בלאט 7 פון 16
נשלח: מוצ"ש יאנואר 24, 2015 6:55 pm
דורך ירח בן יומו
מ'זאגט יעדען ראג צוויי מאל די פרשה פון והי' כי יביאך און ס'איז מיר קיינמאל נישט איינגעפאלן צו פרעגן די פשוט פשט אין די ווערטער והי' כי ישאלך בנך מחר לאמר מה זאת פשוט האב איך געקלערט אז ס'גייט אויף די מצות פון פסח (וכן מבואר בהגדה ובמדרש) אבער אין פשט איז שווער אזוי צו לערנען ווייל ס'ווערט בכלל נישט דערמאנט די ענין פון פסח אין די פרשה,
קוקענדוג אין די מפרשים זע איך אז די אור החיים הקדוש לערנט פשט אז כי ישאלך גייט אויף די מצוה פון פדיון הבן וואס די פרשה הייבט זיך אן מיט דעם דהיינו אז ווען די קינדער פרעגן דיר די פשט אין די מצוה פון פדיון הבן איז דא א חיוב (דאורייתא) צו לערנען מיט דעם קינד די ענין פון מכת בכורות וכו'
אלזא נעקסטע מאל איר גייט אויף א פדיון הבן געדענקטס מיט צו נעמען די הגדה של פסח און זייט מקיים די מצוה פון סיפור יציאת מצרים, וכל המרבה לספר ביציאת מצרים הרי זה משובח!
נשלח: מיטוואך יאנואר 28, 2015 1:34 pm
דורך שמעקעדיג
נשלח: מיטוואך יאנואר 28, 2015 10:40 pm
דורך שמעון וואלף
שמים וארץ
שמים איז לשון רבים ווייל ס'זענען דא זיבן הימלן און ארץ איז לשון יחיד ווייל סדנא דארעא חד הוא.
מצודת דוד אנפאנג ישעיה און אדרת אליהו פרשת האזינו
נשלח: מיטוואך יאנואר 28, 2015 10:42 pm
דורך ישמעאל הכהן
וויאזוי וואלט עס געווען בל' יחיד
נשלח: מיטוואך יאנואר 28, 2015 11:20 pm
דורך [NAMELESS]
ישמעאל הכהן האט געשריבן:וויאזוי וואלט עס געווען בל' יחיד
שמים
איז א לשון יחיד. א בפירוש'ע פסוק אין איוב (לח לג) "הידעת חקות שמים
אם תשים 'משטרו' בארץ".
שמים "לא ימצא בלשון יחיד" (
רד"ק בראשית א ח). דער גייט מיט רש"י און די גמרא אז "שמים" איז א צוזאמשטעל פון 'שם' און 'מים'.
פארגעס נישט אז לויטן מצדות ווערט שווער פארוואס 'מים' אליינס איז בלשון רבים, באמת איז עס נישט. אין פרשת וארא שטייט מים בלשון רבים (רבים נסתר), 'מימיהם'. ווען מים זאל ווען זיין א לשון רבים דארף ווען שטיין 'מיהם'.
דאס איז אלעס אין אונזער לשון קודש/עברית. אין אנדערע שעמישע שפראכן איז אבער דער הימל יא א לשון וואס ביי אנדערע ווערטער איז זי לשון יחיד. "שמא", "שמם", "שמי", "שמיא" (אראמיש), "שם", שמה" און אזוי ווייטער און ווייטער ללשונותם בארצותם בגוייהם.
נשלח: מיטוואך יאנואר 28, 2015 11:36 pm
דורך מאטי
ס'קען אפשר זיין אז דאס כאראקטער פונעם ווארט שמים אלס א לשון רבים איז געווארן אזוי וועגן די זיבן הימלען אבער למעשה בלייבט דאס ווייטער א לשון יחיד.
