בלאט 7 פון 9
נשלח: מאנטאג יוני 14, 2021 7:27 pm
דורך מי אני
עס איז מערקווידיג (און אפשר גאר איראניש אין די קאנטעקסט) אז אין שפינאזע׳ס עפיסטעמאלאגיע (אין זיין עטיקס) טיילט איין מדעת האדם אין דריי ראנגן, איינע העכער פונעם פריערדיגן:
1). חושית ומדמה - פון דעם שטאמט פאלשקייט.
2). שכל וראצאנאל [אינטעלעקט וריִזען].
3). אינטוּאישאן.
ער זאגט אז דאס ריכטיג משיג זיין ״ג-ט״ לתמציתו, וואס אין זיין [פּאנטעאיסטישע] סיסטעם, איז נאר דאס ״נאטור״, איז דורך די דריטע סארט; אינטוּאישאן.
נשלח: מוצ"ש יוני 19, 2021 11:19 pm
דורך מי אני
מי אני האט געשריבן:די מאמר אין וועקער איז אפשר געבויט אביסל אויף שיטת בן רשד [אוועראס] לגבי וואס איז די שכל [אינטעלעקט] פונ׳ם מענטש, וואס דער רלב״ג ברענגט אראפ אין מאמר א׳ פון מלחמות ה׳. אנדערש ווי אלכסנדר (פון אפרודיזיאוס) און תמסטיוס האלט ער אז די מאטעריאלע שכל איז די העכערע און טראנסענדענט אינטעלעקט (וואס איז נישט קיין גשם); די (באקאנטע פילאזאפישע) אקטיווע (אגענט) אינטעלעקט. אין אנדערע ווערטער, די שכל חומרי איז בעצם די העכערע אינטעלעקט. אבער מיט דעם אלעם, הגם עס איז ממש דעם שכל החומרי, איז עס דאך אויך העכער און טראנסענדענט דערפון; עס איז סיי ממש דעם שכל החומרי און סיי העכער דעם ביינאנזאם.
יעצט, די סארט העכערע טראנסענדענט שכל/אינטעלעקט איז איינס בשורשו. און וויבאלד עס קומט אויס פון בן רשד׳ס שיטה אז בעצם איז די סארט שכל/אינטעלעקט מיט׳ן שכל/אינטעלעקט החומרי איינס און די זעלבע, זענען אלע שכליים (החומריים) פון מענטשן איינס. (דאס איז פון די פירכות אויף די שיטה (ווי אויך אויף שיטת תמסטיות אין דעם), לויט דעם וועג ווי אזוי מ׳פארשטייט עס/אים.)
דער נרבוני לערענט אפ דעם רמב״ם אין מו״נ ח״א פע״ד [בדרך השביעי] אז ער האט בעצם אויך געהאלטן אזוי (עכ״פ לגבי השארת הנפש לאחר היפרדה מהאדם), עפ״י אבובכר אבן אלצאיג [אוועמפּעיס], ע״ש.
נשלח: זונטאג יולי 18, 2021 12:01 am
דורך מי אני
EF1F71B8-A6C8-4D1A-A3F8-95E7E57D6E94.jpeg
לגבי אינטוּאישאן אין רעליגיע פון אן אנטראפאלאגישן פערספעקטיוו.
ומאידך גיסא קצת פון א פּאָסטמאדערניסט פערספעקטיוו:
B5067705-EDA4-4B02-A318-D5C1A95A902A.jpeg
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 05, 2021 11:50 pm
דורך מי אני
מי אני האט געשריבן:מי אני האט געשריבן:די מאמר אין וועקער איז אפשר געבויט אביסל אויף שיטת בן רשד [אוועראס] לגבי וואס איז די שכל [אינטעלעקט] פונ׳ם מענטש, וואס דער רלב״ג ברענגט אראפ אין מאמר א׳ פון מלחמות ה׳. אנדערש ווי אלכסנדר (פון אפרודיזיאוס) און תמסטיוס האלט ער אז די מאטעריאלע שכל איז די העכערע און טראנסענדענט אינטעלעקט (וואס איז נישט קיין גשם); די (באקאנטע פילאזאפישע) אקטיווע (אגענט) אינטעלעקט. אין אנדערע ווערטער, די שכל חומרי איז בעצם די העכערע אינטעלעקט. אבער מיט דעם אלעם, הגם עס איז ממש דעם שכל החומרי, איז עס דאך אויך העכער און טראנסענדענט דערפון; עס איז סיי ממש דעם שכל החומרי און סיי העכער דעם ביינאנזאם.
