בלאט 7 פון 66

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 12:34 am
דורך zurich
מנשה לוסטיג האט געשריבן:כ'האב אויף קיינעם נישט אזוי רחמנות ווי אויף ר' שלום שטיסל, ווי יעדעס מאל וואס מ'האט געענדיגט א סצענע האט ער נעבעך געמוזט מיט יסורים אראפרייסן דעם געקניפטען בארד פון זיינע געגאלטע באקן

Kivve also

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 3:11 pm
דורך מאראנצןזאפט
א פערדישע אומפראפעסיאנאלע ענדע פון לאזן אן אוידענץ אינמיטן א געשיכטע.
קיין איין פרט פון דער מעשה האט זיך נישט געענדיגט און דער לעצטער עפיזאד האט גארנישט קלוגער געמאכט.
קען מיר איינער זאגן וואס איז געווארן מיט רוחמי, גיטי, ליפא, שלום, קיווע, אלישבע, וכו'.
דאס הייסט נישט קיין פוד פאר טאוט, דאס איז א שארט סטאפ.
אויך מיר א סקריפט שרייבער צו שרייבן א סטארי ליין אן א סוף.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 5:14 pm
דורך הוגה
[justify]אפאר נקודות וואס די עולם דארף פארשטיין. 1) א יעדע שפיל דארף האבן א hero מיט א villain (אדער אפאר). נאך א זאך איז אז מען דארף אויסשטעלן די כאראקטארן ווי ווייט מעגליך אז זיי זאלן זיך דרייען אויף די גרעניץ וואס פינאדערשייד די גוטס פון שלעכטס. עס מוז זיין מעגליך צו רוטען פאר די שלעכטע און צו רוטען אקעגן די גוטע. אויב נישט ווערט די שפיל צו פרעדיקטעביל און נישט אינטערעסאנט. לדעתי האט דער סעריע געמאכט א גוטע דזשאב אויף ביידע פראנטן.

עס איז קלאר ווי די טאג אז די עיקר villain איז געווען שלום. קיינער האט עס נאך נישט געמענטשענד דא אבער די הויפט characteristic פון שלום איז אז ער איז געווען א מאניפולירער. די שרייבער האבן עס געמאכט גענוג גוט אז עס זעהט אויס אז שלום כאפט אליינס נישט אז ער טוט עס. אבער למעשה האט ער מאניפולירט זיין ווייב ע"ה, מרת וואטעווער וואס פלעגט אים אלעמאל געבן צו עסן איינרעדנדיג זיך אז זיי גייען אמאל חתונה האבן, זיין עלעטער זון זיצט אין כולל נאר צוליב אים, זיין איידעם האט ער איינגעזעקלט אין די השגחה ביזנעס, די איינציגסטע וואס האבן זיך נישט געלאזט פון אים זענען געוען קיווע און די טאכטער. אבער אפילו זיי האט ער אונטער די רוקן מאניפולירט, קיווע האט ער צוויי מאל קאליע געמאכט די שידוכים, און איין מאל אריינגעזעקלט אין א שידוך. און נאך אסאך מאל. דאס איז לדעתי געווען די הויפט טעמע פון די show. און צוליב דעם האבן די שרייבער אויסגעשטעלט אז דאס זאל זיין די הויפט טעמע אין די season finale. שלום האט גענוצט ריכטיגע מאניפולאציע אז די מאמע זאל ארויס ווארפן די טעליוויזיע, דאס האט גורם געווען א פרישע חורבן (אזוי ווי אלע אנדערע חורבנות אינעם שטוב) אז די מאמע זאל פאלן. דערווייל פאלט ניטאמאל איין דער שלום אז ער איז שולדג אין אלעם, ווייל ער האט טאקע נישט געמיינט קיין שלעכטס. ער האלט אז ער האט געטון די ריכטיגע זאך! דאס איז די הויפט טעמע, אז יעדער איינער ליידט צוליב זיין מאניפולאציע, אבער די עצם מאניפולאציע קומט גאר פון זיין גוטע זייט!

(בעצם איז קיווע אויך א בארדערליין כאראקטאר. פון איין זייט איז ער א גוט'עטשקע בא'טעמט'ע אבער פון די אנדערע זייט איז ער רעבעליוס, און אויך זייער non-committal ביז ממש די לעצטע עפיזאד. די איינציגסטע קלארע villain אין די שאו איז דער פאלשע ארטיסט.)[/justify]

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 5:24 pm
דורך [NAMELESS]
די פאלטשע ארטיסט געט פאר קיווע א פיקטשער פון זיך. קיקטס אויף די בעקגראונד. היימישע רבנים פון בארא פארק!

