בלאט 7 פון 9
נשלח: מאנטאג יולי 29, 2013 7:34 pm
דורך [NAMELESS]
שלמהלע האט געשריבן:אבער מה נעשה אז אויף קאווע שטיבל האלט מען אנדערש? אויף קאווע שטיבל האלט מען פונעם סיסטעם! נישט די אידישע סיסטעם, נישט די היימישע סיסטעם, טפוי! די סעקולערע סיסטעם! זיי האבן דאס בעסטע אויף די וועלט.
[tag]שלמהלע[/tag]/ אויף קאווע שטיבעל האלט "מען" אנדערש? איך האב דא קיינמאל נישט געזעהן א ניק "מען". און וועגן אלע אנדערע 1100 ניק'ס, זעה איך אייביג אלע מיני מיינונגען.... און אויב וואלט ליטוואק אדער אוטספאקען געזאגט זייער מיינונג אין טיימס סקווער וואלסטו אויך.געזאגט אז "אין טיימס סקווער האלט מען וכו'".....
נשלח: מאנטאג יולי 29, 2013 8:03 pm
דורך שלמהלע
קענסטאך פרעגן אנדערש: שלמה'לע אליין איז אויף קאווע שטיבל און ער האלט נישט אזוי???
לאמיך דיר עס עקספלעינען ברחל בתך הקטנה.
סאום האו איז קאווע שטיבל מלא וגדוש מיט די "געפערליכע" קארופציע וואס גייט פאר ביי אונזער היימישע עולם, און די מוראדיגע גלאנץ ארויס פון אונזער ד' אמות, ערגעץ אנדערש הער איך דאס נישט נאר דא. אזאלכע מיינונגען ווערן ביי מיר אידענטיפיצירט אלץ "קאווע שטיבל" מיינונגען אנשטאט אויסצורעכענען די גאנצע ליסטע פון אינדיוויואלען אויף קאווע שטיבל.
עס איז בעסיקלי אזויווי דו פארשטייסט אז גוים קוקן אן אלע אידן ווי איינס, די מאדערענע קוקן אן אלע חסידישע אידן ווי איינס, די חסידישע קוקן אן אלע וויליאמסבורגער אידן ווי איין מיינונג, די וויליאמסבורגער קוקן אן אלע ראדני אידן ווי איין מיינונג?
אזוי קוקן מיר אן אלע קאווע שטיבל אידן ווי איין מיינונג. די הסבר איז פשוט.
גיי זיי מסביר פאר א פרעמדער אז נישט יעדער אין קאווע שטיבל האלט די זעלבע.
נשלח: מאנטאג יולי 29, 2013 8:09 pm
דורך יואליש
ווען איך בין סטאק אויפן ראוד און א חבירים מעמבער העלפט מיר, גייט מיך גאנץ ווייניג אן די זייטיגע פערזענליכע און אפי' קינדערישע בענעפיטן וואס דער מעמבער האט פון זיין א מעמבער. דאס זעלבע מיט הצלה און אנדערע ארגענעזאציעס. די שיינקייט פון טוהן חסד איז אז דער באטרעפענדער האט הנאה אפגעזעהן פון די פניות פון דער פראוויידער פון חסד. פארוואס ערווארטן א הימלישע לשם שמים? מיין תכונות הנפש וואלט מיר קיינמאל ערלויבט צו דינען אין מיליטער און ברויכן אויפהייבן א ביקס און עס צילן אויף אן אנדערע מענטש, פארט בין איך דאנקבאר פאר די זיכערהייט וואס א מיליטער שטעלט מיר צו אלס בירגער אין לאנד.
ס'איז נישט אלעס אדער גארנישט.