יעצט, די סארט העכערע טראנסענדענט שכל/אינטעלעקט איז איינס בשורשו. און וויבאלד עס קומט אויס פון בן רשד׳ס שיטה אז בעצם איז די סארט שכל/אינטעלעקט מיט׳ן שכל/אינטעלעקט החומרי איינס און די זעלבע, זענען אלע שכליים (החומריים) פון מענטשן איינס. (דאס איז פון די פירכות אויף די שיטה (ווי אויך אויף שיטת תמסטיות אין דעם), לויט דעם וועג ווי אזוי מ׳פארשטייט עס/אים.)
דער נרבוני לערענט אפ דעם רמב״ם אין מו״נ ח״א פע״ד [בדרך השביעי] אז ער האט בעצם אויך געהאלטן אזוי (עכ״פ לגבי השארת הנפש לאחר היפרדה מהאדם), עפ״י אבובכר אבן אלצאיג [אוועמפּעיס], ע״ש.
דער אור ה' (מאמר א כלל ב פי"ב) איז משיג אויף דעם דעת און זאגט "חלילה לו לרב מהיותו
בעל זה הדעת" ע"ש. דער קרשקש אויפ'ן מו"נ (ח"א פ"ע) איז אויך מאריך אז דער רמב"ם האט נישט געהאלטן אזוי ע"ש. דער פי' אוצר חיים אויפ'ן אור ה' (מאמר א כלל א פי"א) איז אויך מחזק (עפ"י השם טוב) אז דאס איז נישט דעת הרמב"ם, נאר דער רמב"ם האט געהאלטן אז עס איז דא אן אינטערמידיעט שכל הנאצל צווישן דעם שכל הפועל און דעם שכל האנושי (וואס איז נאר א הכנה וכשיטת אלכסנדר), וואס דאדורך איז שייך מדריגות בהשארה ע"ש.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 04, 2021 9:59 pm
דורך מי אני
דאס איז וואס דער פילאזאף וואָלטער טערענס סטעיס האט
געשריבן, הגם עס איז בנוגע מיסטיסיזם:
8385B811-3995-49DA-B755-52E925342931.jpeg
E6195193-E427-45A2-B3EB-844406E3A1A9.jpeg
נשלח: זונטאג אקטאבער 17, 2021 12:37 pm
דורך מי אני
בנוגע די געדאנק פון אמונה המושרש בתוך האדם און די געדאנק פון
אַמניבּענעוואלענס, וואס איז כולל בתוכו די געדאנק פון תכלית האהבה, נוצט דאס דר. דזשאן שעלענבערג אלס א פירכא קעגן אמונת מציאותו וואס ער רופט די
ארגומענט פון דיוויין באהאלטענקייט. ער טענה׳ט אז לפי די
אַמניבּענעוואלענס וואלט ג-ט געוואלט אריינגיין אין א רעלעישאנשיפ פון אהבה מיט יעדעס בריה וואס איז אומשטאנד צו האבן די רילעישאנשיפ מיט אים און שטעלט זיך נישט דערקעגן. אבער כדי צו האבן אט די רילעישאנשיפ פעהלט דאך אויס פאר׳ן נברא צו גלייבן אינעם בורא. איז אויב שטעלט דער נברא זיך נישט בפועל קעגן גלייבן, ער איז נישט רעסיסטענט דערצו בקום ועשה, טא ווי אזוי זענען דא ברואים וואס זענען אומשטאנד צו האבן די רילעישאנשיפ מיט ג-ט, שטעלן זיך נישט ״קעגן״ די רילעישאנשיפ מיט ג-ט דורכ׳ן נישט גלייבן, אבער פארט גלייבן זיי נישט [בשב ואל לעשה; לדוגמא די וואס האבן פארלוירן די אמונה און וואלטן ווען גאר שטארק געוואלט נאך ווען גלייבן] וממילא האבן נישט די רילעישאנשיפ?
