בלאט 7 פון 13
נשלח: זונטאג מאי 10, 2015 8:14 am
דורך moshav zekeinim
היינו טעמי דרבי ברוך, היינו טעמי דרבי דוב מלעווא, היינו טעמי דבתו הבכורה של רבי יעק'לע, והיינו טעמי דשאר סיפורים דומים לשם ובשם פרום'קייט והרביסטע הרישעה.
נשלח: זונטאג מאי 10, 2015 1:31 pm
דורך BLOOMINGBURG NY
Huh? Reb yankalay??
Re: רבי ברוך ממונקאטש
נשלח: זונטאג מאי 10, 2015 4:32 pm
דורך א איד
לגבי דעם הונטלהאב איך געהערט פון איינעם וואס האט זיך אסאך געדרייט מיט עם.
אז ער האט געהאט א הונטל אין בראזיל, ווייל ער האט מורא געהאט פון די נאציס, און ער האט עס געהאט אלס שמירה.
נשלח: זונטאג מאי 10, 2015 5:10 pm
דורך moshav zekeinim
BLOOMINGBURG NY האט געשריבן:Huh? Reb yankalay??
Yes!
נשלח: זונטאג מאי 10, 2015 5:16 pm
דורך moshav zekeinim
ואם היה לו כלב אז מה?
נשלח: זונטאג מאי 10, 2015 6:18 pm
דורך BLOOMINGBURG NY
Reb moshav never heard anything about this could you please tell us about her ?
נשלח: זונטאג מאי 10, 2015 8:06 pm
דורך moshav zekeinim
it is a long and painful story. maybe in another time I will open a different eshkol about her
נשלח: זונטאג מאי 10, 2015 11:43 pm
דורך איך אויך
BLOOMINGBURG NY האט געשריבן:Reb moshav never heard anything about this could you please tell us about her ?
נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 7:53 pm
דורך BLOOMINGBURG NY
Alright waiting
נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 8:15 pm
דורך moshav zekeinim
איך האלט אינמיטן מאכן ריסערטש איבער וואס דארט איז פונקטליך פארגעקומען. עס איז שוידערליך צו הערן ווי מ'האט געקענט באגראבן א מענטש פאר נישטיגע סיבות דורך שוידערליכע מיניפולאציע, און דערנאך באגראבן די פרשה מיט אפאר ציצים ופרחים און הויפענעס ערד. אבער לאמיר נישט פארדרייען דעם אשכול דא פון רבי ברוך ממונקאטש וואס זיין פרשה האט מיר בלויז דערמאנט אנדערע ענליכע פרשת ועוד חזון למועד. דערווייל לאמיר קלאר שטעלן אלע דעטאלן און דערגרייכן דעם אמת מיט ריינע מוחות בלי נשיאת פנים בפרשת מונקאטש און פראבירן צן זען למי החותמת של אמת ויושר ולמי הפסולים של שקר
נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 11:04 pm
דורך לחיים
מיר האט פארציילט א עלטערע איד וואס האט אים גיט געקענט. אז מען האט אויף אים ארויף געלייקט א נאסע שמאטאע
אין מיט דעם האט זיך עס גע'ענדיקט. ער האט קיינמאל
נישט גענטפערט
Re: רבי ברוך ממונקאטש
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 13, 2015 9:50 am
דורך [NAMELESS]
Re: רבי ברוך ממונקאטש
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 13, 2015 10:07 am
דורך mevakesh
ישר כוח
ער רעדט פון אלע קינדער פונעם ערשטע ווייב איך האב אלס געמיינט אז מיטן דינובער האט ער זיך יא גוט געלעבט
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 13, 2015 10:49 am
דורך [NAMELESS]
ער רעדט נאר צו 3 קינדער עקסקלודינג די דינובער וואס זיין נאמען הרב הצדיק יעקב יצחק ווערט נישט דערמאנט.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 12:04 am
דורך שלמה המלך
איך מיין אז די מונקאנטשער - משה ליב האט יא געזאגט קדיש נאך איך - איך מיין איין קדיש א טאג עפעס אזוי דענק איך....
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 7:02 am
דורך דריידל
ער איז נפטר געווארן אין די שפעטע נ' יארן, אפשר אכצן יאר שפעטער, קען דאך זיין אז ער האט געטוישט די מיינד. און בכלל, ווער זאגט אז ער האט א כח צו אסר'ן איינעם צו זאגן קדיש?
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 9:39 am
דורך הייסע חסיד
ערליכע אידן וואס גלאכן נישט צו רעדן שלעכט, זאגן אויף אים אז ער איז אוועק ביים קריג, וד"ל.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 1:51 pm
דורך גאלדגרוב
פארגאנגענעם יו"ט סוכות איז נפטר געווארן זיין שוועסטער הישישה מרת פעסקא פריעדמאן ע"ה אין עלטער פון 94 יאר
Re: רבי ברוך ממונקאטש
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 23, 2015 5:25 pm
דורך [NAMELESS]
פאר אדנירם
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 23, 2015 10:25 pm
דורך berlbalaguleh
שמעון וואלף: איבער דיין תגובה פון אפריל 17 ד.י. און דיין באמערקונג אז דו ווייסט נישט אויב ס'פאסט פאר א רבי צו שרייבן דעם אויסדרוק אין ענגליש....
..."His beloved wife...!
לפענ"ד איז דא א גרויסער חילוק צו מ'שרייבט...lovely......אדער ....beloved....
די ערשטע מיינט..."באליבט" אויף איהם...און די צווייטע מיינט...."באליבט"... אין מיין אפשאצונג...!