דאס מיינט אבער נישט אז מ'איז נישט בארעכטיגט צו קריטיקירן דארט ווי מ'שפירט אז א לעלו מאכט שאדן, למשל ווען אן הצלה מאן קומט אהיים און פארציילט פארן אשת חיל די אינהאלט פון א צווייטן'ס מעדעצין טשעסט און די אשת חיל טיילט עס מיט בסוד סודות פאר איר בעסטע שוועסטער, וועלכע פארציילט עס פאר איר מאן וועלכער פארציילט עס ביים שלום זכור אן א נאמען און דער חבר כאפט פון וועם מ'רעדט און רופט אן זיין מאמע אפצורעדן א שידוך. קריטיקט ברויך זיין קאנסטרוקטיוו און געצוימט.
נשלח: מאנטאג יולי 29, 2013 8:10 pm
דורך יואליש
שלמהלע האט געשריבן:
עס איז בעסיקלי אזויווי דו פארשטייסט אז גוים קוקן אן אלע אידן ווי איינס, די מאדערענע קוקן אן אלע חסידישע אידן ווי איינס, די חסידישע קוקן אן אלע וויליאמסבורגער אידן ווי איין מיינונג, די וויליאמסבורגער קוקן אן אלע ראדני אידן ווי איין מיינונג?
דו טענה'ס פאר דיר אדער קעגן דיר. איז עס אזוי בארעכטיגט און פארשטענדליך?
נשלח: מאנטאג יולי 29, 2013 8:23 pm
דורך יפיש חייהון
דרייט זיך אויפ וואטס-אפ
Let me be the only cynical heartless critical-thinking SOB around
דזשאו הגדול
דאס טאטע און מאמע דארפן כאפן גוטע פעטש!!! דאס קינד האט נישט געכאפט אוטיזים נעכטען ביינאכט. ער איז שוין כמה וכמה פעמים אוןעק געלאפן און אזא קינד דארפ א דזשי פי עס טשיפ אין זיין קערפער (אזוי ווי רוב קעץ און הינט האבן היינט) דאס אז מ׳האט עס שוין באשטעלט און מ׳ווארט אויפ דעם, רבותי איך קויפ עס נישט!!! פלוצלינג ווען די חורבן ווערט גרויס און די מידיא ווערט אינטרעסירט ווילן זיי אז איך זאל גלייבן אז מ׳האט נארוואס באשטעלט א gps. אזא קינד דארף זיין איינגעשפארט ביז ער האט א טשיפ!!! עס איז אפשר נישט איינגענעם פארן עלטערן אבער ווי איז דאס אחריות?!?! פארוואס דארפן טויזענטר אידן זיכען א גאנצע נאכט אין די בלאטע?!?! און פארוואס דארפן צענדליגע טויזענטע אידן זיין באזארגט און זאגן תהילים א גאנצע נאכט?!?! ווייל עס איז דיר נישט באקוועם צו איינשפארן דיין זון אין א משוגעים הויז ביז די gps קומט אהן. (דאס באבע תי׳ אז מ׳האט עס באשטעלט קומט מסתמא פון א לאיער) איך האב נישט קיין טענות צום קינד ער איז ליידער נישט געזונט אבער די עלטערן קומט גוטע קלעפ אדער זאל מען אוועק נעמען דאס קינד. ווייל עס היינט ברור כחמה אז אדער קערן זיי נישט פאר אים אדער קענען זיי פשוט נישט קער נעמען פון אים.
נשלח: מאנטאג יולי 29, 2013 8:29 pm
דורך יואליש
דאס איז שוין איינמאל אן עס או בי! זיצט זיך אינעם פאטעל און טיילט - שמערניש ווייניגער - שלעק פאר א לקתה בכפליים'דיגע עלטערן. ס'זענען פארהאן הונדערטער אוטיסטיק קינדער און ער טיילט נישט קיין פעטש פאר קיינעם, בלויז ווייל ער איז דורכגעגיינגען 12 שעה פון אנגסט גייט אים די בלוט אין קאפ היתכן די עלטערן טוהן דאס צו אים דער אויסגערעכענטער טאטע. כאילו די עלטערן זענען געגיינגן קויפן קאפאטשינאו און געכאפט א שפאציר ביים לעיק. הא דעיר יו סעקאנד געס די הארץ פון א מאמע!