מ׳קען זיך טאקע דינגען און זאגן אז וויבאלד דער מענטש ווערט געבוירן מיט א אמונה בשורשו איז ווען ער פארלירט דאס איז עס אטאמאטיש יא בקום ועשה. דר. דניאל האווערד-שניידער האלט אבער אז דאס האט נישט קיין סמוכין מן המציאות.
די טענה איז בהיפך צום
ארגומענט פון אהבה וואס וויל דורך די מציאות פון אהבה גאר ברענגען א ראיה למציאות הבורא שהוא מקור האהבה.
דר. טעאדאר דרעינדזש האלט אז דאס עצם מציאות פון כפירה איז גענוג אויף צו זיין א פירכא קעגן אמונה.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 18, 2021 5:14 pm
דורך cictim
נשלח: מיטוואך אקטאבער 20, 2021 8:59 am
דורך צקון לחש
איך וואלט געוואלט מיטטיילן אן ארגומענט לטובת האמונה (המינימלית, עכ"פ), און איך וועל מיך פרייען צו הערן אייער מיינונג דערויף;
דאס קווענקעלניש צו יא אדער נישט גלייבן אין גאט / התגלות / העכערקייט / תכלית האדם - איז בעצם א דילעמא צווישן צוויי סארטן כבוד, נעמליך 1) דער כבוד פון זיין א תכלית'דיגע זאך, א חלק פון א גרויסע נצחיות'דיגע פראזשעקט, לעומת 2) דער כבוד פון זיין א חכם (אה, מחיה!).
יעצט, על הצד אז דער מענטש איז א בלויזע עקסידענט, אבק פורח וצל עובר, דאן וואספארא כבוד איז שייך ביי אים??
ער איז דאך א שטיק גארנישט!
אוודאי איז חכמה אן אויסטערליש געוואלדיגע "הנאה", און ס'איז אפשר(!) אפילו אין די זעלבע מדרגה פון די סיפוק פון אהבה און רחמנות, אבער דאס איז עס: א 'בלויזע' הנאה, און א וועג פון עטוואס אנפילן דאס שרעקליכע boring זאך וואס רופט זיך "לעבן".
ובכן, היות אז לאגיש איז נישט 'מוכרח' אז ס'איז נישטא קיין גאט / התגלות* וכו', לוינט זיך פשוט צו גלייבן; ווייל וואס קענסטו פארלירן מיט'ן גלייבן? אז דו וועסט זיין א נאר? נו, ביסט דאך ממילא א שטיק גארנישט!*די חברה וואס האבן געשריבן די תורה זענען דאך נישט געווען בייזוויליגע עלעמענטן וואס האבן פשוט געהאט אן אויסגעזויגענע סטראטעגיע וויאזוי צו קאנטראלירן דאס פאלק (אזוי כיטער זענען זיי נישט געווען, פארשטאנען?!
), נאר עס איז מיוסד אויף דעם אינערליכע מענטשליכע נייגונג צו גלייבן אין א רילעשאנשיפ מיט "גאט".
