בלאט 7 פון 12
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 9:59 pm
דורך פרישער
אוי עוזר קען שוין קיין וויץ נישט נעמען
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 10:39 pm
דורך מנשה לוסטיג
דאס פינטעלע בארד!
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 10:41 pm
דורך zurich
די פינטעלע יוד נוגין איז בעיסיקלי די זעלבע איידוע ווי די פרייע חברה אין ארץ ישראל זאגן: אני יהודי בלב!!
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 11:30 pm
דורך נולד מאוחר
איינער קען פליס שרייבן דא די ליריקס פון די ניגן פינטעלע איד.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 12:22 am
דורך [NAMELESS]
ווילסט ווערן פאפעלער? זאג אריין א וואויס נאוט קעגן ליפא אין וואטסעפ, און ווערסט ביז א מינוט זייער פופעלער
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 1:05 am
דורך [NAMELESS]
בארד! בארד! ווי דיין איד?
שישקערער! שישקערער! ווי דיין דאווענען?
פאשקעוויל! פאשקעוויל! ווי דיין חתימה?
איסור! איסור! ווי דיין כוחא דהתירא?
קול קורא! קול קורא! ווי איז געווען דיין אסיפה?
גאלדענע בעקיטשע! גאלדענע בעקיטשע! ווי איז דיין עבודה?
שווארצע ברילן! שווארצע ברילן! ווי קוקן דיינע אויגן?
לאנגע גאטשע! לאנגע גאטשע! ווי דיין קדושה?
גרויסע קאפעל! גרויסע קאפעל! ווי דיין יראת שמים?
ברייטע היט! ברייטע היט! ווי דיין הוראה?
שיפע טאש! שיפע טאש! ווי דיין צדקה?
פעפעטע הויזן! פעפעטע הויזן! ווי דיין שבת קודש?
שפיצעל! שפיצעל! ווי דיין איידעלקייט?
C/P
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 1:09 am
דורך אפטעמיסט
ראשעקאל ראשעקאל! מאכסט מיר לאכן
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 1:18 am
דורך דער (פינטעל) איד
BMW !BMW! ווי איז דיין געלט?
שיינע ברילן! שיינע ברילן! ווי איז דיין שמחה?
געשעווטע בארד! געשעווטע בארד! ווי איז דיין IQ?
היתר היתר! ווי איז דיין שאפינג קארט?
פערפיום סרוחערער! פערפיום סרוחערער! ווי זענען דיינע עכטע חברים?
לאנגע שייטל! לאנגע שייטל! ווי איז דיין נחת?
פעסני קראך הוט! פענסי קראך הוט! ווי איז דיין צדקה?
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 1:20 am
דורך יואליש
ס'וואלט זיך געמעגט שאפן אזא וועבזייטל "גמ"ח וואטסעפ" ווי מ'קען הערן די אלע דרינגענדע וואויסנאטלעך וואס ווערן אויסגעקלאפט אין די וואטסעפפ שולן - לטובת די אלע וועלכע האלטן זיך צו די הייליגע תקנות און פארמאגן נישט קיין סמארטפאן.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 3:28 am
דורך יואב
דער אשכול איז געוויס דאס מערסט באורינג, קינדיש און קארני אשכול דא אין שטיבל. (לדעתי שטייצעך). אפשר דער ניקלשבורגער אשכול איז מער; אויך זיבן בלעטער, אבער כאטש א מכיר את מקומו און זיצט (מער נישט) אין צימעס. ממש א קינדערגארטן. דער עולם קומט פילייכט פארדייען די לאטקעס דא, אן קיין סאך זיך קימערן איבער אראפשלעפן די ניווא פון קאווע שטיבל.
אגב, אלס גרינער אינעם עולם הסמייליס, ווינדערט מיך אביסל פשט. פון די סארט כ'האב ארויף געשטעלט דריי, שטייט "נערוועז". אני הקטן קלער אז דאס רעפרעזענטירט ליבערשט די שרי צימיסים וועלעכע זיצן אויפן אויבן אן מיט שטייפע שטרענגע געזיכטער ווי ס'זאל קאסטן געלט צו רירן זייער פיאות פארקעמטע קעפלעך, און קלאפן מיט גאפל צו מיט הענט אויף די ברעקלעך גע'טובל'ט אין שיף טעלערלעך זויער איגערקע צו קאלסלאו.
