בלאט 7 פון 15

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 10:50 pm
דורך ברסלבער
מזל טוב, מזל טוב, אסאך אידיש נחת פון די תגובות און פון די תגובות הבאים!

מיין שאלה איז נאר, ווער שרייבט דאס "טאטי"?
איז דאס די קינדערלעך, אדער די אשת חיל?

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 10:51 pm
דורך זר זהב

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 12:45 am
דורך משה געציל
ממי גייט שרייבן אין 5 תגובות ארום זיין 500׳סטע תגובה, אין סך הכל 3 חדשים!! ממי איז א ריזיגער נכס/נחת פאר די שטיבל דא, כה לחי!

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 4:48 am
דורך טעפל
משה געציל האט געשריבן:ממי גייט שרייבן אין 5 תגובות ארום זיין 500׳סטע תגובה, אין סך הכל 3 חדשים!! ממי איז א ריזיגער נכס/נחת פאר די שטיבל דא, כה לחי!

יא יא איך בין מסכים צו יעדען ווארט דיינס "ממי איז א ריזיגע נכס" מ'דארף איהם באהאנדלען ווי ס'דארף צו זיין!

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 3:08 pm
דורך שמעקעדיג
גם אני מצטרף!
ער איז א גוטער שרייבער מלא ידיעות, און בארייכערט אונזער שטיבל ממש א מחיה.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 3:10 pm
דורך [NAMELESS]
יעצט געשריבן מיין 500'סטע תגובה:
viewtopic.php?f=13&t=3073

יישר כוח פאר ענק אלע!!!

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 12:56 am
דורך [NAMELESS]
[center]איך וויל באגריסען דעם אלעמען באליבטען חבר, וואס געט אזוי פיל צו צו אונזער טייערן שטיבל. ה"ה מורינו ורבינו ר'
ראשעקאל שליט"א
פאר'ן אנקימען צו
2,000 תגובות!!!
בילד
דער אייבערשטער זאל העלפען אז ער זאל ווייטער קענען אנגיין מיט זיין הערליכע ארבייט און אונז ווייטער מהנה זיין!!!
כה לחי ראשעקאל!!
We love you!![/center]

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 12:56 am
דורך [NAMELESS]
אוי , בטעות געניצט ראשעקאל ניק :o

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 1:00 am
דורך זר זהב
אוי האסט נישט גקענט אויסווארטן?...... איך וואלטיר סך מער שבחים געווארפן... מזל טוב מזל טוב ראשעCOOL!!

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 1:01 am
דורך [NAMELESS]
מזל טוב.
בת אלפיים כבת כ׳, כולם שווים לטובה!

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 2:55 am
דורך טעפל
ראשאקאל איך האב געוואלט צו לייגען אבער ס'איז כמעט נישט דא צו צולייגען צו ראשקאלס ווערטער, בין איך זיך משתתף מיט די ווערטער
דער אייבערשטער זאל העלפען אז ער זאל ווייטער קענען אנגיין מיט זיין הערליכע ארבייט און אונז ווייטער מהנה זיין!!!
כה לחי ראשעקאל!!
We love you!!
און אויך א גרויס שכוח פאר אלע לינק'ס!!!

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 9:23 am
דורך לעמיל
[center]קאווע שטיבל באגריסט דעם אלעמען באליבטען חבר, וואס געט אזוי פיל צו צו אונזער טייערן שטיבל. ה"ה מורינו ורבינו ר'
קאווע טרינקער שליט"א
פאר'ן אנקימען צו
2,000 תגובות!!!
בילד
דער אייבערשטער זאל העלפען אז ער זאל ווייטער קענען אנגיין מיט זיין הערליכע ארבייט און אונז ווייטער מהנה זיין!!!
כה לחי קאווע טרינקער!!
We love you!![/center]

[center]ידידינו ר' קאווע טרינקער ביסט א פראכט און שטאלץ פאר אונזער שטיבל![/center]

מר' קאווע נאך אביסעל ווארט איך זאלסט עס שרייבען ביי מיך...