נשלח: מיטוואך אקטאבער 20, 2021 10:12 am
דורך מי אני
דאס קען אפשר אויך ליגן אין די ווערטער פון ניטשע לגבי
נייהיליזם [בקשת האמת איז דאך די געדאנק (און געפיל) פון א חכם]:
38BDCBA6-72F3-4F7B-96B8-A0EF9EDAA28F.jpeg
די געדאנק פון דאס אָננעמען לבסוף למעשה איז לכאורה א סארט
עגנאסטיק טעאיזם - ס'איז אזא סארט לגמרי אנערקענטע
אינטעלעקטואלע 50/50 [הענס די עגנאסטיק חלק] און ער איז
סאָבּדזשעקטיוולי מחליט אנצונעמען אז יא [טעאיזם], אנערקענענדיג אז דאס איז טאקע סאָבּדזשעקטיוו
(די טעזע פונעם צוגעלינקטען אשכול). זיין סאָבּדזשעקטיוו נייגונג וואס טרייבט אים דערצו קען טאקע זיין מכח דאס'ן נישט וועלן דעם נייהעליזם.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 14, 2021 2:33 pm
דורך מי אני
דער פראנצויזישער פילאזאף הענרי בּערגסאן האט געזאגט אז ״
אינטעלעקט״ קומט פון דעם קאַנשעס ראציאנאלן חלק פונעם מח וואס רעדוצירט א זאך צו אירע באשטיינדלען - עס איז קוואנטעטיוו און וואס איז
אין די ראמען פון שפראך. משא״כ ״
אינטוּאישאן״ קומט מחלק הסאָבּקאַנשעס וואס באגרייפט א זאך אינדרויסן פון די ראמען פונעם פּערסעפּטיוו מח און גרייכט דאס (אומפונקטליכע) ״גאנצע״; דאס וואס ״עמערדזשט״ און וואקסט ארויס פון די באשטיינדלען - עס איז קוואליטעטיוו און אינדרויסן פון די ראמען פון שפראך. ״
אינטעלעקט״ איז דאס וואס זוכט אבער קען נישט אלעס באגרייפן; די זאכן קען ״
אינטוּאישאן/אינסטינקט״ באגרייפן אבער וועט זיי קיינמאל אפירזוכן.
דר. זשאן-פּאָל סארטרע האט געזאגט אז ענליך צו דעם איז דאס וואס דער אינטעלעקטשועל ליִאָפּאָלד סענגהאָר האט (בתוך זיין ״
נעגריטוּד״ פילאזאפיע) געמאכט א חילוק ״צווישן אייראפעאישע ריִזען וואס איז אנאליטיש דורך אויסנוצען א זאך און אפריקאנער ריִזען וואס איז אינטוּאיטיוו דורכ׳ן זיך באטייליגען אינעם זאך״.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 24, 2021 12:54 pm
דורך מי אני
59544ABF-A334-4A74-9D6C-5B8F55E657EE.jpeg
במשנתו של דר. הערמאן ווײַל.
נשלח: מוצ"ש מערץ 19, 2022 9:42 pm
דורך מי אני
בנוגע דאס געדאנק פון ״אינטוּאישאן״
שרייבט דער דייטשער פסיכאלאג דר. ערנסט פּאַפּעל:
[left]Science's purpose is to discover right and good questions - indeed, often unasked questions before trying to supply an answer. But what are criteria for right questions? How do we know that a question can be answered and does not belong to the realm of irrationality? How can a mathematician trust that a proof will be possible before spending years to find it? Apparently, the power of implicit knowledge, or intuition, is much stronger than we are inclined to believe. Albert Einstein is said to have remarked:" The intuitive mind is a sacred gift and the rational mind is a faithful servant. We have created a society that honors the servant and has forgotten the gift[/left]
נשלח: זונטאג מערץ 20, 2022 2:30 pm
דורך שאלתיאל
איך האב נאכנישט דורכגעליינט אלעס דא אבער איך האב זייער הנאה פון דעם אשכול, ממש צו באלעקן די פינגער. איך וואלט געוואלט לינקען צו צוויי הערליכע ארטיקלען אין דעם נושא וואס זענען גאנץ ענדליך און האבן מיך קלאר געמאכט אין דעם נושא, איינס איז פון ד"ר מיכאל אברהם וואס האט געשריבן א סעריע ארטיקלען מסביר צו זיין די נושא פון אמונה מיטן נאמען
אמונה ומדע. און צוויטנס איז פון ד"ר משה רט אויף זיין וועבסייט
לדעת להאמין
נשלח: זונטאג מערץ 20, 2022 5:35 pm
דורך מי אני
אז מ׳האט
דערמאנט אויבן אין דעם שמועס די געדאנק פון דאס
סירקולער ריִזענינג פאָלאָסיִ, איז אין דעם
צווייטן מאמר פון הרב דר. מיכאל אברהם וואס [tag]שאלתיאל[/tag] האט דא צוגעצייכענט, באמערקט ער אז בעצם איז אין
יעדעס לאגישע סילאגיזם שוין די מסקנא דא אין אירע הנחות. אבער דאס באדייט נישט אז עס איז סירקולער. וואס מאכט אַן ארגומענט לאגיש לעומת סירקולער איז וויפיל קאַמפּלעקסיטי עס איז דא אין ארויסנעמען/ארויסזעהן די מסקנא מתוך ההנחות.
