בלאט 7 פון 8

נשלח: מיטוואך אפריל 15, 2015 8:35 pm
דורך [NAMELESS]
rabanim.png

נשלח: מיטוואך אפריל 15, 2015 9:05 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ווער איז דער אנדערע ראש ישיבה פון ווילרייק אינ'ם בילד מיט הרב טרעגער זצ''ל און דער ברך משה?

נשלח: מיטוואך אפריל 15, 2015 9:18 pm
דורך [NAMELESS]
איש עברי האט געשריבן:פורים בחוג המשפחה

אין צענטער ווערט געזעהן ישמעאל הכהן?

נשלח: מיטוואך אפריל 15, 2015 9:28 pm
דורך טאביק
די עירפארט רעש'ט
עסקנים דרייען זיך און דרייען אן א מצב
א הו הא!
דער עולם שמוסט מיט עקסייטמענט מען פארט א רייזע!
דער דיין איז שוין יעצט מיד נאך איידער מען פארט ארויס
דער קנאי איז פארנומען צו באהאלטן זיין צורה קעגן די טריפה'נער קעמערע
דער אלטער תמימותדיגער משב"ק וויל מיטהאלטן די טומל אינמיטן תהלימ'ען
דער רב האט געטראפן א שיינע מאמר אין א תורה'דיגע קונטרס
דער ביזנעס מאן אבזווירט די מצב
אבער דער צדיק דער רבי
משה עבד ה' ישמח משה במתנת חלקו
ער הערט נישט ער זעט נישט ער פילט נישט גארנישט
ער זעט איין זאך "די הייליגע תורה"
איבערגעבויגן איבער די גמרא ווי אין בית המדרש אין זענטא
פארגעסן פון די גאנצע וועלט

ווען יעדער זאל זיך יעצט אויפהייבן און גיין ווייטער און אים לאזן דארט וואלט ער ווייטער געזיצן איבערגעבויגן
ער וואלט עס מילא נישט געשפירט

דאס בילד איז העכער ווערטער
עס רעדט מער ווי טויזנטע ווערטער וואס איז דאס א א ערליכער איד!
זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל

נשלח: מיטוואך אפריל 15, 2015 9:31 pm
דורך [NAMELESS]
מערקט אן אז אפילו איך קען נישט אראפבינדען מיינע אויגן צום תהילים

נשלח: מיטוואך אפריל 15, 2015 9:37 pm
דורך טאביק
וויליאמסבורגער האט געשריבן:שפילענדיג דריידל מיט אייניקלעך

א רבי פון טויזנטע חסידים
זיצט אויף א ריזיגן בענקל
פירט אן א וועלט פון תורה און גמילת חסדים
לוחם מלחמת השם ברמה

אבער טרעפט צייט צו זיין דער פשוטע זיידעלע
מיט ווארמקייט צו די קינדערלעך
ליבשאפט גיסט זיך פון זיינע לויטערע אויגן

שוער צו טרעפן אסאך רבי'ס אין די סצענע
רבי'ס זענען צו הויעך אין זייערע אויגן זיך צו קענען אראפ לאזן צו א מיידעלע מיט ווארימקייט

אט דאס איז דער ברך משה זצ"ל געווען
ער האט געלעבט א לעבן פון פשטות און מידת ההשתוות
ואידך פירושא זיל גמור

נשלח: מיטוואך אפריל 15, 2015 10:24 pm
דורך [NAMELESS]
געהערט אן עובדה אויפן בעל הילולה. א איד איז אמאל אריין צו אום און זיך באקלאגט אז ער נויטיגט זיך און פיפציג אלפים , דער רעבי האבענדיג רחמנות אויף אום האט ער געלאזט רופן זיינס א בעלבתישע אידל און אום געפרעגט צו ער וויל פארלייען פאר דעם נצרך , דער איד האט געזאגט מיט איין תנאי - אז דער רעבי חתמ'עט ערבות ,
דער ברך האט תיכף אינטערגעשריבן : משה בן חיים צבי עד ,
נאך דער זמן הפרעון איז אנגעקומען און פארשטייט זיך דער נצרך האט נישט באצאלט. איז דער עושר געקומען צום ברך משה מאנען דאס געלט , זאגט אום דער ברך איך האב קיינמאל נישט גע'חתמ'ט ערבות ! דער איד שלעפט ארויס דעם שטר.. און ליינט איבער משה בן חיים צבי "עד" ...(כך שמעתי. אויב איינער ווייסט פון אזא מעשה/אדער עס שטימט בכלל ביטע איבערגעבן )