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 6:59 pm
דורך מנשה לוסטיג
וואס די מעשה איז, און ווי געלונגען עס איז, וכולהו וכולהו, ממילא.
איך האב ליב די היימישקייט דערין. סיי די שפראך, סיי די טיפישקייט פון מאה שערים פון די יונגע חברה פון די עלטערע ירושאלמערס און די באבעלעך.. וואס רעדן 'נאך' יידיש, און די אויספיר 'מלכה האסט מחליט געווען'.. דאס איז די גוטע ענדע.. א סארט ליין פונעם אמאליגער יידיש טעטאטער.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 7:35 pm
דורך zurich
זיי גייען טאקע נישט גיין ווייטער?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 11:59 pm
דורך יואליש
הוגה האט געשריבן:[justify]עס איז קלאר ווי די טאג אז די עיקר villain איז געווען שלום. קיינער האט עס נאך נישט געמענטשענד דא אבער די הויפט characteristic פון שלום איז אז ער איז געווען א מאניפולירער.[/justify]


קלאר אזוי. און איז גאנץ כאראקטערלאז דערין. נאכמער, ער האט אין וועם צו ראטן. די מוטער זיינער איז א פיינער פאסיוו-אגרעסיוו מאניפולירער, אזש זי האט איר זוהן שלום געברענגט צו די קניען ביי די עניווערסורי פארטי.

און ווי [tag]בן תמליון[/tag], זענען די צוויי באבעס געווען מיינע פעיווערעד סצענעס.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 12:00 am
דורך [NAMELESS]
ברוך שובך,יואליש

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 12:02 am
דורך יואליש
קופערניקוס האט געשריבן:ברוך שובך,יואליש


נארוואס פארעדיגט תהילים כמנין כפר. יעצט קען מען זיך אומקוקן וואס כ'האב פארפאסט לעצטענס.

::פארנויגט קאפ מיט הכנעה און שמייכעלט מיט בושה::

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 12:04 am
דורך יואליש
דרך אגב, ס'איז דא פיינע ליינס אין די סעריע. ס'וואלט געווען ראטזאם עס צו פאראייביגן אין דעם אשכול.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 12:29 am
דורך געפילטע פיש
יואליש האט געשריבן:און ווי [tag]בן תמליון[/tag], זענען די צוויי באבעס געווען מיינע פעיווערעד סצענעס.


יואליש האט געשריבן:דרך אגב, ס'איז דא פיינע ליינס אין די סעריע. ס'וואלט געווען ראטזאם עס צו פאראייביגן אין דעם אשכול.

Capture.PNG
Capture.PNG (117.12 KiB) געזען געווארן 3543 מאל

און וואס גיט מיר דאס? [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] מיט חרוסת!

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 1:41 am
דורך [NAMELESS]
יואליש האט געשריבן:דרך אגב, ס'איז דא פיינע ליינס אין די סעריע. ס'וואלט געווען ראטזאם עס צו פאראייביגן אין דעם אשכול.

התכבדו מכובדים, בשם כל הקהל הקודש ביסטו מכובד, ך'מיין נאכן פעלן דא זינט די עשטע וואורלד טרעיד סענטער אטאקע, ווען מיר בענקען ווי קיווע צו עלישעווען, נעגסטו קומען שרייבן עפעס א גוטס, הערסט די ליפא ווייס איינער?

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 9:12 am
דורך איחוד פעלד
א"א בלי שום קריטיק.

דער גאנצער מהלך פין דער שרייבער אז קיווע און אלישבע האבען זיך מתארס געוועהן ווייל אזוי מעגען זיי זיין צוזאמען, איז נישט אין שפאן מיט דער חרדישער מהלך פין א חתן ווערען. אפילו ביי די ליטאים ווי מען זעהט זיך אלס חתן כלה, אבער נישט פאר שעות ארוכות, און דאס גיט נישט קיין היתר פין פארברענגען צוזאמען.

אגב, דער פרומער אקטאר, דער טאטע פין אלישבע, האט שוין נישט אנטייל גענומען אין דער תנאים פין קיווע.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 10:13 am
דורך אבי גערעדט
די מעשה האט ב"ה געהאט א גאר פרייליכע ענדע, ר' ליפא ווייס האט ברוך השם אינגאנצן חוזר בתשובה געווען, ער האט זיך ב"ה פיין מסדר געווען, ער וואינט היינט אין וויליאמסבורג (אפגאניסטאן ד'אמעריקא) און ער האט ב"ה אויפגעשטעלט א הערליכע שטוב, ער מאכט שוין אפילו חתונה די קינדער, פאר פרנסה איז ער דער קעיטערער אין בית רחל האלל אויף העיווארד סט. גלייבסט מיר נישט? גיי אריין צום בית רחל קעיטערער און פרעג אים וויאזוי ער הייסט.
הודו לה'

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 14, 2013 10:53 pm
דורך [NAMELESS]

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 8:58 am
דורך [NAMELESS]
אין די פריערדיגע לינק שטייט אז שטיסל קימט צו אמעריקא מיט ענגלישע סאבטייטעלס!!