אויב ער האט געשריבן (און ער האט טאקע אזוי געשריבן) ..."בי-לאוועד"...האט ער זיך גארנישט מיט וואס צו שעמען...די צווייטע, וואלט נישט געפאסט פאר א רבי...!
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 2:03 am
דורך יהודי פשוט
ר׳ יוסף אשר ראבינאוויטש (דערמאנט דא פריער אלץ יוסי) וואס איז א רעכטער אייניקל פון ר׳ ברוכ׳ל ז״ל (בן לבנו ר׳ חיים אלעזר ז״ל) האט דעם פארגאנגענעם מאנטאג נאכט בר מצוה געמאכט א זוהן וואס הייסט ברוך (נישט נאכ׳ן מונקאטש׳ער זיידן) און ער האט לכבוד דעם ארויס געגעבן א נייעם ספר תנובות ברוך.
דער מסדר פונעם ספר איז ר׳ וואלף גוטמאן וואס ער איז דער ארויסגעבער פון אלע מונקאטש׳ער ספרים (דער ספר איז גראדע נישט אפיציעל ארויס געגעבן געווארן דורך מונקאטש) און ער האט דערביי געמאכט א גאר שיינעם ארבעט אזוי ווי ביי אלע ספרים.
דער ספר איז בעצם צוטיילט אין צוויי חלקים, דער ערשטנס חלק וואס איז דער רוב פונעם ספר איז אויף ר׳ ברוכ׳ל מונקאטש׳ער ז״ל, דער צווייטער חלק איז אויף ר׳ ברוך נוסבוים ז״ל וואס איז דער שווער פון יוסף אשר, וואס דער בר מצוה בחור טראגט זיין נאמען.
דער ערשט ער חלק אויף ר׳ ברוכ׳ל מונקאטש׳ער איז צוטיילט אין 8 פתילות, ער האט דארט בערך 12 תורות וואס זענען נאכנישט געדריקט געווארן, תשובות, מכתבים און נאך, עס וועט לכאורה זיין צו באקומען אין די געשעפטן בקרוב.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 5:16 am
דורך שבת אחים
עמעזאן האט געשריבן:ער רעדט נאר צו 3 קינדער עקסקלודינג די דינובער וואס זיין נאמען הרב הצדיק יעקב יצחק ווערט נישט דערמאנט.
דו מיינסט אוואדי צוזאגן עקסקלודינג צוויי, ער האט געהאט נאך א זוהן, די עלצטע ־ ר׳ הערשלע ע״ה, ווי באקאנט האט זיך די מנחת אלעזר זצ״ל געשפיגלט מיט אים אלץ זיין עלטסטע אייניקל עד כ״כ אז ער ווערט דערמאנט און אראפגעברענגט אין זיינע תורות אפאר מאל. ליידער איז ער צוריקגעקומען שטארק געשעדיגט פונעם קריג, סיי פיזיש סיי גייסטיש, ער איז געוועהן א קליין קינד ביי די קריג און ער איז געוועהן פון די געציילטע אין זיין עידזש דורכצולעבן די גיהונים, ער האט ליידער צוגעזעהן די מאסן קברים אין קאַמענעץ־פאָדאלסק רח״ל, נאכן קריג האט ער געוואוינט עלענד אליינס אין ב״פ און זיך געדרייעט אין שומר שבת און ביי אמנון׳ס פיצא זייענדיג אנגעוויזן אויף אפאר געציילטע אלטע מונקאטשער חסידים ווי הרה״ח ר׳ בנימין פערלשטיין וכו׳ און זיין ברודער אדמור מ׳מונקאטש, ער איז נפטר געווארן בערך זיבן יאהר צוריק.
וואס סאיז גאר אינטערסאנט איז אז גאנץ ווייניג האט די אינגע דור אשר לא ידע את יוסף געוויסט אז דער ארחי־פרחי וואס האט זיך געוואלגערט אויף די בארא פארק׳ע גאסן איז אמאל געוועהן א רבישע קרוין־פרינץ וואס איז געזעצן אויפן מנחת אלעזר׳ס שויס ביי די געהויבנע מונקאטשע טישן בשעת טויזענטער חסידים האבן זיך געשטיפט צו כאפן א בליק אויפ׳ן צדיק.
און לאמיר נישט פארגעסן מונקאטש אינדערהיים איז געוועהן גאר א גרויסע חסידות!
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 11:40 am
דורך קאמענטירער
שמעון וואלף האט געשריבן:איך האב מיך לעצטענס אנגעשטויסן אין א בריוו וואס אדמו"ר מ'מונקאטש האט געשריבן (בתוך שאר עסקני ישראל) צו אטורני זשענערעל שניידערמאן, בעטענדיג ליניענסי פאר וויליעם ראפפויגל. מסתמה וועט עס נישט ווערן געדריקט צווישן די אנדערע תשובות און מכתבי קודש, שטעל איך עס דא ארויף למען יעמוד למשמרת.
ס'איז מערקווירענדיג ווי ער רופט אים "ווילי" בלשון חיבה און ער דערמאנט דארט אויך "his beloved wife". איך מיין נישט ח"ו ארויסצוברענגן א חסרון דערמיט, פארקערט, ס'ווייזט אז פאר פדיון שבוים איז ער גרייט צו שרייבן עפעס וואס וואלט אפשר נישט געפאסט פאר א רבי.
ווער איז דער ''וויליעם ראפפויגל'' פאר וועמען ער בעט ליניעסי?