נשלח: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 12:54 pm
דורך הבא ללמד
טאביק האט געשריבן:די עירפארט רעש'ט
עסקנים דרייען זיך און דרייען אן א מצב
א הו הא!
דער עולם שמוסט מיט עקסייטמענט מען פארט א רייזע!
דער דיין איז שוין יעצט מיד נאך איידער מען פארט ארויס
דער קנאי איז פארנומען צו באהאלטן זיין צורה קעגן די טריפה'נער קעמערע
דער אלטער תמימותדיגער משב"ק וויל מיטהאלטן די טומל אינמיטן תהלימ'ען
דער רב האט געטראפן א שיינע מאמר אין א תורה'דיגע קונטרס
דער ביזנעס מאן אבזווירט די מצב
אבער דער צדיק דער רבי
משה עבד ה' ישמח משה במתנת חלקו
ער הערט נישט ער זעט נישט ער פילט נישט גארנישט
ער זעט איין זאך "די הייליגע תורה"
איבערגעבויגן איבער די גמרא ווי אין בית המדרש אין זענטא
פארגעסן פון די גאנצע וועלט

ווען יעדער זאל זיך יעצט אויפהייבן און גיין ווייטער און אים לאזן דארט וואלט ער ווייטער געזיצן איבערגעבויגן
ער וואלט עס מילא נישט געשפירט

דאס בילד איז העכער ווערטער
עס רעדט מער ווי טויזנטע ווערטער וואס איז דאס א א ערליכער איד!
זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל


על כגון דא נאמר "יעדער זיעט וואס ער וויל זיען"

נשלח: מאנטאג אפריל 20, 2015 12:53 pm
דורך גאנצל
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:געהערט אן עובדה אויפן בעל הילולה. א איד איז אמאל אריין צו אום און זיך באקלאגט אז ער נויטיגט זיך און פיפציג אלפים , דער רעבי האבענדיג רחמנות אויף אום האט ער געלאזט רופן זיינס א בעלבתישע אידל און אום געפרעגט צו ער וויל פארלייען פאר דעם נצרך , דער איד האט געזאגט מיט איין תנאי - אז דער רעבי חתמ'עט ערבות ,
דער ברך האט תיכף אינטערגעשריבן : משה בן חיים צבי עד ,
נאך דער זמן הפרעון איז אנגעקומען און פארשטייט זיך דער נצרך האט נישט באצאלט. איז דער עושר געקומען צום ברך משה מאנען דאס געלט , זאגט אום דער ברך איך האב קיינמאל נישט גע'חתמ'ט ערבות ! דער איד שלעפט ארויס דעם שטר.. און ליינט איבער משה בן חיים צבי "עד" ...(כך שמעתי. אויב איינער ווייסט פון אזא מעשה/אדער עס שטימט בכלל ביטע איבערגעבן )


זיינע שונאים וועלן שווערן אז ס'איז אמת און זיינע חסידים וועלן שווערן אז ס'איז שקר מוחלט

איך אלס דרויסענדיגער האלט איך נישט אז ס'איז אמת ווייל לויט ווי זוי איך האב מיט געהאלטן.

נשלח: מאנטאג אפריל 20, 2015 2:21 pm
דורך הבא ללמד
.

נשלח: דינסטאג יולי 07, 2015 10:14 am
דורך ראוונע
וויליאמסבורגער האט געשריבן:שפילענדיג דריידל מיט אייניקלעך

קינדער פון חתנו רבי חיים יהושע

נשלח: מיטוואך יולי 08, 2015 12:35 am
דורך שלמה המלך
קאווע טרינקער האט געשריבן:
וויליאמסבורגער האט געשריבן:שפילענדיג דריידל מיט אייניקלעך

זיסע מיידלעך, א רחמנות וויזוי זיי קוקען היינט אויס.

