אדמו"ר ר' מיכל לעבאוויטש שליט"א מניקלשבורג
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 92
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 21, 2015 11:49 am
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל
diff האט געשריבן:אז ס'דא נייע פראבלעמען לוינט שלום מאכן מיט די אלטע
לאמיר אייך געבן מיין מיינונג, אלס אן האלבער מתפלל, אויף די גאנצע מחילה.
אויב איינער געדענקט אביסל היסטורי. איז ארום געפארן א טעיפ און די ל' יארן ווי 2 דעמאלטסדיגע אנהענגער פון ר' מעכל, ש"ק און חש"ב זאגן אריין און א טעיפ א מעשה ווי ר' מעכל האט געהאלטן ביים שטארבן און געלאזט א לאנגע צוואה... און דערנאך זיך אויפגעוועקט און געזאגט אז מהאט אים אויסגעפויעלט אז ער קען צוריק קומען בתנאי ער איז גרייט צו ליידן שווערע רדיפות.... (דאס איז די מעשה זייער און קורצן. זיינע מתנגדים האבן דעמאלטס געמאכט מטעמים און גרויסן. דאס איז נישט מיין ציל דא ) איך וויל נאר ארויס ברענגען א פוינט ווי אזוי דער רבי ארבעט
דעמאלטס האט ער געזען פאר זיך קומען גרויסע קעגנערשאפט, האט ער געמיזט פאר דרייען זיינע חסידים א קאפ אויף כח. כדי צו קענען אנגיין.
די זעלבע מיט די מעשה מיט די מחילה, ער האט געדארפט אביסל פארדרייען דעם עולם זיינע א קאפ. האט ער ערלעדיגט דעם שפיל פסח שני אויף א וואונדערבארן אויפן.
והא ראי' כהאב געהערט דארט און שול א טאג שפעטער אז דער מענדעלע לויפער איז געווען ביי ר' מעכל נאך פאר פסח ראשון און אים געברענגט א פאס וויין פון זיין קאמפעני און געבעטן מחילה און ר' מעכל האט אים דאן געזאגט "איך קען דיר נישט מוחל זיין אויף די חשבון פון מיינע קינדער" אבער אזוי ווי ער האט געדארפט אנהייבן זיין יעצטיגע מערכה אויף א העכערע gear האט ער צוריק גערופן דעם בערישן'ס זין און געבעטן צו קומען פסח שני אים צוהעלפן מיטן שפיל. אבער די עיקר צו Create'n א מצב פון רחמנות כדי מזאל בארעכטיגן די קומענדיגע שריט.
און וואס זאל איך ענק זאגן . אזוי ווי דעמאלטס זענענן זיינע חסידים געווארן איבער גענימען און געגאנגען אין פייער און וואסער פאר אים אן קיין אפשטעל פאר רבנים, עלטערן, נאנטע משפחה, גוטע פריינט, יעדעם געריקט און די זייט, אזוי אויך יעצט.... וד"ל דוק ותשכח שאל אביך ויגדך...
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 883
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 798 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1650
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
- האט שוין געלייקט: 1407 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל
Re: אדמו"ר ר' מיכל לעבאוויטש שליט"א מניקולשבורג
ישראלי האט געשריבן:איינער ווייסט אפשר ווי מ'קען נאך טרעפן דעם אלטן ביכל מתי שוא?
גם אני מצטרף איך וואלט געוואלט א בליק טוהן און דער ביכעל און אויך אויףן דברי שלום ואמת (איך קען נישט עפענען די לינק) ביטע איבער לייגען ביידע אדער אנווייזן ווי מען קען דאס טרעפן
- ישראלי
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 38
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 21, 2015 2:34 am
- האט שוין געלייקט: 37 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל
Re: אדמו"ר ר' מיכל לעבאוויטש שליט"א מניקולשבורג
דעם דברי שלום ואמת קען מען פארשאפן ביי די חסידי ניקלשבורג אבער דעם מתי שוא ווייס איך נישט ווי צי שאפן
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ישראלי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1650
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
- האט שוין געלייקט: 1407 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל
Re: אדמו"ר ר' מיכל לעבאוויטש שליט"א מניקולשבורג
משום גילוי וויל איך נישט צו גיין צו א ניקלשבורגער עס בעיטן טאמער איינער קען עס פאוסטן וואלט איך עים שטארק דאנקבאר געוועין
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1650
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
- האט שוין געלייקט: 1407 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל
Re: אדמו"ר ר' מיכל לעבאוויטש שליט"א מניקולשבורג
ניקלשבורג האט געשריבן:קענסט גיין צו די אידן וואס האבן נישט קיין ניק דא, איך גלייב דו ווייסט ווער זיי זענען.