אין אזא פאל וואלט "נערוועז" געברויכט זיין דאס לעצטע ווארט--איינס נאך הייליג--צו באצייכענען אזאנע סמייליס; ווארים די חברה האבן דאך די וועלט'ס צייט, און וואלטן געזיצן דארט עד יעבור הצימעסיסטן כבני מרון—און אפילו נאכדעם אויך.
אלזא וועט מען ברויכן ווארטן אונזער בעל עגלה—א הויך-ראניגע סמייליאלעדזשיסט מיט א יובל ערפארונג—זאל קומען אנטשיידן דעם מיסטעריעזן נערוועזיטעט געקליידעט במלבושי צמיעות.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 8:35 am
דורך גנדי
אפטעמיסט האט געשריבן:ראשעקאל ראשעקאל! מאכסט מיר לאכן
ראשעקאל! קוק אפאר בלעטער צוריק.
זה שכרי מכל עמלי אז מיינע ווערטער ווערן צושפרייט אויף די וואטס-עפפ קוועלער.
איך האב עס שוין אפילו געזעהן אויף פעיס-בוק (ער זאגט אפילו ער ווייסט נישט ווער די מחבר איז)
ווען איך וואלט נאר באקומען ראיאלטי געלט דערפאר וואלט געווען געשמאקער פון סתם א שפתותיו דובבות ברכה...
סאטמאר אטאקירט שמעלצער
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 10:25 am
דורך נאר,,פרייליך
רבי שמואל שלמה טעלער פון סאטמאר קרית יואל פארדאמט היינט אין א רעדע איבער חכמת היוונית וכת ההשכלה דעם נייער סידי פון שמעלצער און טוט פארדאמען די וואס זענען אים מייחס אלס אן אויפגעקלערטער צו א ק''ש ליינער ער טענה'ט אז דער שמעלצער האט פשוט ניש באקומען באלדיגע הילף ווען ער האט עס געברויכט בעיסיקלי באשולדיגט ער דעם רבי'ןס שוואגער אינעם פרי
הערט זיין רעדע אויף 212.444.9899
250
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 10:30 am
דורך שמעקעדיג
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 10:30 am
דורך טיטאניק
ראשעקאל האט געשריבן:בארד! בארד! ווי דיין איד?
שישקערער! שישקערער! ווי דיין דאווענען?
שפיצעל! שפיצעל! ווי דיין איידעלקייט?
C/P
זייער הנאה געהאט
טענקיו!
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 10:47 am
דורך נאר,,פרייליך
גנדי האט געשריבן:אפטעמיסט האט געשריבן:ראשעקאל ראשעקאל! מאכסט מיר לאכן
ראשעקאל! קוק אפאר בלעטער צוריק.
זה שכרי מכל עמלי אז מיינע ווערטער ווערן צושפרייט אויף די וואטס-עפפ קוועלער.
איך האב עס שוין אפילו געזעהן אויף פעיס-בוק (ער זאגט אפילו ער ווייסט נישט ווער די מחבר איז)
ווען איך וואלט נאר באקומען ראיאלטי געלט דערפאר וואלט געווען געשמאקער פון סתם א שפתותיו דובבות ברכה...
דאס איז אויסגעשטיגען פון די געלונגענע שרייבערליך אין ק''ש אז זייער גאנצער עמל לוינט פאר אביסעל עטענעשאן פון עטליכע פעיסבוק און וואטס-עפפ קוועלער
און ניטאמאל האבען זיי דאס מינדעסטע זיך צו רימען דערמיט
אוי קאווע שטיבעל! קאווע שטיבעל! וואו איז דיין אינטעלעגענץ?
גנדי! גנדי! ווי זענען דיינע לייקס?
