בלאט 7 פון 11

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 10:05 pm
דורך קאווע טרינקער
שת.. אסאך אריינגעארבעט היינט, כ'האף אז ס'איז נישט לריק...
זאג, כ'האב איין קליינע פראגע.
וויאזוי שפירט זיך א פאפאנער ווען ער איז נישט אויף בעדפאורד קארנער פענן?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 10:12 pm
דורך שת.אדמזאהן
קאווע טרינקער האט געשריבן:וויאזוי שפירט זיך א פאפאנער ווען ער איז נישט אויף בעדפאורד קארנער פענן?

א פאפא קהילה איד, אזוי ווי איך, פילט נישט און טראכט נישט א גאנצען טאג אז ער איז א פאפאנער, וואו ער גייט, אין וועלכע בית המדרש ער פאלט אריין, שפירט ער זיך באקוועם. מען דערקענט אים נישט אויף זיין גארטעל, ציצית (סקווירא/רחמיסטריווקא), פיאות (כנ"ל), נוסח התפילה (כנ"ל, בעלזא, ועוד), הוט (וויזניץ).

איין זאך יא, ווען מען האנדעלט מיט מאדערנע אידן, און זיי פרעגן וואו דו וואוינסט, און דו ענטפערסט "וויליאמסבורג", פרעגן זיין "איר זענט סאטמאר?" - דאס קען אמאל ווייטוהן.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 10:17 pm
דורך shefele
איך דערמאן מיך א גיט ווארט וואס איך האב געהערט מיט יארן צירוק.

אמאל איז פאפא געווען א קליינע סאטמאר, היינט איז סאטמאר א גרויסע פאפא.....

נשלח: פרייטאג אוגוסט 09, 2013 1:00 am
דורך גנדי
איך האב א קליינע שאלה.

ס׳זענען דא מענטשען פון פאפא משפחות וואס זענען אין סאטמאר. (למשל ר׳ שמואל אבערלאנדער וכו׳) האבן זיי א דין פאפא אדער נישט? איז די פאפא פראבלעם א גבוירענע פראבלעם. אדער איז דאס א סביבה׳דיגע פראבלעם?

קען א פאפא׳נע וואס שעמט זיך שטארק. פשוט גיין צו אנדערע קהילה. און שוין. געפיקסט די פראבלעם. אדער א פאפא׳נע געבוירענע איז אין לו תקנה. וירעה עד שיתתעב.

אויב איז דאס א סביבה׳דיגע פראבלעם. וועלן די בני יואל וואס דאווענען אין פאפא באקומען די פראבלעם?

נשלח: פרייטאג אוגוסט 09, 2013 1:02 am
דורך זר זהב
מ'קען אבער ס'זייער שווער. מ'דארף מאכן ש"י טבילות 40 טעג אין א צי אין ראדני מקוה איינס אזייגער נאכמיטאג. אסאך סורווייווען עס נישט.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 09, 2013 8:24 am
דורך בעל הבית
אויב עס איז טאקע אזוי אז פאפא איז א קהילה,נישט קיין גרוסע שוואנץ פין די רבי, וואס האט אזוי שטארק אויסגעפעלט צו באגראבן די בורו פארקער? סו"כ איז ער אויך א זין פין פאפא רב ז"ל ?אין מאכט נאך אזא גיטע רושם ווי זיין ברידער?

נשלח: פרייטאג אוגוסט 09, 2013 9:31 am
דורך I'm back
בעל הבית האט געשריבן:אויב עס איז טאקע אזוי אז פאפא איז א קהילה,נישט קיין גרוסע שוואנץ פין די רבי, וואס האט אזוי שטארק אויסגעפעלט צו באגראבן די בורו פארקער? סו"כ איז ער אויך א זין פין פאפא רב ז"ל ?אין מאכט נאך אזא גיטע רושם ווי זיין ברידער?


