז שוין צייט אז דו זאלסט וויסן...די שיינע לשונות זענען רעזערווירט נאר פאר די ציונים, שר"י עפ"ל ימ"ש. פאר די פוילישע און אנדערע גויים טאר מען דאס נישט ניצן...!
שאאאא...! איך הער קולות. גייטס אוועק פון דא. פארוואס פארדרייט עטץ דעם אשכול???! גערעכט.
נשלח: זונטאג אקטאבער 10, 2021 10:56 pm
דורך moody
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:moody האט געשריבן:אין אדערע ווערטער האסטו מייאש געווען צו טרעפן דעם אמת, סא א ברעסלעווער ביסטו זיכער נישט.
אדער האסטו אפגעמאכט אז ס'אלס שטותים.
כ'בין אבער נייגעריג וויאזוי די אנדערע וואס "זיכען" נאך יא ווייסען אזוי זיכער אז די כאניאקעס זענען טאטעלי אפף
חכם איינער, איך זאג דיר דעם אמת זאגסטו מיר אז איך האב מיך מייאש געווען פונעם אמת.
איך זאג איין זאך, זיין א פרומאק זיך צו באווארענען פון גיהנם אדער זיך פארזיכערן א פלאץ אין גן עדן איז א פארלוירענע געים ווייל מ׳קען סייווי נישט יוצא זיין אלעס וואס שטייט, בכלל איז טוהן זאכן פאר יענער וועלט א גרויסע נארישקייט ווייל דאן ביזטו געפאלן פאר׳ן הרוצה לשקר ירחיק עדיו. און דער אמת איז אז אפילו דער פרומאק טוט נישט וואס ער טוט וועגן יענער וועלט, ער טוט עס ווייל ער האט ליעב פרומקייט (the haunting fear that someone somewhere may be happy, אן אומפארגינערישקייט פאר׳ן מענטשליכן מין אדער יעדע זאכט וואס רירט זיך, אדער אן OCD, אן אומבאלאנצירטע נערוו אדער סתם אזוי איבעריגע ענערגיע וואס קומט ארויס אויף א קרומען אופן), יענע וועלט איז נאר א תירוץ, און דאס איז נישט נאר ביי פרומקייט נאר ביי יעדע רעליגיעזע ענין. זאלסט זיך נישט איינרעדן פאר א רגע אז דער יעניגער וואס האט געקויפט פתיחה צו נעילה פאר $20,000 האט זיך געשיידט פון זיין ערליך(?) פארדינט געלט פשוט פאר׳ן טעכנישע סיבה ווייל ס׳איז א סגולה פאר פרנסה ווייל אויב ס׳איז פשוט די פרנסה וואס האט איהם געבאדערט וואלט ער פונקט אזוי געקענט צאמנעמען צעהן אידן און צאלן פאר יעדעם א הונדערטער און מאכן אן אייגענעם מנין ביי זיך אינדערהיים און זיך שפארן $19,000, פארוואס ער האט עס יא געטוהן דארף איך האפענטליך נישט מסביר...
זעהט אויס אז די רבי זי"ע איז ממשך דרכו בקודש, דעם שפיזיגן צונג זיינעם, אופן עולם האמת, נאר איז עס אביסל ממתיק מיט עמוידשיס, נא, גדולים צדיקים...
די קנה מידה מיינע, עולם הבא, איז טאקע א שלעכטע וועג פון רעכענען, מיין נקודה איז, אז אלעס איז בגדר ספק,זאגטסו אז טאקע וועגען דעם איז אלעס אויס ספק. גיי פארשטיי
בנוגע צודעם פראלעבם אז מען קען נישט אלעס יוצא זיין, קלער איך שוין פון לאנג אז מ'מיז זאגן אז וויאזוי דער עולם פירט זיך, אריינגערעכענט אלע דינים און חיובים וואס דער עולם האלט נישט, איז בבחינת פסק הסנהדרין וואס איז נתפשט בכל ישראל וואס דעמאלס איז דאך אפי' אומר אל שמאול שהוא ימין וכו'.