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 11:34 am
דורך סאשי פיש
באנדע ליימענע גולמים ! בארד ארויף בארד אראפ. די איינציגסטע חטא וואס די אזויגערופענע כלל טוערס האבן אויף אים דערווייל געטראפן איז ער זינגט און זיי שמעקט עפעס נישט די סטייל. א איך הער וויש דיך אפ די נאז און גיי ווייטער. ניין ער שרייט פארפירט בלאזט שימפט רעגט זיך זאג צדיקל איינער האט דיר געפרעגט ? דער מענטש האט א מוראדיגן טאלאנט פון מאכן גראמען & ניגונים אויפן פלאץ און איך האב עס שוין אליין צופעליג בייגעוואוינט. ער האט געמאכט א ניגון נישט דא קיין מילך קען ער דען טאקע נישט טרעפן קיין מילך אין די גאנצע שטאט ? געזונגען הענג אפ די פאון האט ער דען אויפגעהאנגען דעם פאון ? נאר וואס דען ראה מעשה ונזכר הלכה געווען א מעשה מיט די מילך, אה גוט מ'קען ארויסברענגען א שטארקע נקודה געזעהן די טעכנעלאגיע משוגעת לאז מיר זונגען מ'קען מאכן געלט דערויף יעצט זיך אפ געשוירן די בארד ווי רוב רובם כלל ישראל קיין חילוק פארוואס. האט זיך אנגעפאנגען, האסט געהערט ? ליפא האט אפגעשוירן זיין בארד האסט געהערט ליפא איז געווארן א שגץ האסט געהערט ? ער איז אראפ פון זינען, האט ער גענומען א הייליג ווארט & געמאכט דערפון א ניגון פשוט ארויסצוברענגען אז ס'איז נישט אלעס און די וועלט ענדיגט זיך נישט דא ! איי ווער איז ער ? שושו וואס די ביזט ווען ער האט עס אראפ גענומען ביזטאך געווען ביזי 2 טעג און א ציה יעצט שרייסטו ער רעפרעזענט נישט כלל ישראל טאקע נישט אבער זונגען ביזטו איינשטומיג אז ער מעג ? די רעפערעזענטס יא כלל ישראל ? די האסט דורך געלערנט הלכות בערד לשון הרע וכ' פאר די ווילדעוועסט אזוי ? זיי נישט משוגע און פארמאך דאס שיין פיסקל דיינעם. נעם ארויס די אמת שבו און פארטיג. יא ס'איז דא מענטשן מיט לאנגע בערד וואס זענען קיין אידן ליפא אנעם בארד טוט נאך אזויפיל גוטס ווי דיר מיטן לאנגן. ליפא זינגט נגינים וואס זענען מקרב לאבינו שבשמים און די שיסט סטעיטמענטס וואס זענען מרחק אידן ממקורם הראשון. ווערטס מיר אלע געזונט און נעם נישט דעם טיטל חסיד שוטה פאר דיין שטאלץ. בעטס דעם באשעפער ענק אריינצושיינען דעם אמת'ן אהבת ישראל & די שנאת חנם זאל פון ענק אוועקלויפן ! אמן ואמן א גוטן טאג.
ק/פ
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 12:31 pm
דורך אפטעמיסט
סאשי סאשי! ניקס ארויף ניקס אראפ. די איינציגסטע חטא וואס מיר ניקס האבן געטוען איז געשריבן געוויסע זאכן, און עס שמעקט דיר עפעס נישט אונזער צוגאנג און סטייל. איך הער, וויש דיך אפ די נאז און גיי ווייטער. ניין דו שרייסט פארפירסט בלאזט שימפסט רעגסט זיך. זאג צדיקל איינער האט דיר געפרעגט ? מיר ניקס האבן א מוראדיגן טאלאנט פון שרייבן דברי חכמה אויפן פלאץ און איך האב עס שוין אליין צופעליג בייגעוואוינט. איינער האט געשריבן עפעס וואס געפעלט דיר נישט, סאו וואט? אונז רעפרעזענטירן נישט קאווע שטיבל, טאקע נישט אבער שרייבן ביזטו איינשטומיג אז מיר מעגן ? דו רעפערעזענטס יא דעם שטיבל ? דו האסט דורך געליינט די תקנות השטיבל פאר דו ווילדעוועסט אזוי ? זיי נישט משוגע און פארמאך דאס שיין פיסקל דיינעם. נעם ארויס די אמת שבו און פארטיג. ווער מיר געזונט און נעם נישט דעם טיטל סאשי פאר קיין שטאלץ. בעט דעם באשעפער ער זאל דיר אריינצושיינען דעם אמת'ן אהבת ישראל און די שנאת חנם זאל פון דיר אוועקלויפן ! אמן ואמן א גוטן טאג.