Wow I didn't c u for a long time
איך גלייב די האסט עס נו לייג ארויף כאטש די דברי שלום ואמת
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 34
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 17, 2015 3:40 pm
- געפינט זיך: Today in the Czech Republic
- האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל
- קאנטאקט:
די וואך פרייטאג צונאכטס פרשת שלח העעל"ט איז אין ביהמ"ד פארגעקומען א טרויעריגע און אינטרעסאנטע ספעקטאקל ווען נאך מנחה פאר קבלת שבת, האט מען פלוצלינג געהערט קלאפעס אויפן בלעמער און איינער א אומבאקאנטער האט זיך אויפגעשטעלט ביים באלעמער און געזאגט...
מער ווייניגער איז דאס תוכן דבריו
מורי ורבותי מיין נאמען איז .......... פאר בערך פופצן יאר צוריק איז דער רבי שליט"א געווען אין קאשוי, דער רבי איז געזיצן דארט אין א שטוב, און געווארט אריינצוגיין צו קאשויער רב ז"ל, איך בין דעמאלטס געווען א אינגער בחור מיט ווייניג שכל, און איך האב געוואלט מקנא זיין קנאת ה' צבקות, האב איך גענומען א גרויסע שטיין און אריינגעווארפן אין די שטוב אויסשיסנדיג דערביי די פענסטער, נאכפאלגענדיג מיט נאך שטיינער וואס איך האב געווארפן, שפעטער ווען די רבי איז געזיצן ביי א טיש מיט קאשויער רב, האב איך ווייטער געשטאנען דארט אין חוזק געמאכט, היינט ווען מיין שכל איז נתרבה געווארן, פארשטיי איך די עוולה וואס איך האב געטוהן, און איך וויל איבערבעטן דעם רבין שליט"א און ווער עס איז אלץ דארט געווען, איך קען נישט קיין נעמען, איך ווייס אז ר' נחום שווארטץ איז דארט געווען, און איך וויל בעטן מחילה דא ברבים, און מען זאל איבערגעבן פאר די אנדערע אידן אויך אז איך בעט זיי איבער.
וועט מען אוודאי פרעגן אי מלכא אנא עד השתא לא אתי לגבאי? ווי בין איך געווען ביז יעצט? נאר יעצט פאר פסח איז מיין צוויי יעריג קינד א געזונט קינד וואס גארנישט האט איהם געפעלט איז איין טאג נישט אויפגעשטאנען ליידער, און איך בין זיכער אז עס קומט וועגן דעם, בעט איך נאכאמאל אז מען זאל מיר מוחל זיין, און ווער עס קען נישט מוחל זיין, זאל מיר זאגן וואס איך קען טוהן אז מען זאל מיר מוחל זיין.
רבינו שליט"א האט זיך אויסגעדרייט צו איהם און געזאגט מחול לך מחול לך, און נאכן דאווענען האט די רבי איהם געפרעגט, וואס איז זיין קינד'ס נאמען, צו לערנען משניות לעילוי נשמתו.

- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
ווען איך וואלט דארט געווען וואלט איך געענטפערט: איך האב דיר שוין דאן מוחל געווען ווייל יא מחילה נישט מחילה איז במילא קיין נ"מ. אבער ווייניג שכל האסטו נאך יעצט, ווייל אז כהאב דיר שוין דעמאלס מוחל געווען איז די שטראף נישט וועגן דעם און אז דו האסט זיך דערוועקט נאר דאדורך דעם האט דיין חרטה יענער פנים. נאר האסט מזל אז כהאב דיר שוין דעמאלס מוחל געווען אדער הארבער, מיין מחילה מאכט אויך נישט צופיהל אויס. צווייטנס, גאט שטראפט נישט אזוי און זיכער נישט קינדער פאר די חטא פון זייערע עלטערן. אבער א נחת אז דו פיהלסט יעצט אויך א צער, ווען דו האסט מיר דעמאלס מצער געווען, דאס בין איך מבטיח וועל איך ארבעטן אויף מיר, כ'זאל נישט שפורן. כ'קען דיר אבער נישט צוזאגן. נאכאלעם בין איך א בשר ודם.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.

- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16680
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18071 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
טאמבל איך זעה דו ווייסט וואס טוצעך אין הימל, איך ווייס ליידער נישט גארנישט, אבער לגבי די נקודה וואס דו שרייבסט
איז פונקט די וואך אין די פרשה זעהט מען אז ס'נישט אזוי, און איך בין מעתיק די תגובה פון שמעון וואלף:
טאמבל סאס האט געשריבן:צווייטנס, גאט שטראפט נישט אזוי און זיכער נישט קינדער פאר די חטא פון זייערע עלטערן
איז פונקט די וואך אין די פרשה זעהט מען אז ס'נישט אזוי, און איך בין מעתיק די תגובה פון שמעון וואלף:
שמעון וואלף האט געשריבן:אויבן האב איך געברענגט מקורות אז מחלוקת ברענגט טראגעדיעס
רש"י אין פרשת קרח (במדבר ט"ז כ"ז) שרייבט "בא וראה כמה קשה המחלוקת שהרי בית דין של מטה אין עונשין אלא עד שיביא ב' שערות ובית דין של מעלה עד עשרים שנה, וכאן אבדו אף יונקי שדים"
וירח ה' את ריח הניחוח
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 533
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:51 am
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל
- קאמענטירער
- ידיד ותיק
- הודעות: 768
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
- געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
- האט שוין געלייקט: 306 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 672 מאל
חוץ זיין גדלות בתורה ובעבודה ובהשפעה און פילע אויסטערלישע געלונגענקייטן וואס די וועלט האט נישט זוכה געווען ליידער.
סאיז א זשענערל פראבלעים וואס די חסידשע קרייז מוטשעט זיך אז געלונגענע מענטשען קענען נישט ארויסגעבן זייערע טאלאנטען ווייל זייזענען געבוירען געווארען צו בלויע קאלנער משפחה'ס און בו בעת מוז מען זיך שטיקען מיט פירערס און דעריקטארען פון מעכטיגע מאוומענטס אפי' זיי זענען נישט עפעס אזוי געוואלדיג געלונגען
איין מעלה איז יא אז נישט יעדער איינער פאר וועמען עס שמעקט קען נעמען די גדולה און האנט אריין
שטעלט אייך פאר ווען סאיז ווען די נארמע צו זיין ווי דאבשינע רעבי מוואלט דאך אויס געלאפען פון שטעיטליך
...
- יהודי פשוט
- ידיד ותיק
- הודעות: 703
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
- האט שוין געלייקט: 435 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל
איך בין אנגעקומען אויף קאווע שטיבל נישט צו לאנג צוריק און הערשט יעצט האב איך געטראפן דעם אשכול איבער ר׳ מעכל לעבאוויטש, איך האב אסאך צו זאגן, אבער איך בין נישט אזוי מסודר׳דיג ממילא בעט איך איבער דעם עולם אויב עס וועט זיין אביסל צופארן.
פאר די אלע וואס האבן געשריבן אז ר׳ מעכל איז א רבי פונקט ווי אלע רבי׳ס און אלע רבי׳ס זענען שפילער׳ס האט ער אויך רעכט, איך וויל נישט יעצט אריין גיין אין דעם נושא צו אלע רבי׳ס זענען שפילער׳ס ווייל דאס איז נישט דער טעמע יעצט און עס פאר לאנגע א גודל אריכות ואין כאן מקומו, נאר בנוגע ר׳ מעכל, ער איז נישט קיין פשוט׳ער שפילער וואס וויינט שיין ביי שאלעשידעס און מאכט שיין מיט די הענט ביי כל מקדש און טאנצט א שיינע מצוה טענצל, דאס אלעס שטערן נישט קיינעם אדרבה אסאך אידן האבן הנאה צו זעהן א שיינעם טיש וכדו׳ אפילו אויב עס איז געשפילט, אבער ר׳ מעכל האט מכר ווי אנדערע רבי שפילער׳ס איך האב מקבל געוועהן גאר קראנו מענטשן וואס געדענקן גאר מאדנע זאכן וואס ער פלעגט טוהן רון איין רעדן פאר זיינע בהמות אז דאס איז ענינים על פי קבלה און העכערע זאכן, לדוגמא ער פלעגט קענען נעמען אזעלכע משוגעים ווי מענדעל׳ע ווייס (אן אפגעריסענער משוגע׳נער וואס פלעגט זיך דרייען אין די גאסן און מען האט נישט געקענט שטיין אין זיינע ד׳ אמות צוליב דעם גערוך וכדו׳) און ער האט איהם גענומען אין די זייט און געשמועסט מיט איהם שטילערהייט אז קיינער זאל נישט הערן און דערנאך פלעג ער צוריק קומען זאגן אז דאס איז עפעס א העכערע נשמה און ער האט גערעדט מיט איהם גאר הויעכע ענינים וכו׳, דאס איז שוין אינגאנצן א נייע בחינה פון שפילן און בלאפן.