צוליב די זעלבע סיבה פארוואס בעלזא איז קעגן די מחנובקה.
אזוי געשעט ווען מען וויל משנה זיין פון וואס יעדער האט געוואוסט אז עס וועט בפשטות זיין.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 09, 2013 9:48 am
דורך בעל הבית
לדעתי העני זענען די קלויזענבורגע פיל פאכיגע נערנים לוזערס ווי קהילה דידן

נשלח: פרייטאג אוגוסט 09, 2013 10:29 am
דורך boxcover
בעל הבית האט געשריבן:לדעתי העני זענען די קלויזענבורגע פיל פאכיגע נערנים לוזערס ווי קהילה הדן

וואס איז ראנג מיט אונז?! זאל איך עפענען א דיסקרימענאציע קעגן קלויזענבורג אשכול? די איינציגסטע וועג פון אוועקמאכן די שלעכטע סטיגמא קעגען פאפא איז מיטן טרעפן א צווייטען צו ארויפווארפן די סטיגמא?

שוין צייט זיך צו אפשאקלן פון די אלע נעגאטיווע שטעלונגן, נאר כדי צו פילען גוט. פארוואס קען דער סאטמארער נישט פילן גוט אז ער איז מעכטיג און האט אויך א מעכטיגע שכן פאפא (לויט די וואס זאגן אז גאס איז די סיבה פון די סטיגמא. איך מיין נישט ח"ו צו אַפראָווען די שטעלונג).

נשלח: פרייטאג אוגוסט 09, 2013 11:08 am
דורך berlbalaguleh
גנדי האט געשריבן:איך האב א קליינע שאלה.

ס׳זענען דא מענטשען פון פאפא משפחות וואס זענען אין סאטמאר. (למשל ר׳ שמואל אבערלאנדער וכו׳) האבן זיי א דין פאפא אדער נישט? איז די פאפא פראבלעם א גבוירענע פראבלעם. אדער איז דאס א סביבה׳דיגע פראבלעם?

קען א פאפא׳נע וואס שעמט זיך שטארק. פשוט גיין צו אנדערע קהילה. און שוין. געפיקסט די פראבלעם. אדער א פאפא׳נע געבוירענע איז אין לו תקנה. וירעה עד שיתתעב.

אויב איז דאס א סביבה׳דיגע פראבלעם. וועלן די בני יואל וואס דאווענען אין פאפא באקומען די פראבלעם?

די בני יואל דארפן נישט אנקומען צו פאפא. זיי האבן אייגענע זכותים. :|

נשלח: פרייטאג אוגוסט 09, 2013 11:18 am
דורך מורינו הרב
איין מינוט.

"קדוש קדוש קדוש ה' צבאות מלא כל הארץ כבודו"

די שורה איז געווידמעט פאר מתפללי בית מדרשינו. כ'בין זיכער אז שבת וועלן זיך ארומדרייען קאפיס פון דעם אשכול אין פאפא בית-המדרש. יונגעלייט וועלן דאס ברענגען צו מזכה זיין חברים אין שוהל און מען וועט דאס ליינען מיט א גרויסן שמייכל אויף די געזיכט.

איך האב זיך דעריבער אפגעשטעלט א מינוט, ווייל דער חזן האלט יעצט ביי קדישה, אז מען זאל זאגן קדוש פון אינדערווייניג.

יעצט ליינט ווייטער.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 09, 2013 2:37 pm
דורך שת.אדמזאהן
גנדי האט געשריבן:איך האב א קליינע שאלה.

ס׳זענען דא מענטשען פון פאפא משפחות וואס זענען אין סאטמאר. (למשל ר׳ שמואל אבערלאנדער וכו׳) האבן זיי א דין פאפא אדער נישט?

ווי באקאנט האט ר' משה פרידמאן (גבאי) געשריגען אויף ר' שמואל אבערלאנדער "גיי דיר צוריק קיין פאפא" (אין די (געוועזענע) סאטמארע סוכה אויף ראסס סטריט, און איינע פון די אנגעצויגענע אריבערגאנג/צוטיילונג פון די הנהגה אין סאטאמר).
ומי יבוא אחר המלך, עבד מלך כמלך. - האט איר שוין די תשובה.

