בלאט 7 פון 7
Re: רבי פישעלע הערשקאוויטש לעבט נאך עמו
נשלח: פרייטאג יוני 09, 2017 11:26 am
דורך יהודי פשוט
דאס איז שוין באמת א פלא ווייל דער מקור פון ווי איך האב עס געהערט האט עס געהערט פון ר׳ פישל׳ע
Re: רבי פישעלע הערשקאוויטש לעבט נאך עמו"ש [ז"ל]
נשלח: פרייטאג יוני 09, 2017 11:36 am
דורך טמיר
ווער זאגט ער האט זיך באצויגן צי ר"פ זעלבסט?
נשלח: פרייטאג יוני 09, 2017 12:20 pm
דורך מיר'ער בחור
בן אדם האט געשריבן:בד"וו רבי פישעלע הערשקאוויטש זצ"ל און זיין חבר דער לינזער רב זענען אויך געקומען פון מונקאטש. כ'האב געהערט אז זיי האבן נאך געקענט פארשידענע היימישע אידן פון מונקאטש.
דער לינזער רב ז"ל איז נישט געקומען פון מונקאטש, זיי האבן זיך געקענט פון ספינקא, זיי זענען ביידע געווען תלמידים/חסידים פונעם חלק יצחק הי"ד,
אז מ'רעדט שוין פון זייער שייכות מיט ספינקא, ר' פישעלע ז"ל פלעגט נישט האבן קיין שייכות עכט מיט ר' הערשעלע ספינקער זצ"ל, אבער לינזער רב האט יא אנגעהאלטן די קשר טראץ די issue מיט סאטמאר-ספינקא, ביז ווען דער לינזער רב האט גענומען פאר אן איידעם דער קלויזנבורג'ער רבי שליט"א און ער האט איינגעלאדענט ר' הערשעלע צו די חתונה אין יוניאן סיטי, און ר' הערשעלע איז נישט געקומען ווייל ער האט נישט געוואלט פוגע זיין און סאטמאר.....