בלאט 7 פון 21

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2013 6:21 pm
דורך יואב
מאיר_וואלף האט געשריבן:דיין קשיא איז זייער אום קלאר,
דו רעדטס פון צוויי וועגען אין עבודת ד'
אדער רעדסטו פון ואל תטוש תורת אמך
ווי פארשטייסטו אז מען קען זיך קלויבען א אייגענע מהלך

הער אויס! אז מיין קשיא איז דיר געוועזן אומקלאר, האסטו נישט געברויכט אריינטאנצן דא און ארומשלעפן מיט קורצע אומקלארע תגובות ,כאילו דו ביזט א רבי, און מיר חסידים פארקנייטשן זיך אויערן צו הערן צו די רבי האט געזאגט "זאל זיין", אדער "וועט זיין".
קומט א איד און איז מקרב בחורים, און צו ער זאל זיין גערעכט אדער נישט, האב איך נישט קיין DAMN אהנונג וואו זיין טאטע קומט דא אריין אינעם בילד.
פרעג איך א נארמאלע קשיא: פארוואס פארדינט זיך אזא איינער דעם טיטל "סאמטינג ראנג".
קענסט ענטפערן דערויף? דאן ענטפער ווי א מענטש. אונז קענען דיסעגריען, אבער א נארמאלע דעבאטע זאל דאס זיין.
דיין פענע ווערט עפעס נקטם ווי דער טויבער ר' סנדר זוהן'ס קול . אידישקייט, נייטראל, גויאישקייט, ראצינאל, מעסיג ועוד.

האב מיר א פרייליכן תמיד, און א גוט קוויטל.

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2013 6:33 pm
דורך מאיר_וואלף
האב איך טאקע נישט פארשטאנען אויף וואס די באצוזט זיך

אבער אויך דא איז שייך, אויב זיין טאטע האט נישט געהאלטען פון קירוב רחוקים, גייט דאס אויך אריין אין די פריערדיגע תגובה

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2013 6:46 pm
דורך געפילטע פיש
הייסט אויב מיין טאטע איז אן אגודיסט טאר איך נישט ווערן קיין קנאי?

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2013 6:49 pm
דורך איך אויך
יואב האט געשריבן:
מאיר_וואלף האט געשריבן:"און אויב וויל ער אונטערנעמען א מעסיג ראציאנאלער מהלך"

א מעסיג ראציאנאלער מהלך, האט נישט מיט אידשקייט, וכו' וכו' וכו'

מיי גאש! וואו האט אידישקייט זיך געטראפן א וועג אריין דא, און אגב פון וועלעכע אידישקייט רעדסטו?

פרעג בעסער ווי בעלזא קומט דא אריין?

עפעס א בעלזא בעשינג ליילעך האט זיך אויסגעשפרייט אויפן שטיבל די לעצטע טעג ,רעדט מען פונעם מונקאטשער רב'ס ברכות בדרך כבוד קומט ר' קופי שליט"א און ווארפט אריין עפעס וואס לדעתו וועט טשעפענען בעלזא, רעדט מען פונעם קדושת ציון מישט עפעס א צוייטער חכם א קאשע מיט בעלזא, רעדט מען פונעם קלויזעבורגער איז ווייטער בעלזא אריינגעשפרונגען אינדערמיט ,והעולה על כולנה דא אינעם אשכול ווי א ס"ח פארסרחט דעם צימער מיט זיינע נפיחות. וואסי פשט דערפין?

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2013 7:38 pm
דורך קאווע טרינקער
ווינקל ווינקל גז"ש, וד"ל.

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2013 7:42 pm
דורך איך אויך
איני ד"ל.

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2013 8:01 pm
דורך קאווע טרינקער
קאווע שטיבל: א רוהיג ווינקל
בעלזא: א ווינקל

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2013 8:13 pm
דורך איך אויך
אה קאווע קאווע לג"ש.

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2013 8:31 pm
דורך מאיר_וואלף
געפילטע פיש האט געשריבן:הייסט אויב מיין טאטע איז אן אגודיסט טאר איך נישט ווערן קיין קנאי?

דו האסט דאך מיר געשריבען אין אישי:
"מיר מעגן האבן חילוקי דיעות, זייט מיר געזונט."