ק/פ
------
מאנכע האבן מיר אויפמערקזאם געמאכט אז איך האב מעגליך באטראפן [tag]סאשי פיש[/tag] און מען האט מיר אפירגעהאלטן היתכן איך רייס אראפ אזא חשובע מעמבער, הגדול ממני בחכמה ובמנין. וויל איך דא קלארשטעלן אזוי: איך האב געשריבען מיינע שורות אלס הומור און ח"ו נישט אינזין געהאט צו וויי טוען עמיצער (פארקערט, איך האלט גאר ווי אים למחצה ולשליש אזוי כהאב געשריבן אין מיינע פאעזיעס). סאשי איז א כרכא דכולא ביה און ער ברויך נישט מיין הסכמה און איך בעט אים איבער ברבים און נעם זיך פאר צו מער אכטונג געבן וויאזוי איך שרייב.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 12:42 pm
דורך א שוויצער
סאשי פיש האט געשריבן:"ליפא אנעם בארד טוט נאך אזויפיל גוטס ווי דיר מיטן לאנגן." ליפא זינגט נגינים וואס זענען מקרב לאבינו שבשמים און די שיסט סטעיטמענטס וואס זענען מרחק אידן ממקורם הראשון.
ק/פ
ס'איז א לעצטערע סטייל געווארען ווען די טרעפסט א יוד ווי אימער נישט מיר נישט דיר מ'טרעפט אין אים עפעס ''גוטס'' ער טוט גוט'ס א לב טוב און זהו דער איז שוין הייליגער פון הייליג זאג נאר האסט פארגעסן א מאמר חז"ל חסד לאומים חטאת צו נאך פילע פירושים אין חסד,
ס'דא אינאף פינעם מקור הטומאה וואס קליידען זיך אהן אינעם הייליגען חסד מלבוש, און אטאקירען יענעם הלמאי די באקלאגסט זיך אויף מיר פון די גרעסטע אישי החסד וכו' וכו'
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 1:08 pm
דורך מצב הדור
די נעקסטע טעיפ פון ליפא:
האר האר וואו איז דיין פרוי, פרוי פרוי וואו איז דיין האר
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 1:09 pm
דורך דער (פינטעל) איד
א פאהר יאר צוריק איז שמעלצער געווען "בדרך" און "ק'ניינע הארע" "לעילא ולעילא".... נאכדעם איז ער געווארן א "פשוטער איד"... היינט איז געבליבן קוים "א פינטעלע איד".... ווער ווייסט וואס וועט זיין אין אפאר יאר ארום.
ק.פ.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 1:17 pm
דורך שמעקעדיג
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:א פאהר יאר צוריק איז שמעלצער געווען "בדרך"
ק.פ.
אפאר יאר ארום וועט ער זיין "אף די דרך"....
ק/ק/ק/ וואו איז דיין פ/פ/פ/פ/??
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 1:19 pm
דורך מצב הדור
major condemn on lipa's news cd by r' s"s teller on kol satmar 212-444-9899 ext.250
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 1:22 pm
דורך גאנצל
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:א פאהר יאר צוריק איז שמעלצער געווען "בדרך" און "ק'ניינע הארע" "לעילא ולעילא".... נאכדעם איז ער געווארן א "פשוטער איד"... היינט איז געבליבן קוים "א פינטעלע איד".... ווער ווייסט וואס וועט זיין אין אפאר יאר ארום.
ק.פ.
ער וועט שוין נישט האבן נישט קיין בארד און נישט קיין פינטעלע