וועגען דעם טאקע ווער איך נישט דערשראקן פון חשש תקרובת ע"ז ביי שיילעך, וויבאלד דאס איז דאך נתפשט בכל ישראל
נשלח: זונטאג אקטאבער 10, 2021 11:14 pm
דורך רביה''ק זי''ע
moody האט געשריבן:מיין נקודה איז, אז אלעס איז בגדר ספק,זאגטסו אז טאקע וועגען דעם איז אלעס אויס ספק. גיי פארשטיי
ניין, איך זאג אז אלעס איז בגדר וודאי איררעלעוואנט, און אפילו דער פרומאק האלט אזוי, ווען דער פרומאק האלט עס בגדר ספק וואלט ער כאטש פרובירט חושש צו זיין די זאכן וואס כ׳האב אויבן אויסגערעכנט. דער פרומאק איז נישט חושש צו גארנישט, ער טוט וואס שמעקט איהם און פערטיג, נאר זייענדיג א masochist שמעקט איהם פשוט אנדערע זאכן ווי דער באלעבאט.
moody האט געשריבן:בנוגע צודעם פראלעבם אז מען קען נישט אלעס יוצא זיין, קלער איך שוין פון לאנג אז מ'מיז זאגן אז וויאזוי דער עולם פירט זיך, אריינגערעכענט אלע דינים און חיובים וואס דער עולם האלט נישט, איז בבחינת פסק הסנהדרין וואס איז נתפשט בכל ישראל וואס דעמאלס איז דאך אפי' אומר אל שמאול שהוא ימין וכו'.
וועגען דעם טאקע ווער איך נישט דערשראקן פון חשש תקרובת ע"ז ביי שיילעך, וויבאלד דאס איז דאך נתפשט בכל ישראל
ברוך שכיוונת לדברי הרעפארמער.
נשלח: זונטאג אקטאבער 31, 2021 3:32 pm
דורך מי אני
מי אני האט געשריבן:מי אני האט געשריבן:Fundamentalists live life with an exclamation point. I prefer to live my life with a question mark.
Amos Oz
לפי״ז האב איך געטראכט אז מ׳קען זאגן אז וועגן דעם איז די סימבאל פאר א פעקטאריעל אין מאטעמאטיקס א
!. דהיינו, ווען מ׳מאלטיפלייט א נומער ביי די נומער אונטער עס, און דערנאך די נומער אונטער יענץ, און אזוי ווייטער ביז מ׳גרייכט איינס. למשל:
!4 = 1*2*3*4
ווייל א
! ווייזט אויף פאנדאמענעאליזם כנ״ל, וואס טענה׳ט אז מ׳דארף צוריקגיין צום שורש ממש, וואס מ׳קען באטראכטן 1 ווי שורש המספרים...
עס איז אויך אינטרעסאנט צו באמערקן אז אין לאגיק איז אן אויסגעדרייטע קעפּיטעל/אָפּערקעיס E די
עקזיסטענשאל קוואנטיפייער, מיינענדיג אז ״עס עקזיסטירן סאביעקטן וואס האבן דעם פּרעדיקעט״ וכו׳. כזה:
∃
אויב וויל מען זאגן אז עס איז נאר דא
סאביעקט מיט דעם פּרעדיקעט, יוּניִקנעס, דאן איז די סימבאל דערפאר [דעם
יוּניִקנעס קוואנטיפייער] אזא סארט סימבאל מיט א צוגעלייגטע !. כזה:
!∃
וזהו הענין של פונדאמענטאליזם: נאר
איין וויוּפּוינט און אפטייטש וכו׳.
נשלח: זונטאג אפריל 23, 2023 10:17 pm
דורך מי אני
מי אני האט געשריבן:מי אני האט געשריבן:
Fundamentalists live life with an exclamation point. I prefer to live my life with a question mark.
Amos Oz
לפי״ז האב איך געטראכט אז מ׳קען זאגן אז וועגן דעם איז די סימבאל פאר א פעקטאריעל אין מאטעמאטיקס א
!. דהיינו, ווען מ׳מאלטיפלייט א נומער ביי די נומער אונטער עס, און דערנאך די נומער אונטער יענץ, און אזוי ווייטער ביז מ׳גרייכט איינס. למשל:
!4 = 1*2*3*4
ווייל א
! ווייזט אויף פאנדאמענעאליזם כנ״ל, וואס טענה׳ט אז מ׳דארף צוריקגיין צום שורש ממש, וואס מ׳קען באטראכטן 1 ווי שורש המספרים...