זאג נאר, דו וואטסעפ שרייבער וואס טיילט שלעק פון זיין קיך זיפענדיג א פיינע הינדל זופ: וואס האסטו געטוהן היינט צו פארזיכערן אז דיין קטנצ'יק בשעת דיין פרוי איז אויפן טעלעפאן ריקט נישט צו א בענקל צום גאז רענטש און שלעפט אראפ א קאכעדיגע טאפ זופ צו כאפן א ערשטן דעגרי ברי אויף ניינציג פראצענט פונעם צערטליכן גוף? איז דיין גאנצע לעבן אויסגעשטעלט צו זיין קינדער-פרוף פון יעדע מעגליכע קאטאסטראפע? דיינע אוטלעטס זענען אנגעפילט מיט פלאסטיק אז דיין קליינטשיקס זאל נישט אריינריקן א גופעל און זיך עלעקטרעקיוטן על קידוש השם? האסט שוין אנגעריסן דיין ווייב פארן נישט צושפארן די ביה"כ און ערלויבן זכות כניסה להוצאה מיט א קאנטראל ווי ביי א גאז סטאנציע כדי דיין איין-יעריגס זאל זיך נישט טובלן פאר די טהרה? סארא מאנדעי מארנינג קווארטערבעקינג איז דאס?
נשלח: מאנטאג יולי 29, 2013 8:42 pm
דורך לכבוד שבת קודש
יפיש חייהון האט געשריבן:
דאס טאטע און מאמע דארפן כאפן גוטע פעטש!!! דאס קינד האט נישט געכאפט אוטיזים נעכטען ביינאכט. ער איז שוין כמה וכמה פעמים אוןעק געלאפן און אזא קינד דארפ א דזשי פי עס טשיפ אין זיין קערפער (אזוי ווי רוב קעץ און הינט האבן היינט) דאס אז מ׳האט עס שוין באשטעלט און מ׳ווארט אויפ דעם, רבותי איך קויפ עס נישט!!! פלוצלינג ווען די חורבן ווערט גרויס און די מידיא ווערט אינטרעסירט ווילן זיי אז איך זאל גלייבן אז מ׳האט נארוואס באשטעלט א gps. אזא קינד דארף זיין איינגעשפארט ביז ער האט א טשיפ!!! עס איז אפשר נישט איינגענעם פארן עלטערן אבער ווי איז דאס אחריות?!?! פארוואס דארפן טויזענטר אידן זיכען א גאנצע נאכט אין די בלאטע?!?! און פארוואס דארפן צענדליגע טויזענטע אידן זיין באזארגט און זאגן תהילים א גאנצע נאכט?!?! ווייל עס איז דיר נישט באקוועם צו איינשפארן דיין זון אין א משוגעים הויז ביז די gps קומט אהן. (דאס באבע תי׳ אז מ׳האט עס באשטעלט קומט מסתמא פון א לאיער) איך האב נישט קיין טענות צום קינד ער איז ליידער נישט געזונט אבער די עלטערן קומט גוטע קלעפ אדער זאל מען אוועק נעמען דאס קינד. ווייל עס היינט ברור כחמה אז אדער קערן זיי נישט פאר אים אדער קענען זיי פשוט נישט קער נעמען פון אים.
וואו איז דער אמאליגער אידישער חן פארשוואונדן געווארן? - נישט אזוי לאנג צוריק האט א איד נישט גע'חלומ'ט אזוי צו טראכטן. וואו איז דער שיינער אידישקייט פון דער נישט ווייטער פארגאנגענהייט, פון זיך זארגן איינער אויפן צווייטן, פון מיטשפירן איינער פארן צווייטן? - וואו איז דער היימישע ברידערליכקייט פארשוואונדן געווארן?
א שאד, א שאד אז מען באגראבט זיך אליין.
יתמו חטאים ולא חוטאים.