נשלח: דינסטאג מערץ 29, 2022 11:53 pm
דורך מי אני
ר׳ מרדכי גיפטער
שרייבט עפ״י החזו״א ״שכל הי״ג עיקרים קשים הם לטבע האדם הנורמלי, ועליו לכוף עצמו על כך״.
די לשון פונעם חזו״א (קובץ אגרות ח״ג אגרת סא) איז:
כל יסודי האמונה, י”ג העיקרים והמסתעפים, המה תמיד בסתירה נמרצה עם המושכלות הקלות ושטף החיים המפותחות תחת השמש. והכרתם הבהירה והמתורצת והמושיטה דווקנות יתרה באמונתם, היא נועם הקיצוניות.
קרעדאָ קוויא אַבּסורדאם?
נשלח: דאנערשטאג מערץ 31, 2022 8:18 am
דורך מי אני
ולגבי די געדאנק פונעם
קאדזשיטו און
סאליפּסיזם טייטשט הרב יעקב רייפמאן אין זיין פשר דבר די מימרא פון הלל הזקן בעת שמחת בית השואבה (סוכה נג.) אם אני כאן הכל כאן ואם אין אני כאן מי כאן ע״ש, אז דאס איז געזאגט געווארן קעגן די וואס האבן געהאלטן פון
סאליפּסיזם: אויב דער ״אני״ עקזיסטירט וכה
קאדזשיטו, דאן עקזיסטירט אלעס מחוצה לה פונקט אזוי. ולפי״ז איז דאס לכאורה אפשר אויך א געדאנק/רמז במאמרו באבות (א יד) אם אין אני לי מי לי.
נשלח: מיטוואך יוני 22, 2022 3:28 pm
דורך מי אני
בנוגע דעם אז אמונה איז איינגעווארצלט אינעם מענטש האט אלעקסיס דע טאָקעוויל געשריבן:
Only by a kind of aberration of the intellect and with the aid of a sort of moral violence exercised on their own nature do men stray from religious beliefs; an invincible inclination leads them back to them. Disbelief is an accident; faith alone is the permanent state of humanity
נשלח: מיטוואך יולי 06, 2022 7:18 pm
דורך מי אני
מי אני האט געשריבן:אז מ׳האט
דערמאנט אויבן אין דעם שמועס די געדאנק פון דאס
סירקולער ריִזענינג פאָלאָסיִ, איז אין דעם
צווייטן מאמר פון הרב דר. מיכאל אברהם וואס
@שאלתיאל האט דא צוגעצייכענט, באמערקט ער אז בעצם איז אין
יעדעס לאגישע סילאגיזם שוין די מסקנא דא אין אירע הנחות. אבער דאס באדייט נישט אז עס איז סירקולער. וואס מאכט אַן ארגומענט לאגיש לעומת סירקולער איז וויפיל קאַמפּלעקסיטי עס איז דא אין ארויסנעמען/ארויסזעהן די מסקנא מתוך ההנחות.