עס איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז הרב דר. מיכאל אברהם
נוצט גאר א געדאנק פון פעקטאריעל
קעגן א געדאנק פון עמוס עוז:
טענתו של עמוס עוז היא שמעמד הר סיני היה סוג של מפץ גדול שיצר חלל יהודי, ומאז אנחנו ממלאים אותו בעוד ועוד רהיטים ולא מוציאים שום דבר מהם החוצה. וכך, לטענתו, היהדות ההלכתית מתאבנת והולכת ולא מצליחה להתמודד עם שינויי הזמן והנסיבות, זאת בניגוד לספרות העברית החדשה שהחליפה אותה בהתמודדות הזאת.
הטעות היסודית שלו היא מתמטית. חשבו על לוח שחמט בן 64 משבצות. כעת אני נותן לכם רגלי אחד ומבקש מכם להניח אותו על הלוח. כמה אפשרויות יש לעשות זאת? 64 כמובן. כעת אני מוסיף לכם עוד פרש. כמה אפשרויות יש לסדר רגלי ופרש על לוח שחמט? 64X63 כמובן. כלומר פי 60 יותר. ואם אוסיף לכם עוד רץ? מספר האפשרויות יעלה עוד פי 60 (64X63X62). למרבה ההפתעה, ככל שמספר הכלים שבידי גדול, כך גדל מספר האפשרויות לסדר אותם על הלוח. כל אדם יכול לבחור אפשרות שנראית לו, ולבטא בכך את אישיותו ותפיסותיו. לעומת זאת, אדם שאמור לסדר לוח שחמט ללא כלים בכלל, מספר האפשרויות לכך הוא 1 בדיוק. אדם שמצויד במספר קטן של כלים מספר האפשרויות לסדר אותם הוא מצומצם. דווקא החופש יוצר מצב שהתוצאה יותר כפויה עלינו. גם אדם שיכול להכניס את כלי השחמט לסתם משטח בלי משבצות ובלי שום אילוצים, יכול אולי ליצור המון אפשרויות אבל זה ממש לא מעניין.
זהו תפקידם של כלל הז'אנר באמנות. דווקא כאשר פועלים בתוך כללי ז'אנר יש מקום לביטוי אישי של היוצר. יצירה ללא שום כללים וללא מסגרת, אינה משמעותית. היא לא אומרת מאומה לאחרים, ולכן אין כאן באמת ביטוי אישי של היוצר. ביטוי אישי מתקבל כאשר האדם יוצר בתוך מסגרת אילוצים נתונה בדיוק כמו כל היוצרים האחרים באותו ז'אנר, ובכל זאת מצליח ליצור משהו אישי וייחודי שמבטא אותו. כאשר אין עקרונות מחייבים אין קונוונציות ולכן אין גם ייחודיות ויוצאי דופן. בשביל לצאת מהדופן דרושה דופן.
ולענייננו, בדיוק כמו בדוגמת השחמט, ככל שמספר העקרונות שמחייבים אותך גדול, כך גדל מספר האפשרויות לפרש אותם ולסדר אותם בסדרים שונים. בתוך המערכת ההלכתית-תורנית מספר האפשרויות לסדר ולפרש את העקרונות שלה הוא עצום. יתר על כן, דווקא בגלל שמדובר במערכת מסועפת של נורמות מחייבות, ישנם ויכוחים ומחלוקות, וכל אחד מביא לידי ביטוי את עמדתו ואישיותו שלו בשונה מכל האחרים. זה מתאפשר דווקא בגלל שהכל נעשה בתוך אותה מסגרת שמקובלת על כולם. בעולם ללא עקרונות מחייבים כל אחד יכול לפעול כרצונו, אבל אין לכך הרבה משמעות, ואין כאן ביטוי אישי אמתי. בעולם שבו ניתן לעשות הכל ואין שום כללים, אין אפשרות לביטוי אישי משמעותי בשום דרך התנהלות שנבחר. הבחירה מקבלת את משמעותה מזה שהבוחר צריך לפעול בתוך אותה מערכת עקרונות שהוא פועל בתוכה.
ועיין באשכול
זו.