נשלח: מאנטאג יולי 29, 2013 8:45 pm
דורך שרייבער
יפיש חייהון האט געשריבן:דרייט זיך אויפ וואטס-אפ
Let me be the only cynical heartless critical-thinking SOB around
דזשאו הגדול
דאס טאטע און מאמע דארפן כאפן גוטע פעטש!!! דאס קינד האט נישט געכאפט אוטיזים נעכטען ביינאכט. ער איז שוין כמה וכמה פעמים אוןעק געלאפן און אזא קינד דארפ א דזשי פי עס טשיפ אין זיין קערפער (אזוי ווי רוב קעץ און הינט האבן היינט) דאס אז מ׳האט עס שוין באשטעלט און מ׳ווארט אויפ דעם, רבותי איך קויפ עס נישט!!! פלוצלינג ווען די חורבן ווערט גרויס און די מידיא ווערט אינטרעסירט ווילן זיי אז איך זאל גלייבן אז מ׳האט נארוואס באשטעלט א gps. אזא קינד דארף זיין איינגעשפארט ביז ער האט א טשיפ!!! עס איז אפשר נישט איינגענעם פארן עלטערן אבער ווי איז דאס אחריות?!?! פארוואס דארפן טויזענטר אידן זיכען א גאנצע נאכט אין די בלאטע?!?! און פארוואס דארפן צענדליגע טויזענטע אידן זיין באזארגט און זאגן תהילים א גאנצע נאכט?!?! ווייל עס איז דיר נישט באקוועם צו איינשפארן דיין זון אין א משוגעים הויז ביז די gps קומט אהן. (דאס באבע תי׳ אז מ׳האט עס באשטעלט קומט מסתמא פון א לאיער) איך האב נישט קיין טענות צום קינד ער איז ליידער נישט געזונט אבער די עלטערן קומט גוטע קלעפ אדער זאל מען אוועק נעמען דאס קינד. ווייל עס היינט ברור כחמה אז אדער קערן זיי נישט פאר אים אדער קענען זיי פשוט נישט קער נעמען פון אים.
אזוי רעדט נישט איינער מזרע היהודים, מען זאל נישט געפרובט ווערן מיט אזעלכע קינדער ה"י
נשלח: מאנטאג יולי 29, 2013 8:46 pm
דורך יואליש
אזוי רעדט א ע*** ה***, מיט אדער אן א ברית.
נשלח: מאנטאג יולי 29, 2013 8:49 pm
דורך חזקיהו המלך
ווער ס'קען מיר שיקען אין אישי די קאנטאקט אינפארמאציע פין די משפחה פין דעם קינד טוט א מצוה,
נשלח: מאנטאג יולי 29, 2013 9:19 pm
דורך קרעקער
כהאב שוין אמאל געשיריבען דעתי העניה אז צומאל שרייבען ניקס אזעלכע פאוסטס ווי דאס מיטען ציל אונטערצוברענגען און פארמיסען אלע שרייבער פונעם קאווע שטיבעל
ניין איך האלט נישט אזוי און קיין יוד טאר נישט אזוי רעדען (ווען יא שרייב איך ווען צוריק אי,ה ביי דיר אויף שמחות)
נשלח: מאנטאג יולי 29, 2013 9:44 pm
דורך יפיש חייהון
דאס גרופע-טראכטען איז א מורא׳דיגע חורבן, קיינער זאגט נישט אז די טאטע און מאמע ליידן נישט געפערליך, קיינער זאגט נישט אז זיי האבן א זיסע לעבען, אבער דאס קינד לויפט כסדר אוועק אביסל אחריות וואלט נישט געשאדט. דער ביג דזשאו האט אפשר געשריבן צו שארף ״פעטש, צונעמען דאס קינד״ אבער ׳ביג פיקטשער׳ איז ער גערעכט אז איינער האט א פראבלעם זאל ער טוען כל מה שביכולתו צו פארקלענערן די ריזקע. אויב וואלט דאס קינד ח״ו געשעדיגט געווארן אדער ערגער ר״ל וואלט יעדע געטראכט פארוואס האט די טאטע נישט געהאט א gps אויפן קינד, וויבאלד מ׳האט אים געטראפן געזונט לייגט מען נישט קיין אחריות אויפ קיינעם (כנהוג במקומותינו יעדער העלפט ווען עס ווערט צו שפעט, נאך מ׳כאפט די הארץ אטאקע פון די חובות, נאך די בחור פליט פון ישיבה, נאך די ישיבה פארמאכט זיך וכו׳)