אין
די לעקציע [38:10-39:20] זאגט דר. מעריען טעלבּאט אז דאס איז די חילוק צווישן
סירקולער ריִזעניִנג, וואו די מסקנא שטייט שוין
אפען ארויס בההנחות, און די
בּעגיִנג די קוועסטשען פאָלאָסי, וואו די מסקנא איז נאר שוין אימפּליסיט אין די הנחות.
ואגב לגבי
סירקולער ריִזעניִנג במשנתו/בטענתו של עמיל דורקהיים בנוגע רעליגיע און סאציאלאגיע:
Durkheim.jpg
נשלח: זונטאג יולי 31, 2022 12:13 pm
דורך מי אני
לגבי די געדאנק פונעם אריינגעבוירענעם געפיהל פון אמונה, שרייבט משה לייב לילינבלום אין זיין אָטאָבּיאָגראַפיע ״
חטאת נעורים״:
1.jpg
נשלח: דינסטאג אוגוסט 16, 2022 9:36 am
דורך מי אני
דער רמ״ד האט
געשריבן:
Now it seems to me that the evidence of natural religion is as clear and obvious, as irrefutably certain to uncorrupted common sense that has not been misled, as is any theorem in geometry. At any station of life, at any level of enlightenment, one has enough information and ability, enough opportunity and power, to convince himself of the truths of rational religion. The reasoning of the Greenlander who, as he was walking on the ice with a missionary one beautiful morning, saw the dawn streaming forth between the icebergs and said to the Moravian: “Behold, brother, the new day! How beautiful must be he who made this!” This reasoning, which was so convincing to the Greenlander before the Moravian misled his understanding, is still convincing to me
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2022 4:15 pm
דורך מי אני
בנוגע אינטוּאישאן לגבי ידיעת ה׳ ומציאותו
שרייבט דר. דערעק העריסאן במשנתו של שפינאזע:
And so Spinoza’s definition of God is: “By God I mean a being absolutely infinite – that is, a substance consisting of infinite attributes, of which each expresses eternal and infinite essentiality.” Further: “Existence of this kind is conceived as an eternal truth, and, therefore, cannot be explained by continuance or time.” So his God has infinite attributes and is eternal. We are mistaken, he says again, if we think of the essence of God in terms of human attributes: “neither intellect nor will pertains to the nature of God” (Ethics, Part I.) If we were to insist on seeing God in our own terms, Spinoza argues, then triangles might equally argue that God is triangular, or circles that God is circular
A God understood in such metaphysical terms is not what we think of as a personal God. And at this point it is fair to ask: How, exactly, are we to know this metaphysical God?
The answer lies in understanding Spinoza’s basic theory of knowledge, which places intuition well above both experience and knowledge gained through reason. But his definition of intuition is at first not very helpful: Intuition “proceeds from an adequate idea of certain attributes of God to an adequate knowledge of the essence of things” (Ethics, Part V.) Intuition is best understood in terms of conceptions following necessarily from the nature of God, as opposed to conceiving things relative to certain times and places. Anything understood as following from the nature of God must be known sub specie eternitatis – from the perspective of eternity. Spinoza writes, “Eternity is the very essence of God in so far as this involves necessary existence… wherefore our mind, in so far as it conceives itself and the body under the form of eternity, has to that extent a knowledge [i.e., an intuition] of God”
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 09, 2022 12:26 pm
דורך מי אני
הרב דר. מיכאל אברהם
שרייבט:
עמדתי בהרחבה רבה על הפער בין אמונה פילוסופית (דאיזם) לבין אמונה במובנה הדתי (תאיזם). הסברתי שם שההוכחות לקיומו של אלוהים מביאות אותנו לאמונה אינטלקטואלית באלוהים פילוסופי, אבל אמונה דתית היא משהו שונה. אדם יכול להיות מאמין באלוהים במובן הפילוסופי (להגיע אינטלקטואלית למסקנה שקיים יש כזה) אבל לא לחוש מחויב לעבודתו (ואפילו לא להאמין שהיה בכלל מעמד של התגלות וציווי) וגם לא לחוש רגשות רליגיוזיים כלשהם. אדם כזה הוא דאיסט אבל לא תאיסט. ולהיפך, אדם שעובד את אלוהים, כלומר מחויב לפולחן ולמצוות (הוא תאיסט), בין אם יש לו גם חוויה ורגש דתי או לא, הוא אדם דתי גם אם אמונתו ומחויבותו לא בהכרח מתבססות על טיעונים פילוסופיים. ניתן להגיע לאמונה על בסיס אינטואיציה ראשונית, ואין בכך שום פסול. צריך לזכור שגם טיעון פילוסופי מבוסס על הנחות יסוד כלשהן, ואלו בדרך כלל יסודן באינטואיציות ראשוניות. אם כך, אצל אדם בעל “אמונה תמימה”, הטיעון שמוביל אותו לאלוהים הוא הטיעון הטריוויאלי: האמונה באלוהים היא עצמה הנחת יסוד שלו.