נשלח: פרייטאג יולי 26, 2013 8:52 am
דורך נאר,,פרייליך
Hear the firey drushes @mamed "hachuna l'msiras nafash" 7183628800 27-4-10

אט די פייעדיגע רעדעס פין הרבנים הגאונים איבער'ן חובת השעה און איבער די חיוב פין יעדן יודיש בחור צו שטיין גרייט במסי''נ קעגן די מלכות הרשעה טוט אריינבלאזען א חיות אין יודישע קינדער ווייזענדיג אז עוד ישראל רד עם קל ועם קדושיו הוא נאמן

און די קאווע טרינקער וחביריו הניקים קענען גיין פראווענען מסיבות מיטען ראש הממשלה ושותפיו און שפילען מה יפית צו יעדן שייגעץ וכופר וואס דרייט זיך אינעם כלל ישראל ווי די ערב רב ויוצאי חלציהם

און כלל ישראל וועט ווייטער גיין אויף איר ריינעם אויסגעטרעטענעם וועג מיט וואס זי האלט זיך יארען לאנג אין גלות און שטייט נאך ביזען היינטיגען טאג על אפם ועל חמתם פין די שונאי כל טהרה

וגם נצח ישראל לא ישקר!!!!

נשלח: פרייטאג יולי 26, 2013 9:31 am
דורך קאווע טרינקער
שוין צייט צו טוישען דיין ניק צו "נאר,,וויינען".

נשלח: פרייטאג יולי 26, 2013 10:12 am
דורך יאיר
קאווע טרינקער האט געשריבן:שוין צייט צו טוישען דיין ניק צו "נאר,,וויינען".

פארוואס איז עס טאקע אזוי אז אלע בדחנים און פרייליכע אידן ווערן עפעס צוגעלייגט און פארקוועטשט ווען זיי קומען צו ק"ש? כ'האב אלץ געמיינט אז קאווע מאכט לעבעדיג און מונטער.

נשלח: פרייטאג יולי 26, 2013 10:18 am
דורך נאר,,פרייליך
בחדרי טוט פובליצירען דעם נטרונא קליפ און איז מסביר שיטת סאטמאר בנוסח בחדרי

http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=5 ... t=1&scat=3

נשלח: פרייטאג יולי 26, 2013 10:31 am
דורך נאר,,פרייליך
ברוך מחיה מתים!!! די מועצת האט זיך אויפגעוועקט ס'איז צו ערווארטען א ישועה גדולה נאך דעם זיצונג ווי עס וועט ווידערהאלט ווערן אז פראוואקאציעס און מחאות זענען פארבאטען און די סיקריקישע געפירעכץ זענען די הויפט שולדיגע אין די גזירה
די רעזאלוציע וועט לכאורה בלייבען די זעלבע ווי פאריגע מאל אז מיר האבען ב''ה געטרייע שבעת המינים אינעם כנסת און כלל ישראל קען שלאפען רואיג
עי' בחדרי
קליקט דא אויפען לינק

http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=5 ... =6&scat=40

נשלח: פרייטאג יולי 26, 2013 10:33 am
דורך פידלער
יאיר האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:שוין צייט צו טוישען דיין ניק צו "נאר,,וויינען".

פארוואס איז עס טאקע אזוי אז אלע בדחנים און פרייליכע אידן ווערן עפעס צוגעלייגט און פארקוועטשט ווען זיי קומען צו ק"ש? כ'האב אלץ געמיינט אז קאווע מאכט לעבעדיג און מונטער.

איך וואלט נישט באשולדיגט ק"ש. ס'זעעט מיר אויס צו זיין א פאל פון negation of Andreas Demetriou's theory אז א מענטש'ס self-awareness אנטוויקעלט זיך, אנגעהויבן פון געבורטס. איך האב מורא אז די ניקס זענען וויאזוי די מענטשן זעען זיך, נישט אן אפשפיגלונג פון ריאליטעט. אין אנדערע ווערטער, ס'פעלט self-awareness.

אדער איז עס ווישפאל טינקינג -- למשל איך שפיל מוזיק ווי א קאץ און איך רוף מיך פידלער.