הקיצור ער איז נישט גערעכט אבער אויך נישט ראונג, וויבאלד ער האט נישט א קראנקע קינד א.א.וו. מיינט נישט אז ער קען נישט פאדערן אז א טאטע זאל לייגען א דזשי פי עס אויפ א קראנק קינד וואס לויפט אוועק
נב ווען עפעס וואלט יא געשעהן פארן קינד וואלטן אינז אלע געדארפט הערן דרשות און זיך אינטערנעמען זאכען ווייל אינז מיינט מען דאך, ממילא האבן אינז א רעכט צו זאגען דעות
נשלח: מאנטאג יולי 29, 2013 9:51 pm
דורך מ. גליקמאן
דער מר. דזשאו הגדול איז לגמרי נישט גערעכט, עט-ליעסט ווי לאנג ער ווייסט נישט אויף זיכער אז די טאטע מאמע האבן טאקע נאכנישט באשטעלט א GPS, און דעמאלט קען ער אויך נישט רעדן ווילאנג ער שטייט נישט אין זייער שיך!
דעי 'כמה וכמה פעמים' איז סך הכל די צווייטע מאל יעצט, וואס די ערשטע מאל איז געווען פאריגע וואך! און בלויז ווייל ער זוכט די אטענשאן האט ער נאכנישט די רעכט אזוי אראפצורייסן אן אומשולדיגן טאטע און מאמע, און רעדן כאילו ער ווייסט פאר א פאקט אז זיי זאגן ליגענט.
נשלח: מאנטאג יולי 29, 2013 9:57 pm
דורך יואליש
די פאוינט איז אז ער ווייסט נישט וואס די עלטערן האבן יא אדער נישט געטוהן. ער מעג קריטיקירן אבער ער נישט ווען ער נעמט זיין אינפארמאציע פון אפאר טוויטער פאוסטס. אן האבן מער אינפארמאציע, ביי דיפאלט, נעם איך אן אז די עלטערן טוהן וואס זיי קענען און א גליטש פאסירט ביי יעדן אריינגערעכענט דעם זשאו הגדול. כ'האב געפרעגט מיט דוגמאות וואס ער טוט פאר די סעיפטי פון זיינע קינדער. ביי דיפאלד האלט איך אז זשאו הגדול והנורא איז אן אחריות'דיגע טאטע (אפשר א נוח לכעוס, אבער נישט געפערליך), פארט מאכט זיך צייטן וואס ער וואלט נישט געוואלט ווערן געמאסטן פון אויבן אראפ דורך א דרויסענדיגער. ער האט נאך קיינמאל נישט איבערגעלאזט א הייסע ביגל אייזן און געמיינט ס'איז אויסגעלאשן?
נשלח: מאנטאג יולי 29, 2013 10:55 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: מאנטאג יולי 29, 2013 11:04 pm
דורך סאשי פיש
סאשי פיש האט געשריבן:@moseh718: די טאטע אין די מאמע פין די קינד זענען יעצט געווען ביי א ברכה ביי סאטמער רבי מהרז'ל, אין ער האט אנגעווינטשען אז מען זאהל אים טרעפן אומבארירט.
קיינער כאפט נישט די מופת!!
נשלח: מאנטאג יולי 29, 2013 11:20 pm
דורך MickyMouse
Second guessing איז זייער פאפולער. עס קומט פון ב״ה נישט זיין אין יענעם׳ס שיך.
מען דארף נאר וויסן אז קיינער איז נישט פארזיכערט פון גאט׳ס חסדים.