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 9:31 am
דורך טעפל
קאווע טרינקער, נישטא קיין טאג וואס איך בין זיך נישט מחיה מיט דיינע ווערטער, דו לייגסט צו יעדן טאג א געזונטן שטיין צו דעם קאווע שטיבל זאל זיך האלטן פיין, וועל איך דיר וואונטשן א ברכה מעומקא דליבא זאל דיר קיינמאל גארנישט פעלן, ימלא השם כל משאלותיך לטובה.
ידידך
טעפל-קאווע

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 9:48 am
דורך [NAMELESS]
מזל טוב קאווע טרינקער. יעדעס ווארט וואס לעמיל האט געשריבען איז אמת ויציב!!

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 9:58 am
דורך לעמיל
ראשעקאל האט געשריבן:מזל טוב קאווע טרינקער. יעדעס ווארט וואס לעמיל האט געשריבען איז אמת ויציב!!

ווי אייביג...

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 am
דורך שמעקעדיג
מזל טוב ביידע פון אייך, דער ראש-הקהל (האב איך גוט געליינט ,זר? רשע COOL? אוי מיין גאט!) פאר די אלע ידיעות און לינקס/אפדעיטס כסדר, און קאווע טרינקער וועלכער איז א דולה ומשקה (נישט די ניק) טריקנט אליינס און טרינקט אונז אלע אן מיט אזעלכע געשמאקע קאווע יעדן טאג כמעט (אויסער פורים ווען ער איז פארנומען מיט זיינע סעקרעטארשעס), יעדער איז זיך מחיה מיט ענק, גייטס אן ווייטער צו מהנה זיין די חברים!

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 1:49 pm
דורך קאווע טרינקער
ייש"כ לעמיל וחבריא דיליה.
באמת, האב איך זיך אנגעגרייט א שיינע 2000'טע תגובה מלא שבח והודיה פאר די מייסדים און מנהלים, און פאר נאך אפאר, מער ווי אפאר, נאנטע חברים, אבער איך בין נישט "מר. פורטם". ס'וועט נאכפאלגען אי"ה, ווייל כידוע "מר'. פרטים יבואו".
אבער, די ווארימע ברכות, ס'טאטשט מיין הארץ. כ'שעם מיך נישט צו זאגן.
ייש"כ פאר אלע.

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 2:03 pm
דורך זר זהב
קאנגרעדזשולעשענס פאר הידען הנפלה חריף (נישט די דיפ) ובקי בתורה ובמילי דעלמא, שייף עייל שייף נפיק ולא מחזיק טיבותא לנפשיה, חוט של חן וחסד יצוק על פניו, תגובתיות מלא בקיאות ו'הומאר על כל גדותיו, גרס באורייתא תדירא וכל רז לא אניס, בעמח"ס "יואל" ושא"ס, ה"ה הרב קאווע טרינקער שליט"א ה' יאריך ימיו ושנותיו.

לתת ה' שמחה במעוניו אלפיים שנה אחר חורבן הבית להגיע לאלפיים תגובות על ק"ש.

(איך נעם נישט אחריות אויף די לשונות.)

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 2:08 pm
דורך לעמיל
זר אז מ'קען, קען מען!
זייער גוט

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 2:23 pm
דורך קאווע טרינקער
זר זהב האט געשריבן:קאנגרעדזשולעשענס פאר ......

(איך נעם נישט אחריות אויף די לשונות.)


אלעס האב איך פארשטאנען, אויסער די ערשטע צוויי ווערטער.
ס'איז לשון קודש?

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 2:24 pm
דורך זר זהב
:lol: :like

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 1:51 am
דורך [NAMELESS]
[center]מזל טוב!!![/center]



[center]לידידינו הנפלא מעוד נעלה אוהב למעלה ונחמד למטה איש חי ורב תגובות נפלאות ויקרות מזהב ופז ופנינים יקרים, מלא שורות ותגובות ותשבחות. [/center]
[center]ה׳׳ה הרב משה געצל שליט״א[/center]

[center]לכבוד אייער דעגרייכן טויזענט תגובות וכולם שווים לטובה!!
יישר כוח פאר אלע אייער באלערנטע תגובות!!!
[/center]

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 2:15 am
דורך טעפל
משה געצל...............איך טרעף נישט יעצט די ריכטיגע ווערטער דיר צו דאנקען כ'וועל מוזען ווארטען כ'זאל זיך ריכטיג קענען צוזאמען נעמען, (און ביזדערווייל וועט משה געצל אריינהאקען מיט נאך אפפאר זאפטיגע ווערטער!)