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 8:59 am
דורך [NAMELESS]
ארטיקעל אין ynet לויבט שטארק אויס שטיסעל
http://m.ynet.co.il/Article.aspx?id=4429456

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 10:05 pm
דורך אויס מענטש
געזען אלע עפיזאדן אויף איינמאל
אלץ איינער וואס איז אן אמעריקאנער און האט יארן לאנג געלעבט מיט א ירושלמי בין איך ממש משוגע געווארן פון דעם שלום שטיסל ער איז א ירושלמי קארבען קאפי.
און ער עקט פונקט ווי אהיימשיען ירושלמי ממש חבל על הזמן.
ווידער אים ממין הארץ האט געכאפט גיטי ווייס, וויפיל חכמה ליגט אין איר עקטן ווי א חרדישע פרוי, עס איז זייער אינטרעסאנט אויב הערט מען איר אין ריעל לייו, און מען כאפט זיך וויפיל חכמה ליגט און יאר נאכמאכן דעם לעבן סטייל פון א חרדישע פרוי, ממש פלאים.

דאס מערסטע האט מיר געשטאכן אירע ווערטער "סהאט איר נישט בארירט צו ווערן א בעלת תשובה, אפ'י זי האט געזען דעם פרומען לעבנ'ס שטייגער פון דער נאנט און אפי' אויף די אייגענע הויט, ווייל עס איז אן מחשבה מען טוט אזוי ווייל מען דארף אזוי טון, און ווייל יעדער טוט, עס איז מעשים אן מחשבה עס ווירקט נישט אויף דייין אינערליכען לעבן"
אוי וויי ווי אמת.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 10:17 pm
דורך אויס מענטש
דאס וואס מען ברענגט דא ארויס אז שלום איז א מאניפולירער און דאס איז די מאווי איז מער ווייניגער א גוטע נקודה אבער תברא בצדה, ווייל דאס איז בעצם א ירושלמי מהות במילא ווייס איך נישט אויב איז דאס שלום'ס ראלע אין שפיל אדער אלץ ירושלמי האט דאס אויסגעפעלט פארן השלמה.
איך ווער משוגע פון יעדע גוטע מאווי, ווי מען האט שטודירט די אייגנארטיגקייט פון די פערסאנאליטעיט פון יעדן מענטש און דאס אהער געשטעלט

מיין קשיא איז פארוואס איז דער מיטן ביבער הוט (נו וואס איז זיין נאמען ?) געפאלן, דוקא ביים זינגען אם אמרתי מטה רגלי...

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 21, 2013 10:07 pm
דורך לעיקוואד
אן אינטרעסאנטע באשרייבונג אויף דער סעריע מאת ידידי בעל הבלוג "מאה ואחד שערים" וואס איז מפורסם געווען אויך אין מקור ראשון און אין 'מעריב', וואס טענה'ט אז דער סעריע ברענגט ארויס די אומבאהלפענקייט פון חרדי'שע מענער וואס קענען נישט געהעריג אויספירען זייער טראדיצינאלע מענערישע ראלעס פון הנהגה און ברענגען פרנסה און זענען אין פילע זינען אינטערטעניגט אונטרע די ווייבער ארום זיי וואס זענען אסאך שטערקעא פון קלארער.
צו'ם סוף טענה'ט ער אז דער קנאות וואס מענער באצווינגען אל ארויף אויף די ווייבער וואס צו טוהן קען זיין עס שטאמט אויך פון די צורך פון די מענער משלים זיין זייער חסרון אין נאטורליכע מענערישקייט פון זיין דער שטארקער מין.
דיוקנה של גבריות במשבר

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 21, 2013 11:15 pm
דורך [NAMELESS]
שלום שטיסעל ווי אזוי ער קיקט עכט אויס!!

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 1:32 am
דורך zurich
אסאך פאזלעך האבן זיי נאך נישט צאמגעשטעלט ווי למשל מ'זעהט אנפאנג פון די סעריעס זאגט קיווע אויס דעים סוד פאר זיין ערשטע כלה אז ער מאלט די בילדער און זיין באס שרייבט גאר אינטער, און ביי אלע עפיסוידס אנפאנג ווי זיי פאנגן אן די המשכה זאגן זיי עס ווי גלייך זיי גייען עס ניצן שפעיטער!?

נשלח: פרייטאג אקטאבער 04, 2013 6:10 am
דורך לעיקוואד