נשלח: מיטוואך יאנואר 28, 2015 11:39 pm
דורך [NAMELESS]
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:ישמעאל הכהן האט געשריבן:וויאזוי וואלט עס געווען בל' יחיד
שמים
איז א לשון יחיד. א בפירוש'ע פסוק אין איוב (לח לג) "הידעת חקות שמים
אם תשים 'משטרו' בארץ".
שמים "לא ימצא בלשון יחיד" (
רד"ק בראשית א ח). דער גייט מיט רש"י און די גמרא אז "שמים" איז א צוזאמשטעל פון 'שם' און 'מים'.
פארגעס נישט אז לויטן מצדות ווערט שווער פארוואס 'מים' אליינס איז בלשון רבים, באמת איז עס נישט. אין פרשת וארא שטייט מים בלשון רבים (רבים נסתר), 'מימיהם'. ווען מים זאל ווען זיין א לשון רבים דארף ווען שטיין 'מיהם'.
דאס איז אלעס אין אונזער לשון קודש/עברית. אין אנדערע שעמישע שפראכן איז אבער דער הימל יא א לשון וואס ביי אנדערע ווערטער איז זי לשון יחיד. "שמא", "שמם", "שמי", "שמיא" (אראמיש), "שם", שמה" און אזוי ווייטער און ווייטער ללשונותם בארצותם בגוייהם.
יעצט זעה איך אז איך בין נישט אינגאצן גערעכט, ס'איז א מחלוקה. דער אבן עזרא (ברא' א א) שרייבט אז שמים איז א לשון רבים און 'משטרו' "יתכן להיות משטרו משטר כל אחד".
נשלח: מיטוואך יאנואר 28, 2015 11:41 pm
דורך [NAMELESS]
מאטי האט געשריבן:ס'קען אפשר זיין אז דאס כאראקטער פונעם ווארט שמים אלס א לשון רבים איז געווארן אזוי וועגן די זיבן הימלען אבער למעשה בלייבט דאס ווייטער א לשון יחיד.
אויך מעגליך. אויף "משטרו משטר כל אחד ואחד" זאגט נאר דער אבן עזרא "יתכן", דער אנדערער פשט קען זיין ווי דו שלאגסט פאר.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 10:26 am
דורך [NAMELESS]
מזכרוני: דער גר"א זאגט אין פרשת בראשית אז דער שורש פון שמים איז שם, דארט, און דער ווארט שמים איז ווייל דאס איז דער גרעסטער דארטן, דער דארטן פון אלע דארטס.
נשלח: זונטאג פעברואר 01, 2015 11:24 pm
דורך שמעון וואלף
די פנים יפות שרייבט אין פרשת ויקרא אז אין משכן איז נישט געווען קיין כבש ביים מזבח הנחשת.
ווען איז געווארן ד מושג פון א 7 טאגיגע וואך?
נשלח: מאנטאג פעברואר 02, 2015 9:08 pm
דורך ירח בן יומו
די אבן עזרא שרייבט אז דאס וואס מיר ווייסן אז שבת איז די סוף פון די וואך נעמט זיך פון וואס מ'האט געזען ביי די מן אז ס'איז נישט געפאלן, און ער פירט אויס אז אלע אומות נעמען דאס אויך פון דארט, (חוץ פון איין אומה אין הודו וואס ביי זיי ציילט מען פון דינסטאג).
נשלח: מאנטאג פעברואר 02, 2015 9:40 pm
דורך שמעקעדיג
אינטרעסאנט. וואס איז מיט די 7 טאג פון בריאת העולם?
און ביי אסאך הייבט זיך אן דער וואך מאנטאג.
נשלח: מאנטאג פעברואר 02, 2015 10:15 pm
דורך [NAMELESS]
נשלח: מאנטאג פעברואר 02, 2015 11:48 pm
דורך ירח בן יומו
שמעקעדיג האט געשריבן:אינטרעסאנט. וואס איז מיט די 7 טאג פון בריאת העולם?