דהיינו? איינער א מאמע און די צווייטע א כלה?
א רחמנות?

עקיבא שנהרג בין עשרה הרוגי מלכות

נשלח: מיטוואך יולי 08, 2015 12:42 am
דורך אויבערלענדער חכם
שרייבער האט געשריבן: אגב בנוגע [געבען א נאמען נאך איינער וואס איז] אוועק יונג מיין איך אז דער ברך משה פלעגט יא הייסן צוגעבן, נאר ביי א נאמען נאך אומגעקומענע ביי די קריג האט ער נישט געהייסן צוגעבן, און ווען מען האט געפרעגט צו ס'הייסט נישט איתרע מזליה, האט ער געזאגט די אלע אידן זענען אומגעקומען על קידוש ה' און פונקט ווי מען געט דעם נאמען ר' עקיבא וואס איז געווען מעשרה הרוגי מלכות די זעלבע מיט אלע וואס זענען אומגעקומען על קידוש ה'

נראה לי שזו ראיה לסתור, ווייל דער חתם סופר (שו"ת חתם סופר חלק אבן העזר סימן כה) שרייבט וז"ל, ונראה לי דגם רמ"א מודה דאין קורין שם על מי שלא היה סופו טוב, ומודה רמ"א דיש לכתוב 'עקיבה' בה"א בסוף ולא באל"ף אע"ג דכל רבי עקיבא בש"ס באל"ף בסוף, מ"מ מפני שסרקו בשרו במסרקות של ברזל, וזה נרמז באל"ף שיצאה נשמתו באחד (ברכות סא, ב) על כן כותבין ה"א בסוף שמרמז על שמחה הנרמז בסופי תיבות או'ר זרו'ע לצדי'ק ולישר'י ל'ב שמח'ה, כמו שגילה בחלום לרבינו יצחק אור זרוע, וכמו שכתב מהרש"ל, ולזה נתכווין נחלת שבעה (סימן מו) בשם עקיבה, עכ"ל.
זעהט מען אז טאקע וועגען דעם אז רבי עקיבא [אין די 120סטע יאר פון זיין לעבען] האט געהאט א מיאוסע סוף, האלט די חתם סופר אז מען זאל נישט געבען א נאמען נאך עם נאר מיט פארענדערען די לעצטע אות. והובאו דבריו בשו"ת אגרות משה.

נשלח: מיטוואך יולי 08, 2015 12:58 am
דורך [NAMELESS]
איך האב געהערט א מוראדיגע סיפור פון איינער וואס איז געווען ממש דערביי.
איינמאל ביי א לחיים נאך שחרית האט מען דערציילט פארן רבי׳ן אז געלבמאן האט ארויסגעגעבן נאך א מושיען של ישראל, האט די רבי זיך אויסגעדריקט: פארוואס אזויפיל? פארוואס נישט איין אמת׳ע?
ודפח״ח, זי״ע.

נשלח: מיטוואך יולי 08, 2015 1:11 am
דורך ישמעאל הכהן
איך פרעג פארוואס פינף בענדער ברך משה פארוואס נישט עפעס איין נארמאל ספר?
פרעג איך דען? נאר אזוי ווי ער האט געפרעגט פרעג איך, זי''ע ועכ''י זצוקללה''ה ומחה ה' וכו'

ר' משולם איגרא?

נשלח: מיטוואך יולי 08, 2015 1:18 am
דורך אויבערלענדער חכם
גאלד האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן:אלעס פיין און וואויל אבער עס נעמט נישט אוועק אלע זיינע דרשות של דופי און אלע זיינע אויסדרוקען כאחד הריקים.