יעצט צו די וואס האבן ארום גערעדט איבער זיינע געוואלדיגע גוטע מידות, פרעגטס ענק אביסל נאך ביי די מונקאטש׳ער אידן וואס געדענקן איהם נאך פון ווען ער איז געוועהן דארט איין געשטעלט זיי וועלן פונקטלעך וויסן צו דערציילן איבער זיינע פיינע מידות ווי ער האט ליב געהאט אפצוטוהן א גוטן שטיקל אויף עפעס א תם וואס יענער וועט דאך סיי ווי נישט כאפן, און דער עולם וועט שטארק לאכן פון דעם גוטן שפיצל וכדו׳ אזעלכע סארט זאכן, ער האט זייער ליב געהאט אונטער צו הערן פריוואטע שמועסן פון אנדערע מענטשן, ער פלעגט קענען זאגן גראבע אפענע שקרים פאר מענטשן אין פנים אריין, פרעגטס נאר אין מונקאטש עטס העטס שוין הערן.
יעצט אחרון חביב, וואס צוליב דעם האב איך בכלל אנגעהויבן שרייבן, ווייל בעצם אינטערעסירט מיר די גאנצע זאך אין די לינקע פאה, איך האב גראדע ליב צו הערן זיינע שאלעשידעס בכיות און איך האב ליב צו זעהן זיינע שפילן (טישן), נאר היות מען האו אנגעהויבן רעדן דא איבער וואלף גוטמאן וויל איך עס נישט אזוי אדורך לאזן, נאר אביסל מסביר זיין דער ענין פון ר׳ וואלף ע״ה, ר׳ וואלף איז געוועהן א שטארקער מונקאטש׳ער חסיד, אדוק ומקושר בכל נימי נפשו צו כ״ק אדמו״ר מ׳מונקאטש שליט״א און זיך נישט גערירט אן איהם, ר׳ וואלף איז געוועהן העד קאונסלער אין מונקאטש׳ער קעמפ און דאס אז ער האט באקומען דעם דזשאב האט גארנישט געהאט צו טוהן מיט ר׳ מעכל, נאר היות אז ר׳ מעכל איז געוועהן מנהל דעמאלטס האט ר׳ וואלף גע׳ארבעט אסאך מיט איהם אינאיינעם.
יעצט בנוגע דעם גביות עדות און דעם מסירת מודעה, ווען עס איז פאר געקומען די גרויסע שערוריה אנטקעגן ר׳ מעכל, האט מען פון בי״ד גערופן ר׳ וואלף גוטמאן אז ער זאל אריבער קומען אין בי״ד ווייל זיי ווילן מיט איהם רעדן, איז ער געגאנגען אין בי״ד אזוי ווי די הלכה פארלאנגט, בי״ד האו איהם געפרעגט צו ער ווייסט פון דעם אז ר׳ מעכל פלעגט ארויס פארן פון קעמפ אסאך מאל ביינאכט און צוריק קומען שפעט פארטאגס, האט ער גע׳ענפערט יא ער ווייסט דערפון און ער קען עדות זאגן דערויף אז ער פלעגט אוועק פארן, ער ווייסט נישט ווי ער איז געפארן און וואס ער האט געטוהן דארט אבער ער איז עדות אז ער איז געפארן, און ער האט דערויף אפיציעל עדות געזאגט אין בי״ד וזה הוא, דא הייבט זיך עס אן און דא ענדיגסט זיך עס.
יעצט איבער די מסירת מודעה, ווער עס טוט אביסל אדורך דעם ענין פון דעם מסירת מודעה איז עס ממש א געלעכטער, די גוטמאן משפחה לעבט, עס קען יעדער זיין גיין פרעגן, זיי ווייסן צו זאגן פון דעם קויפמאן, אבער זיי ווייסן נישט פון אזא מעשה צו זאגן אז ער איז געוועהן מיט זייער טאטן אין פילאדעלפיע.