נשלח: פרייטאג יולי 26, 2013 11:08 am
דורך למדן
נאר,,פרייליך האט געשריבן:[color=#004080]ברוך מחיה מתים!!! די מועצת האט זיך אויפגעוועקט ס'איז צו ערווארטען א ישועה גדולה נאך דעם זיצונג ווי עס וועט ווידערהאלט ווערן אז פראוואקאציעס און מחאות זענען פארבאטען און די סיקריקישע געפירעכץ זענען די הויפט שולדיגע אין די גזירה
די רעזאלוציע וועט לכאורה בלייבען די זעלבע ווי פאריגע מאל אז מיר האבען ב''ה געטרייע שבעת המינים אינעם כנסת און כלל ישראל קען שלאפען רואיג
עי' בחדרי
[/color]

http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=5 ... =6&scat=40

נאר,,פרייליך האט געשריבן:ברוך מחיה מתים!!! די מועצת האט זיך אויפגעוועקט ס'איז צו ערווארטען א ישועה גדולה נאך דעם זיצונג ווי עס וועט ווידערהאלט ווערן אז פראוואקאציעס און מחאות זענען פארבאטען און די סיקריקישע געפירעכץ זענען די הויפט שולדיגע אין די גזירה

לכתחלה מאי קסבר ולבסוף מאי קסבר? יא עס איז גרינגער צו ליינען די גיהעריגע וועג...

נשלח: פרייטאג יולי 26, 2013 11:16 am
דורך נאר,,פרייליך
למדן האט געשריבן:

אין ק''ש זענען פאראן פילע סארט נשמות פאר למדן כמותך
וועט לכאורה פארשטיין איינע פון די צוויי תגובות

נשלח: פרייטאג יולי 26, 2013 12:50 pm
דורך קאווע טרינקער
כ'האב מורא אז ס'דאס ערשטע מאל אין קאווע שטיבל וואס א צווייטע ניק מאכט מיר פשוט פארעקעלט פון אריינקומען דא.
אזא ניק ווי דו וואלט געדארפט זיין אויס געשפארט פון שרייבן אינדערויסן פון צימעס.

ס'אפשר קעגען די תקנות, צו רעדן אזוי צו א צווייטע ניק, אבער אלץ הוראות שעה הותרה.

נשלח: פרייטאג יולי 26, 2013 12:59 pm
דורך סאשי פיש
עס קומט שוין ארויס פון די נאז בעלז מיט סאטמער און נאכאמאל סאטמער מיט בעלז וחוזר חלילה
איך ווייס באמת נישט וואס ער וויל איך האלט אז ער האט נאך אפאר נעמען ווער עס פארשטייט פארשטייט

נשלח: פרייטאג יולי 26, 2013 2:17 pm
דורך לאליפאפ
משה וואלף, וואו די גיהינום שטייט אין די תורה אדער להבדיל קוראן אדער ווי אימער אז מ׳מוז האלטן ווי דעם טאטענ׳ס שיטה? דו מאכסט עס ווי א שטיק לוחות: ביסט א איד ווייל דיין טאטע און דיין זיידע... הא? איך בין א איד ווייל איך בין געשטאנען ביים בארג סיני. פול סטאפ

נאר,,_____! דו דערמאנסט מיך פון ״נטורי קרתא עסקן״ וואס יעדער מוז צו שטימען מיט אים און טאמער נישט..,,!!??

נשלח: פרייטאג יולי 26, 2013 2:19 pm
דורך קאווע טרינקער
דו ביסט געשטאנען ביים בארג סיני? געדענקט אזוי?
אה, ווייל דו גלייבסט אין חז"ל אז אלע נשמות זענען געווען דערביי, נו, פארוואס גלייבסטו?
פון ערגעץ מוז זיך די אמונה אנהייבן.

נשלח: פרייטאג יולי 26, 2013 2:30 pm
דורך לבי במזרח
קאווע טרינקער האט געשריבן:כ'האב מורא אז ס'דאס ערשטע מאל אין קאווע שטיבל וואס א צווייטע ניק מאכט מיר פשוט פארעקעלט פון אריינקומען דא.
אזא ניק ווי דו וואלט געדארפט זיין אויס געשפארט פון שרייבן אינדערויסן פון צימעס.

ס'אפשר קעגען די תקנות, צו רעדן אזוי צו א צווייטע ניק, אבער אלץ הוראות שעה הותרה.