גנדי האט געשריבן:איז די פאפא פראבלעם א גבוירענע פראבלעם. אדער איז דאס א סביבה׳דיגע פראבלעם?
קען א פאפא׳נע וואס שעמט זיך שטארק. פשוט גיין צו אנדערע קהילה. און שוין. געפיקסט די פראבלעם. אדער א פאפא׳נע געבוירענע איז אין לו תקנה. וירעה עד שיתתעב.

וויבאלד דער "פראבלעם" וואס איר האט בכוונה, איז דאך נישט קיין עצם פראבלעם, נאר דבר חיצוני, א זאך וואס קומט פון די פרעמד, איז דאס דאך תלוי אין זיי, זיי וועלן נאך אלץ נוצען דעם סלאגן "ביסטאך אזא פאפאנער" (אין פאל ווען עפעס אנדערשט ליגט זיי נישט אין מויל)

גנדי האט געשריבן:די בני יואל וואס דאווענען אין פאפא באקומען די פראבלעם?

ב"ה אז דער רבי האט זיי געמאכט ענג דעם פלאץ, דורך צושפארן די לעקטער און ארוני-קודש נאך סוף זמן תפילה.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 09, 2013 2:49 pm
דורך שת.אדמזאהן
בעל הבית האט געשריבן:אויב עס איז טאקע אזוי אז פאפא איז א קהילה, נישט קיין גרוסע שוואנץ פין די רבי,

אין א קהילה קענען זיין שווענץ אויך.

בעל הבית האט געשריבן:וואס האט אזוי שטארק אויסגעפעלט צו באגראבן די בורו פארקער? סו"כ איז ער אויך א זין פין פאפא רב ז"ל ? אין מאכט נאך אזא גיטע רושם ווי זיין ברידער?

לויט די תקנת המקום (תרתי משמע, הקב"ה און להבדיל באריסטא) איז לשון הרע נישט ערלויבט דא, ממילא איז אביסל שווער צו מסביר זיין די פרשה.
ודי לחכימה ברמיזא. תושבי ב"פ האבן נישט געוואלט אז ב"פ זאל זיין א באזונדערע קהילה, נאר אז ב"פ זאל זיין אונטער וויליאמסבורג. און אזוי איז געווען אנגענומען פאר עטליכע יאר שוין נאך די פטירה פון פאפא רב ז"ל. ביז מאנכע פון ב"פ האבן געוואלט זיך אפטיילען, וכך הוה. געלט פון וויליאמסבורג האט אויפגעהערט צו קומען ביז די ב"פ מוסדות איז אונטערגעגאנגען פון זיך אליינס.
עד היום, ווערט ער אויסגערופן ביי פאפא אסיפות/מסיבות/שמחות און לוויות "בארא פארקער רב". דער ב"פ דיין, ר' משה מנחם ווייס איידער ער האט אנגענומען זיין פאסטען האט ער באקומען די פולסטע הסכמה פון בארא פארקער רב.

ביטע נישט רעדן וועגן דעם ענין, עס קען שטארק שטערן פון די מתפללים אין בית המדרש תולדות יוסף פאפא, בארא פארק (53).

נשלח: פרייטאג אוגוסט 09, 2013 2:52 pm
דורך שת.אדמזאהן
בעל הבית האט געשריבן:לדעתי העני זענען די קלויזענבורגע פיל פאכיגע נערנים לוזערס ווי קהילה דידן

זייענדיג די מערסטע אקטיוו אין דעם אשכול, פיל איך פאר א חוב צו מעיר זיין.
יא, איר זענט גערעכט!
אייער "דעת" איז "עניה". וואלט איר געהאט מער דעת, וואלט איר נישט געטראכט, און אוודאי נישט געשריבן, אזוי.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 09, 2013 3:23 pm
דורך בעל הבית
הייסט לויט דיין אופשאצונג, בין קאליפצירט צו זיין א פאפאנער?

נשלח: פרייטאג אוגוסט 09, 2013 3:35 pm
דורך שת.אדמזאהן
בעל הבית האט געשריבן:הייסט לויט דיין אופשאצונג, בין קאליפצירט צו זיין א פאפאנער?