נשלח: מאנטאג יולי 29, 2013 11:21 pm
דורך הערשי
יואליש האט געשריבן:דאס איז שוין איינמאל אן עס או בי! זיצט זיך אינעם פאטעל און טיילט - שמערניש ווייניגער - שלעק פאר א לקתה בכפליים'דיגע עלטערן. ס'זענען פארהאן הונדערטער אוטיסטיק קינדער און ער טיילט נישט קיין פעטש פאר קיינעם, בלויז ווייל ער איז דורכגעגיינגען 12 שעה פון אנגסט גייט אים די בלוט אין קאפ היתכן די עלטערן טוהן דאס צו אים דער אויסגערעכענטער טאטע. כאילו די עלטערן זענען געגיינגן קויפן קאפאטשינאו און געכאפט א שפאציר ביים לעיק. הא דעיר יו סעקאנד געס די הארץ פון א מאמע!
זאג נאר, דו וואטסעפ שרייבער וואס טיילט שלעק פון זיין קיך זיפענדיג א פיינע הינדל זופ: וואס האסטו געטוהן היינט צו פארזיכערן אז דיין קטנצ'יק בשעת דיין פרוי איז אויפן טעלעפאן ריקט נישט צו א בענקל צום גאז רענטש און שלעפט אראפ א קאכעדיגע טאפ זופ צו כאפן א ערשטן דעגרי ברי אויף ניינציג פראצענט פונעם צערטליכן גוף? איז דיין גאנצע לעבן אויסגעשטעלט צו זיין קינדער-פרוף פון יעדע מעגליכע קאטאסטראפע? דיינע אוטלעטס זענען אנגעפילט מיט פלאסטיק אז דיין קליינטשיקס זאל נישט אריינריקן א גופעל און זיך עלעקטרעקיוטן על קידוש השם? האסט שוין אנגעריסן דיין ווייב פארן נישט צושפארן די ביה"כ און ערלויבן זכות כניסה להוצאה מיט א קאנטראל ווי ביי א גאז סטאנציע כדי דיין איין-יעריגס זאל זיך נישט טובלן פאר די טהרה? סארא מאנדעי מארנינג קווארטערבעקינג איז דאס?
@יואליש, דיין אויסברוך איז נישט בארעכטיגט. כי מי ג'ו גדול. מ'קען נישט פארגלייכן די געווענטליכע טאג-טעגליכע סכנות אין לעבן מיט גיין הינטער א קיר נטוי. א ספעציעל קינד פארלאנגט זיך ספעציעלע באהאנדלונג. מ'האט שוין באשטעלט און ס'גייט אנקומען ווי א שירעם נאכן רעגן הערט זיך ווי א קינדערישע תירוץ. אמת, איך בין נישט באקאנט פרטים איבער די משפחה, אבער די ציבור מעג האבן א שטיקל דעה, ווייל די ציבור האט געגעבן די מאה. אויף וויפיל טוסטו שאצן די זוך אקציע האט אפגעקאסט אין אווערטיים, פארלוירענע צייט, העליקאפטערס, און ווייסעך וואס? מ'מעג זאגן אז די עלטערן האבן נישט גענוג געטון. ס'נישט קריטיק פון עלעפאנט-ביין טורעם.
נשלח: מאנטאג יולי 29, 2013 11:29 pm
דורך MickyMouse
דאס קינד האט געזאגט פאר זיין טאטע אז ער וויל גיין אין וואלד, די טאטע האט אים אריין גענומען אין שטוב אז ער זאל נישט אנטלויפען. און דאך איז ער פארשווינדען. מען קען נישט האבן גענוג אויגן, אלעס קען פאסירן ביי יעדן.
עס איז נישט ריכטיג צי דן זיין קיינעם ווען עס פאסירט אן אומגליק נאר אויב עס איז זיכער אז איינער האט דירעקט געטוען עפעס צי שעדיגן זיין קינד.