דער דאטום ווען דער מסירת מודעה הרט געזאגט פארקומען איז תשנ״ח דעמאלטס איז ר׳ וואלף שוין די צווייטע מאל קראנק געוועהן, ער איז קראנק געוועהן שטין איינמאל פארדעם, און נישט סתם קראנק נאר ממש על ערש דוי, אינטערעסאנט אז דעמטלטס איז איהם גארנישט בייגעפאלן אז אפשר איז דאס צוליב דעם וואס ער האט געפאלגט די הלכה און עדות געזאגט אויף א זאך אויף וואס ער איז געוועהן עדות, נאך א פלא איז אז אין יאר תשנ״ט איז ר׳ וואלף געוועהן אין רימישע״ן (אזוי דאכצעך מיר אס ס׳הייסט) דאס הייסט אז די מחלה איז אוועק געגאנגען און מען דארף האלטן אן אויג פאר א שטיק צייט זעהן צו מען זעהט טאקע גארנישט וואס דאן קען מען באשטעטיגן אז ער איז פולקאם געזונט, עכ״פ אין יענע תקופה איז ער אנגעגאנגען מיטן טאג טעגליכן לעבן געהעריג, אינטערעסאנט אז עס איז איהם נישט בייגעפאלן דעמאלטס צו גיין איבערבעטן ר׳ מעכל, בפרט אז דער וועם ער האו מ׳כלומר׳שט געשיקט האט נאך דעמאלטס נישט געהאט איבער געגעבן דעם שליחות, אויך איז אינטערעסאנט אז ר׳ וואלף האט יעדע קלייניגקייט אין לעבן איבער געשמועסט מיט זיין רבי׳ן דער מונקאטש׳ער רב שליט״א און פונקט דער זאך האט ער איהם נישט געקענט פרעגן צו אפשר איז ער קראנק צוליב דעם, הלא דבר הוא ???
נאכדעם וואס דער מסירת מודעה איז ארויס געקומען אין פאבליק, האט משפחת גוטמאן זיך פרובירט צו פארבינדן מיט דעם קויפמאן, אבער אין קול ואין עונה ואין קשב, מען הערט נישט פון און מען זעהט נישט פון איהם, פשוט ער באהאלט זיך פון זיי, ווייל ער ווייסט גאר גוט אז די גאנצע מעשה איז הוילע בלאף און שקר, און ער שעמט זיך פשוט צו קוקן די גוטמאן׳ס אין פנים.
יעצט אחרי ככלות הכל, לאמיר שוין זאגן אז די גאנצע מעשה מיט מסירת מודעה וואלט ווען יא געוועהן אמת, ווי קומט דאס צו א איד נאך דערצו איינער וואס האלט זיך פאר א רבי און א צדיק צו נעמען די נאמען פון א טייערע אינגערמאן וואס איז שוין ליידער נישט בהאי עלמא, און עס אזוי צו׳פאטשקענען און די גאסן אן דעם וואס ער זאל מברר זיין אביסל צו די מעשה קען בכלל שטימען, או דעם וואס ער זאל רופן די משפחה און רעדן מיט זיין קודם, דאס מיינט ער איז געגאנגען בכוונה און געטירנקן דאס בלוט פון אן אלמנה און יתומים און דאס אלעס האט ער געטוהן ברבים ביי א מ׳כלומר׳שטע פסח שני טיש מיט׳ן שיינעם קאלירטע בעקיטשע און ברייטן היט, און דערנאך קענען קומען מענטשן און זאגן אויף איהם צדיק און קדוש און אז ער האט אזעלכע פיינע מידות אוי לנו שכך עלתה בימינו, און אויף דעם וויינט דער נביא ״חדשיכם ומועדיכם שנאה נפשי״ איך האב פיינט ענקערע פסח שני טישן, ווי מען קומט זיך צוזאם כדאי מצער צו זיין אנדערע אידן אום אלעס אונטערן שליחים פונעם תורה פשוט ווייל ער וויל אז יענער זאל האבן א תיקון אויף יענע וועלט, געוואלד און געשריגן, און דאס גופא דארף נאך ארויס צו ווייזן זיינע שיינע מידות אז ער האט יעדעם מוחל געוועהן, אויף דעם קען מען ריכטיג זאגן פני הדור כפני הכלב, איך האף אז ער וועט בקרוב תשובה טוהן און איבער בעטן די אלע וואס ער האט פארשעמט ברבים.

איך בין א נער און איך גלייב!!!