אבער למעשה איז ער דאך נישט געווען קיין אחד הרקים ער האט זיך מייגע געווען אויף תורה כל ימיו, א ירא שמים מרבים מנעריו, עניו ושפל ברך, מסירות נפש פאר תורה ומצות מעודו, נו ווער זענען מיר צו דן זיין גרויסע צדיקים ואריות צוליב געוויסע אויסדרוקן, אויב יא קען מען פסלען דעם מנחת אלעזר, ר' ברוכל גארליצער, ר' משולם איגרא ועוד ועוד,

ווי קומט אריין ר' משולם איגרא אין די ליסטע?? די נתיבות האט זיך אויסגעדריקט "כהרשב"א ואולי כהרמב"ן" אויף עם. דאכט זיך מיר די חתם סופר האט געמאכט א ברכה שחלק מחכמתו ליראיו אויף עם. ווי קומט ער דא אריין?

נשלח: מיטוואך יולי 08, 2015 12:25 pm
דורך גאנצל
ישמעאל הכהן האט געשריבן:איך פרעג פארוואס פינף בענדער ברך משה פארוואס נישט עפעס איין נארמאל ספר?
פרעג איך דען? נאר אזוי ווי ער האט געפרעגט פרעג איך, זי''ע ועכ''י זצוקללה''ה ומחה ה' וכו'


און איך פרעג פארוואס פארוואס אזויפיל דברי יואל'ס ? האסט עס נישט געקענט מאכן ווי יעדע נארמאלע ספר חחחחחחחחח לשון קארני נופל על לשון קארני אבל יש בזה אמת

Re: האדמו"ר בעל ברך משה מסאטמאר זצ"ל

נשלח: מיטוואך יולי 08, 2015 7:00 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אויבערלענדער חכם האט געשריבן:
גאלד האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן:אלעס פיין און וואויל אבער עס נעמט נישט אוועק אלע זיינע דרשות של דופי און אלע זיינע אויסדרוקען כאחד הריקים.

אבער למעשה איז ער דאך נישט געווען קיין אחד הרקים ער האט זיך מייגע געווען אויף תורה כל ימיו, א ירא שמים מרבים מנעריו, עניו ושפל ברך, מסירות נפש פאר תורה ומצות מעודו, נו ווער זענען מיר צו דן זיין גרויסע צדיקים ואריות צוליב געוויסע אויסדרוקן, אויב יא קען מען פסלען דעם מנחת אלעזר, ר' ברוכל גארליצער, ר' משולם איגרא ועוד ועוד,

ווי קומט אריין ר' משולם איגרא אין די ליסטע?? די נתיבות האט זיך אויסגעדריקט "כהרשב"א ואולי כהרמב"ן" אויף עם. דאכט זיך מיר די חתם סופר האט געמאכט א ברכה שחלק מחכמתו ליראיו אויף עם. ווי קומט ער דא אריין?

ס'איז ברייט באהאלטען, אבער ר' משולם איגרא איז געווען אזא מתנגד וואס אין בדומה לו.
אוודאי האט עס נישט מיט'ן ברך משה'ס אויסדרוקען קעגען זיין פערזענליכע שונאים. הרב משולם איגרא, כפי וואס מיר ווייסען, האט נאר געהאט אן עקרונות'דיגע חשבון. אבער אפילו איך האלט נישט ביים אויסשרייבען וואס מ'זאגט נאך פון איהם. אפילו אן עכטע אויבער חכם וואלט געהאט א פראבלעם.
טאקע מכוחו של אותו זקן, איז פרעשבורג געבליבען ריין פון חסידות ביז צום קריג. איך האב געהערט פון א פרעשבורגער איד אז הרב אונסדארפער פון מאנטריאל, וואס נאך אינדערהיים איז געווארען חסידיש, האט צוזאמענגעשטעלט א מנין אויף הקפות ליל שמ''ע. דער קהל האט גערופען פאליציי און פארמאכט די קלויז אויף אייביג פאר'ן זינד פון טאנצען ליל שמ''ע.