נשלח: מאנטאג יולי 29, 2013 11:40 pm
דורך הערשי
MickyMouse האט געשריבן:דאס קינד האט געזאגט פאר זיין טאטע אז ער וויל גיין אין וואלד, די טאטע האט אים אריין גענומען אין שטוב אז ער זאל נישט אנטלויפען. און דאך איז ער פארשווינדען. מען קען נישט האבן גענוג אויגן, אלעס קען פאסירן ביי יעדן.
עס איז נישט ריכטיג צי דן זיין קיינעם ווען עס פאסירט אן אומגליק נאר אויב עס איז זיכער אז איינער האט דירעקט געטוען עפעס צי שעדיגן זיין קינד.
איך בין נישט דן קיינעם, חלילה. איך רעד באופן כללי. א קינד וועלכער איז אויסגעשטעלט צו אנטלויפן, ברויך צו האבן שמירה מעולה. ס'איז מועד בעליו.
נשלח: מאנטאג יולי 29, 2013 11:48 pm
דורך יואליש
הערשי האט געשריבן:יואליש האט געשריבן:דאס איז שוין איינמאל אן עס או בי! זיצט זיך אינעם פאטעל און טיילט - שמערניש ווייניגער - שלעק פאר א לקתה בכפליים'דיגע עלטערן. ס'זענען פארהאן הונדערטער אוטיסטיק קינדער און ער טיילט נישט קיין פעטש פאר קיינעם, בלויז ווייל ער איז דורכגעגיינגען 12 שעה פון אנגסט גייט אים די בלוט אין קאפ היתכן די עלטערן טוהן דאס צו אים דער אויסגערעכענטער טאטע. כאילו די עלטערן זענען געגיינגן קויפן קאפאטשינאו און געכאפט א שפאציר ביים לעיק. הא דעיר יו סעקאנד געס די הארץ פון א מאמע!
זאג נאר, דו וואטסעפ שרייבער וואס טיילט שלעק פון זיין קיך זיפענדיג א פיינע הינדל זופ: וואס האסטו געטוהן היינט צו פארזיכערן אז דיין קטנצ'יק בשעת דיין פרוי איז אויפן טעלעפאן ריקט נישט צו א בענקל צום גאז רענטש און שלעפט אראפ א קאכעדיגע טאפ זופ צו כאפן א ערשטן דעגרי ברי אויף ניינציג פראצענט פונעם צערטליכן גוף? איז דיין גאנצע לעבן אויסגעשטעלט צו זיין קינדער-פרוף פון יעדע מעגליכע קאטאסטראפע? דיינע אוטלעטס זענען אנגעפילט מיט פלאסטיק אז דיין קליינטשיקס זאל נישט אריינריקן א גופעל און זיך עלעקטרעקיוטן על קידוש השם? האסט שוין אנגעריסן דיין ווייב פארן נישט צושפארן די ביה"כ און ערלויבן זכות כניסה להוצאה מיט א קאנטראל ווי ביי א גאז סטאנציע כדי דיין איין-יעריגס זאל זיך נישט טובלן פאר די טהרה? סארא מאנדעי מארנינג קווארטערבעקינג איז דאס?
יואליש, דיין אויסברוך איז נישט בארעכטיגט. כי מי ג'ו גדול. מ'קען נישט פארגלייכן די געווענטליכע טאג-טעגליכע סכנות אין לעבן מיט גיין הינטער א קיר נטוי. א ספעציעל קינד פארלאנגט זיך ספעציעלע באהאנדלונג. מ'האט שוין באשטעלט און ס'גייט אנקומען ווי א שירעם נאכן רעגן הערט זיך ווי א קינדערישע תירוץ. אמת, איך בין נישט באקאנט פרטים איבער די משפחה, אבער די ציבור מעג האבן א שטיקל דעה, ווייל די ציבור האט געגעבן די מאה. אויף וויפיל טוסטו שאצן די זוך אקציע האט אפגעקאסט אין אווערטיים, פארלוירענע צייט, העליקאפטערס, און ווייסעך וואס? מ'מעג זאגן אז די עלטערן האבן נישט גענוג געטון. ס'נישט קריטיק פון עלעפאנט-ביין טורעם.