Agreed!!! I didn't wanna say it cuz I'm pretty new here and figured that I possibly didn't see it all yet, but I've never seen such a troll here in the coffee room, both in quality and in substance. This is very much like all the other places.

Just my humble opinion.

נשלח: פרייטאג יולי 26, 2013 3:06 pm
דורך יואב
[tag]נאר,,פרייליך[/tag] , נאכפאלגענדיג א היבש קאנטראווערסיאלע תגובה פון דיר, האב איך דיר נעכטן נאך אויף בלאט #5 געפרעגט א פשוט'ן קשיא וואס ענגבערט מיר. איך ווייס נישט צו איר האט דאס באמערקט. קען זיין ס'איז פארוואסערט געווארן מיט 2 פרישע ליידיגע אינהאלטספארימע בלעטער.
האברך ר' מאיר וואלף ני"ו, האט דאס אומסוקסעספול געפריווט צו פארענטפערן. קען זיין איר האט מיר שוין קאטאגארירט מיט [tag]קאווע טרינקער[/tag] וחבריו. וויאזוי עס זאל נאר יא זיין, וועל איך זעלבס ציטירן מיין נעכטיגן פראגע.
יואב האט געשריבן:
נאר,,פרייליך האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:
נאר,,פרייליך האט געשריבן:ס'ליידער א גרויסע בושה פאר'ן גזע מ'תולדות אהרן
א שטיקעל לימוד זכות איז פאראן אז דער מבקשי אמונה האט זיך ליידער געמיטשעט יארען מיט זש''ק וואס האט אים ארייהגעפירט אין התחזקות ביז ס'נעבעך דאס ארויסגעקראכען
ער ארבעט אצינד אויך אויף זיינע צוויי ברידער אז זיי זאלען מער נתקרב ווערן צום בעלזער

אשפ"ג!!!!! :lol: :lol: :lol: :lol:
מיין כרס וכליות ווארפען זיך פאר געלעכטער...

ס'הייבט זיך אן מיט "התחזקות", ס'קוילערט זיך צו רעדן מיט בחורים/אינגעלייט, שומרי תורה ומצות, וואס שטעלן איין זייער לעבן פאר א צווייטען איד, ביז ליידער ליידער ליידער ס'קומט אן אז מ'טוט פעולות צו ווערן נאנט מיטן.... בעלזא רב אליין!! א מענטש וואס האט נאר גוסט געטוהן פאר כלל ישראל. רח"ל.

ס'נישט נוגע צו בעלזע רב האט נאר געטין גוט'ס כל ימי חייו צו בלויז דאס היפוך ווי ס'ווייזט זיך אויס אז ער איז דער איינציגסטער פירער ביים יהדות החרדית וואס האט מכריח געווען מיט זיינע פעולות צו ארויסברענגען פיע גדולי ישראל כנגדו
אבער דאס אז א קינד פינעם תולדות אהרן'ער וואס האט אים אזוי באקעמפט
זאל קימען אצינד און טערארזירען די ממשיכי דרכו פון זיין טאטען צו גיין חנפענען און לעקן בעלז
איז סאמטינג ראנג וויט הים

עס ענגבערט מיר שוין לאנג די קשיא בכלליות, אלץ ווען חדש אסור מן המנהגים'ניקעס טרעפן זיך מיט וואס צו זיין באשעפטיגט. אבער אז דו האסט דאס דערמאנט דא, לאמיר דיר פרעגן. קענסט מיר מסביר זיין וואו זיין טאטנס אידילאגיע קומט אריין אינעם בילד? א רבישע קינד"ס מהלך המחשבה איז עפעס צוגעטשעפט צו זיין טאנטנ'ס מח ווי מאיר פרוש'נס קייטן צום מייק? וויבאלד זיין טאטע האט ארויפגעזיגלט א רעבישן כתובת קעקע אויף אים ביזן אלף הששי, און אים פארזיכערט א אויבן אן זיץ אינעם היכל הצימעס עד סוף כל הדורות, האט ער פארלוירן דעת עצמו? און אויב וויל ער אונטערנעמען א מעסיג ראציאנאלער מהלך, דאן פארדינט ער זיך א "סאמטינג ראנג" טיטול ? אדרבה קלער מיך אויף, קען זיין כ'האב א בלאקעדש.