לויט אייער הודעות אין דעם אשכול, זעהט מיר אויס אז איר זענט שוין א פאפאנער.
אויך אין אנדערע אשכולת, למשל
דא שרייבט איר
למשל ביי אונז אין פאפא

און דא שרייבט איר
פאפא רבי א וואולער איד

נשלח: פרייטאג אוגוסט 09, 2013 4:14 pm
דורך בעל הבית
יא גרעכט אבער מיין כוונה איז האדמו"ר ר' ישראל מנחם שליט"א

נשלח: פרייטאג אוגוסט 09, 2013 7:28 pm
דורך בעל הבית
צוליב דעם וואס מ'האט דא ארוסגעברענגט אז פאפא פילט זיך צוקלאפט, טהון דא חבירי השטיבל מסדר זיין א קבוצה צו גיין דאוונען אין פאפא, מען לאזט זיך ארוס בעדפארד קאר ווילסאן מ'וועט אראפ גיין לענגאויס בעדפארד ביטע ווארטס ביי אייער קאר ביז איר זעיט אונז,שת וועט אונגרייטען פלעצער מיט סידרום ע"פ נוסח פאפא,כולנו לפאפא!!!!!!

נשלח: זונטאג אוגוסט 11, 2013 1:33 am
דורך איחוד פעלד
פונקט דער שבת ביי שלש סעודות ווען אין מיטען דרור יקרא האט איינער ארויסגעלאזט מיט גרויס פרייהייט א ריח ניחוח פין דער גאנצער שבת, נאך א סעודת ליל שבת א קידוש און בייטאג סעודה און א שלש סעודות שמעקט זיך גאר אנדרעש.

רופט זיך אהן איינער, איינער וואס איז מער פין די ליצים אזוי געזאגט, שלום עליכם פאפער רב, און אלע ארומיגע הייבען אהן לאכען.

עס האט מיר גענומען צייט צוכאפען וויאזוי דער פאפער רב קומט דא אריין צו דרור יקרא, אבער נאכן כאפען, און געדענקענדיג פין דעם געשרייבעכץ דא האב איך גאר שטארק מוחה געוועהן אויף דער זילותא דרבנן.

שוין, זאל דער אויבערשטער העלפען ומלאה הארץ.דעה און דער דיסקרימינאציע זאל נעקר ווערען.

נשלח: זונטאג אוגוסט 11, 2013 1:58 am
דורך בדחן
boxcover האט געשריבן:שוין צייט זיך צו אפשאקלן פון די אלע נעגאטיווע שטעלונגן, נאר כדי צו פילען גוט. פארוואס קען דער סאטמארער נישט פילן גוט אז ער איז מעכטיג און האט אויך א מעכטיגע שכן פאפא (לויט די וואס זאגן אז גאס איז די סיבה פון די סטיגמא. איך מיין נישט ח"ו צו אַפראָווען די שטעלונג).


גראדע ביסטע נישט גערעכט מיט דיין שאלה, ווייל כידוע מישען די פאפא ראשי קהלה א טאפ - מעגליך אן די הסכמה פון דעם פאפא עולם - אין די סאטמערע מחלוקות.

נשלח: זונטאג אוגוסט 11, 2013 2:34 am
דורך גנדי
נישט צו מאכן דא א צימעס.

מיינסטו ״די פאפא ראשי קהלה״ = די צוויי דזאסעפס?

דוכט זיך זיי זענען נישט די פאפא ראשי קהלה. און זיי זענען אפארטוניסטס וואס זוכן ווי מען קען אנהוקען מיט פאלאטישאנס. מאכן א טולער און באשיינען די העדליינס.

נשלח: זונטאג אוגוסט 11, 2013 5:41 am
דורך טעפל
כ'הגעהערט אמאהל פון איינעם וואס האט געהערט פונעם קליינעם פאפא רב ז"ל פון מאנטריאל, אויפן פאפא רבי שליט"א, איז ער נישט קיין גרויסע חכם אבער ער איז אן ערליכע איד..

נשלח: זונטאג אוגוסט 11, 2013 9:14 am
דורך בעל הבית
אין אויפן קליינע פאפא רב קען מען זאגן פונקט די פערקערטע, א קלוגער,אבער נישט........