איך בין נישט קעגן די ציבור אדער דער יחיד זאל האבן א דעה. איך האב געניג און נאך. הגם כ'בין קעגן האבן די דעה ווייל מ'האט געגעבן א מאה. (מארגן וועט מיר די ציבור, וואס פינאנצירט די הצלה וואס סערווירט מיך דער שנארער בחנם, איינטיילן אז מיין קינד קען נישט שפרינגן אויף א פאגא סטיק צו וואס די הצלה וועט איין טאג ברויכן רעספאנדן.)
האסט געזאגט אז סאיז נישט קיין פארגלייך צו די טאג-טעגליכע סכנות. האסטו נישט געזאגט פארוואס איין סכנה ברויך מער אכטונג פון די צווייטע. אבער מלאך המות מה לי הכא ומה לי התם. איז א ברי ווייניגער סכנה ווייל מ'איז אויסגעשטעלט דערצו טאג טעגליך? פאר די משפחה פונעם אוטיסטיק קינד איז "דאס" א טאג טעגליכע סכנה, בהאי פחדא קאי יתיב ועליך הרגנו כל היום.
איך וועל דיר זאגן די חילוק פון איין סכנה ביזן צווייטן: ביי די טאג טעגליכע סכנות איז יעדער א מחותן ממילא איז נישט שייך צו קריטיקירן ווייל ער באשולדיגט זיך זעלבסט, ס'פאדערט זיך פון אים דאס וואס ער פאדערט פון א צווייטן. אבער דאס וואס איז ביי אונז א "ספעציעלע" קעיס, דהיינו ס'איז "יענעם'ס" טאג טעגליכע פראבלעם אבער נישט מיינס, איז דא קיין קאסטן פאר קריטיק, ס'איז ריין אויף יענעם'ס חשבון.
נשלח: מאנטאג יולי 29, 2013 11:51 pm
דורך יואליש
הערשי האט געשריבן:MickyMouse האט געשריבן:דאס קינד האט געזאגט פאר זיין טאטע אז ער וויל גיין אין וואלד, די טאטע האט אים אריין גענומען אין שטוב אז ער זאל נישט אנטלויפען. און דאך איז ער פארשווינדען. מען קען נישט האבן גענוג אויגן, אלעס קען פאסירן ביי יעדן.
עס איז נישט ריכטיג צי דן זיין קיינעם ווען עס פאסירט אן אומגליק נאר אויב עס איז זיכער אז איינער האט דירעקט געטוען עפעס צי שעדיגן זיין קינד.
איך בין נישט דן קיינעם, חלילה. איך רעד באופן כללי. א קינד וועלכער איז אויסגעשטעלט צו אנטלויפן, ברויך צו האבן שמירה מעולה. ס'איז מועד בעליו.
פארוואס איז א קינד'ס אויסגעשטעלט צו אנטלויפן מער מועד בעליו פון געווענליכע קליינע קינדער וועלכע גלייכן צו באברען, פאשטקען און עקספלארן מן הבא בידם אריינגערעכענט הייסע טעפ און הייסע וואנט אוטלעטס? קעם מען דען זאגן אז די זאכן האבן א שמירה מעולה יעדן מינוט אין טאג? מיר פרובירן זיך צו בארואיגן אז מ'טוט דאס בעסטע און מ'איז זיך מוחל, אדער מ'איז יענעם מוחל בתנאי שמור לי ואשמור לך, ווען ס'מאכט זיך אן אויסנאם, ווארום לא נתנה תורת אמך למלאכי השרת.
נשלח: מאנטאג יולי 29, 2013 11:54 pm
דורך קעגן די נעט
ווייל ווען א קינד בריט זיך חלילה אפ ריפט מען הצלה און פארטיג. אבער ווען א קינד פארלירט זיך דרייסטע איבער דיין שטאט אין נעמסט דע קישקעס ארויס פין א האלבע וועלט