ער ברענגט ארויס אז
דעאיזם איז
נעסעסערי פאר טעאיזם אבער נישט סאָפישענט דערפאר. ער טענה׳ט אבער אז עס איז ״כמעט״
סאָפישענט.
ועיין
כאן (ו
בכל הדף שם).
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 26, 2022 4:58 pm
דורך מי אני
דר. מיכה גאטליב
שרייבט במשנתו של פרידריך היינריך דזשעקאָבּי:
For Jacobi, the problem with rationalism is its unjustified assumption that “whatever does not conform to [its] restricted mode of representation . . . is absolutely impossible.” Jacobi distinguishes between two faculties involved in knowledge. Reason is a discursive faculty that judges relations between things according to the principle of identity. Because reason is a formal principle, its conclusions seem to have great certainty. But reason can never yield knowledge of actual existence. Sense perception, on the other hand, is a passive faculty that intuits existence immediately through which we can know the existence of things outside of us. But while rationalism’s conclusions are necessary within its own parameters, Jacobi denies that we can ever be certain of the reliability of our sense perceptions. The Idealist’s claim that our sense perceptions merely express the contents of our own minds can never be excluded. For this reason, Jacobi follows David Hume in labeling all knowledge based on sense perception “faith”
On the basis of these considerations, Jacobi concludes that rationalism cannot reveal God’s existence. Since reason only judge relations analytically, when it contemplates actual existence, reason reaches its limits and is only able to point at what Jacobi calls “a dark ground” lying beyond its reach. For Jacobi, just as our knowledge of the external world requires perception, so our knowledge of God requires perception. But while both God and the external world are known through perception, there are important differences between these perceptions. First, while the external world is always given for us to perceive, we only know God when He chooses to reveal Himself to us. Second, while we know the external world through our five senses, we know God through a mystical sixth sense. For Jacobi, it is not only God who is known through mystical perception. Through this mystical sense we also come to know metaphysical entities such as our immortal soul
Jacobi recounts an anecdote, which illustrates the conviction afforded by mystical perception. Once a friend who was “inconsolable over the loss of his precious wife” visited Jacobi. The man was a committed atheist who was certain that individual souls were not immortal. Jacobi asked the man whether he would believe in life after death if his deceased wife were to appear to him in a waking vision saying, “Be consoled. I live happier than here on earth and we shall meet again.” The man responded that even if he experienced such a vision, it would not change his convictions about life after death. Rather, he would account the experience a delusion arising from his extreme state of grief. Jacobi conceded to the man that all other people, Jacobi included, would concur that if the man had such a vision, it should be considered an hallucination. But Jacobi contended that at the moment when the man saw the vision, he would be unable to deny the reality of an afterlife since the power of direct witness overwhelms all reasoning. Jacobi’s point is that conviction ultimately depends on feeling. The mathematician who knows the truth of the Pythagorean theorem is convinced of it because he feels the truth of the geometrical reasoning. In a similar manner, in the moment when we directly witness the presence of something external to us, we are convinced of its existence because we feel its reality. Doubt is not an option
א סארט
ארגומענט פון רעליגיעזע עקספּיריענסעס.