נשלח: מיטוואך יולי 08, 2015 7:11 pm
דורך אויבערלענדער חכם
גם אנכי לא ידעתי בלתי היום. וואו איז באשריבען וועגען דעם? יעצט פארשטיי איז פארוואס מען האט אזוי מפליג בשבחו געווען פון רבי משולם איגרא!! אבער וואס האט דעס אהער? דער ברך משה איז נישט געווען קיין מתנגד.

Re: האדמו"ר בעל ברך משה מסאטמאר זצ"ל

נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 8:14 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב עס נישט געזען באשריבען, נאר געהערט פון ירושלימ'ער אידען וואס האבען נישט קיין מורא.
דער מימרא וואס דו ברענגסט פונ'ם נתיבות איז געדרוקט אין הקדמה לספרא דצניעותא פון ר' חיים וואלאזהינער אויפ'ן גר''א. מ'דערציילט אז אין א שמועס צווישען הרב יעקב קמינצקי מיט'ן סאטמאר רב אין מיאמי, האט דער סאטמארער געפרעגט ר' יעקב'ן ''וואס האט ער געדארפט שרייבען אזא הפלגה? ער האט געקענט שרייבען אזוי ווי דער רבי ר' בער?''
האט ר' יעקב געזאגט ''איך האב געזען פון תלמידים פונ'ם צאנזער רב אזא אויסדרוק אויך''
''צאנזער רב!? צאנזער רב איז געווען א מלאך!''

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 4:37 am
דורך [NAMELESS]
א שיינע מעשה וואס איך קען דער מקור ראשון דערפון.

א חשוב'ער מגי"ש אין א באקאנטע ישיבה אין ירושלים, הרב ח"ק, האט דערציילט וואס איז געשען מיט אים זעלבסט אלס בחור. אז איינמאל איז ער געפארן קיין אייראפע אויף מקומות הקדושים, און אין א געוויסע שטאט איז געווען א מקוה. איז ער געגאנגען כאפן א טבילה. אריינגייענדיג אין בור, זעט ער אז - נישט מער און נישט ווייניגער - דער ברך משה איז אינעם בור המקוה. ער איז געכאפט געווארן אין שאק, דער גרעסטער אדמו"ר אין די וועלט זיצט אין בור אן קיין גבאים וכו', און פון שאק האט ער צוריקגעטרעטן, טראכטנדיג אז ס'איז נישט קיין כבוד אריינצוגיין אין בור ווען דער רבי איז אינעווייניג.

דער ברך משה האט דאס באמערקט, און האט זיך גלייך אנגערופן: בחור'ל, בחור'ל, וואס שעמסטו זיך? קענסט אריינגיין! צולייגנדיג מיט זיין טיפישער פשטות: דא בין איך נישט קיין רבי... און ווען דער בחור איז אריין אין מקוה, האט דער ברך גערעדט צו אים פרעגנדיג וויאזוי ער הייסט, וואו ער לערנט, פארוואס ער איז דא, וכו', ממש ווי א פשוט'ער איד.
אלעס כדי דער בחור זאל זיך נישט שפירן פארלוירן און אומבאקוועם!

דער בחור איז געווען מיין טאטנס חבר אין ישיבה, און האט עס אים דערציילט מיט התפעלות [אגב, לערנענדיג אין ארץ ישראל, איז מיר אויסגעקומען צו לערנען מיטן זון פונעם בעל העובדא. דערציילנדיג די מעשה, האט ער מיר געזאגט אז זיין טאטע האט אים דאס קיינמאל נישט דערציילט. האב איך אים געזאגט אז ער זאל פרעגן זיין טאטן צו ס'איז אמת. ער איז צוריקגעקומען זאגנדיג אז די מעשה איז ווירקליך געשען!].

Re: האדמו"ר בעל ברך משה מסאטמאר זצ"ל

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 11:06 am
דורך [NAMELESS]
שיינע מעשה. אבער די מעשה האט נישט געקענט זיין שפעטער פון די מ' יארן, יענע יארן איז ער נאך נישט געוועהן אזוי גרויס

נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 8:53 pm
דורך ליפא
חודש ניסן

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=9wqKHatu8g0[/youtube]