ביי די מן איז דאס געווען ניכר אין די בריאה, נישט נאר באמונה ובקבלה
עיין עוד אור החיים הקדוש על הפסוק ראו כי ה' נתן לכם את השבת, אז משה רבינו האט ספעציעל נישט פארציילט פאר די יודען אז די מן גייט נישט פאלן אום שבת, כדי די יודען זאלן זיך אבערצייגן אין די קדושת השבת, און אזוי איז טאקע געווען ווען שבת איז נישט געפאלן קיין מן זענען די יודן געקומען צולויפן צו משה רבינו און ער האט זיי געוויזן
ראו כי ה' נתן לכם את השבת, ונטע בהם נטע אמונת קדושת השבת.
נשלח: דינסטאג פעברואר 03, 2015 12:50 am
דורך שמעקעדיג
פארשטיי איך נישט, מהיכי תיתי אז דער טאג וואס עס פאלט נישט קיין מן מוז זיין סוף וואך?
נשלח: מיטוואך פעברואר 25, 2015 6:36 pm
דורך ונבנתה העיר
נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 3:28 pm
דורך שמעקעדיג
יעדע לאנד האט זיך איר קולטור און לייף-סטייל, און קוקן אויף די וועלט מיט אנדערע פרעספעקטיוו'ס לויט זייער מסורה. ווי איך האב שוין געשריבן אינעם
ארץ ישראל אשכול, זענען פאראן א געוואלד פארשידנהייטן צווישן די דארטיגע מנהגים און אמעריקע.
דעריבער איז מיר געווען אינטרעסאנט צו ליינען עטליכע נאטיצן פון די יאפאנעזער לייף סטייל.
1. דער נומבער 4 ווערט כמעט נישט גענוצט, נאר לצורך גדול מאוד. דער נומער 4 ווערט פראנאנסירט ענליך צו דעם ווארט 'טויט' אין יאפאנעזיש, ממילא איז דאס נישט א גוטער סימן, און אלעס וואס אנבאלאנגט דעם נומער 4 איז א בדיעבד גדול (א שטייגער ווי 13 אין אמעריקע).
2. זיך בלאזן די נאז אין פאבליק איז נישט מענטשליך. בלאזן די נאז איז ענליך ווי גיין אין ביהכ"ס – עס ווערט געטון אין א פריוואטע פלאץ (און ניין, נישט אינעם מקוה האנטוך...)
3. געבן א "טיפ" פאר איימיצן – א שטארקע אנגענומענע זאך אין אמעריקע – איז גאר א בושה און אן "אינסאלט".
4. עס פאסט נישט צו עסן אויפן גאס! איידעלע מענטשן..
5. עס זענען פאראן ספעציעל דעזיגנירטע מענטשן ביי די באנען וועלכע "שטופן אריין" מיט דער געוואלד מענטשן ביי די ראש-אוער שטונדן כדי צו פארזיכערן אז יעדער איינציגסטער קומט אן אויפן באן און ווערט נישט ארויסגעפאלן אדער פארכאפט אין די טירן.
6. אז מען רעדט שוין פון די באנען, ווי מידע מענטשן רייזן דארטן ארום פאר לענגערע שעות, מאכט זיך אפט אז דיינע שכנים וועלן איינשלאפן אויף דיין אקסל, און עס איז אקצעפטירט אז דו וועסט דאס טאלערירן! (דא אין אמעריקע איז געווען א גאנצע סענזאציע נישט לאנג צוריק ווען עס איז געווען א 'אחת היתה ופירסמה הכתוב' מעשה אז א איד האט געלאזט א גוי שלאפן אויף זיין אקסל).
7. סליפפערס.. מען מאכט אן אישו פון די סליפערס, מען טוישט עס ביי געוויסע פלעצער, ווי רעסטוראנטן, מוזעאמ'ס, און טעמפלס. און בעיקר ווען מ'גייט אין ביהכ"ס.
8. אויב איינער לאדנט דיר אין זיין הויז, איז דאס א "כבוד" וואס מען קען נישט אפזאגן, און מען ברויך נאך מיטברענגען א מתנה! (א גוטע וועג צו מאכן א טיי אווענט...)
9. מען גיסט זיך קיינמאל נישט אן אליינס א טרונק! (לויט ווי איך פארשטיי איז עס נאר אין פובליק). דו מעגסט בלויז אנגיסן א טרונק פאר אנדערע, און האפן אז יענער וועט דיר אנגיסן דיין ליידיגן גלעזל.... נאך מער, אפילו נאכן אנגיסן טארסטו נישט אנהויבן טרונקען ביז דער אנטרינקער רופט אויס "קאנפאי" (טשירס בלע"ז)....
10. אריינשלעפן די לאקשן פונעם זופ אינעם פיסק הויך אויפן קול איז א צייכן אז מען האט הנאה דערפון און עס איז געשמאק...
11. עס איז א נארמאלע זאך אז מענטשן שלאפן איבער אין פיצעלע פארמאכטע קיוביקלעך ווען מען איז אוועק פון דערהיים, צי פאר ביזנעסלייט אונטערוועגנס אנשטאט א טייערע האטעל, אדער א מענטש וואס האט פארשפעטיגט דעם באן, וכדומה.
http://finance.yahoo.com/news/11-japane ... 09790.html
נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 3:39 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:אינטרעסאנט. וואס איז מיט די 7 טאג פון בריאת העולם?
און ביי אסאך הייבט זיך אן דער וואך מאנטאג.
שמעקעדיג: מדי דברי. אז מ'רעדט שוין פון די אנהייב וואך, האביך מיך דערמאנט אזא מעשה'לע.
אין פראנקרייך. יא, די פראנקרייך וואו די מוסלמענער רוצחים הרג'נען נעבעך אויס אידן. איז אמאל געווען א אידישער פרעזידענט. ער האט געהייסן לעאן בלום. האט ער איינגעפיהרט א געזעץ אז מאנטיג קענען די ארבעטערס אויך פעלן פון זייערע דזשאבס. ווייל די פראנצויזן זענען בטבע זייער פוילע חברה און זענען מהדר מקיים צו זיין וואס ס'שטייט אין די עשרת הדיברות נאך לא תגנוב...זיי האבן ליעב צו שיכור'ן און הוליען און לעבן א טאג. ממילא זענען זיי מיעד פון ארומהוליען אין וויקענד. האט איינער דארט געמאכט אזא חשבון. אז צוליעב די אידן ארבעט מען נישט אין יענע מדינה. פרייטיג, צוליעב מוחמד, וועלכער איז געווען א איד. שבת, איז דאך שבת. זונטיג, צוליעב יאשקע, וועלכער איז אויכעט געווען א איד. און מאנטיג צוליעב לעאן בלום...

נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 3:50 pm
דורך שמעקעדיג
berlbalaguleh האט געשריבן:די פראנצויזן זענען בטבע זייער פוילע חברה און זענען מהדר מקיים צו זיין וואס ס'שטייט אין די עשרת הדברות נאך לא תגנוב...

לא תענה?
נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 3:51 pm
דורך שמעקעדיג
אגב כ'בין מסופק אויב מיין תגובה פון יאפאן באלאנגט אין דעם אשכול.
נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 4:25 pm
דורך [NAMELESS]
לכאורה אין 'אינטערעסאנטע פאקטן'
נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 4:30 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:די פראנצויזן זענען בטבע זייער פוילע חברה און זענען מהדר מקיים צו זיין וואס ס'שטייט אין די עשרת הדברות נאך לא תגנוב...

לא תענה?
ניין: די פון די עשרת הדיברות וועלכע זענען צענזורירט דורך די אכשר דרא'דיגע העיליגע אידן. ס'דא נאך איינס פון די עשרת הדיברות וועלכע אונז העיליגע, אכשר דרא'דיגע אידן ליינען שטילערהעיט...

נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 4:34 pm
דורך berlbalaguleh
יא: אנטשולדיגטס רבותי. כ'האב געמיינט צו זאגן אז די פון די עשרת הדיברות וועלכע שטייט פאר לא תגנוב....!...
