בלאט 7 פון 7
נשלח: מאנטאג אקטאבער 07, 2019 7:48 pm
דורך יין שרף
חתן בחור האט געשריבן:א חיה שפירט נישט אנגסט, ער ווייס נישט אז מ׳גייט אים הרג׳נען, ער איז נישט באזארגט פאר זיין משפחה, ער האט נישט קיין דאגות ער האט נישט קיין שרעק, ער ציטערט נישט פאר׳ן טויט
אמממ... וואס מיינט צימוק הריאה?
נשלח: מאנטאג אקטאבער 07, 2019 7:51 pm
דורך רביה''ק זי''ע
"מי שאמר בתחנונים מי שריחם על קן ציפור שלא ליקח האם על הבנים ירחם עלינו וכיוצא בענין זה משתקין אותו מפני שמצות אלו גזרת הכתוב הן ואינן רחמים שאילו היו מפני רחמים לא היה מתיר לנו שחיטה כל עיקר. (רמב"ם הלכות תפילה ט, ז)
נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2019 6:37 am
דורך רביה''ק זי''ע
די פריעסטע מקור פאר די "מנהג האמורי" פון כפרות שלאגן איז א תשובה פון ארום 1,400 יאר צוריק פון איינער פון די ערשטע גאונים, געדרוקט אין ספר תשובות הגאונים שערי תשובה סימן רצ"ט, די מערערים האבן זיך אויפגעוועקט הערשט 500 יאר שפעטער...
נשלח: מיטוואך אקטאבער 09, 2019 11:34 pm
דורך אישתישבי
מען רעדט וועגן שחט'ן טשיקענס, כאילו עס איז צער בעלי חיים, באמת?
אין אמעריקא ווערען גע'הרג'ט ניין ביליאן טשיקענס א יאר.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 4:00 pm
דורך שבת אחים
.
נשלח: מוצ"ש מאי 23, 2020 11:17 pm
דורך עוקר הרים
עס באדערט מיך שוין לאנג וואס איז פשט פון דער מנהג פון לייגן הבדלה וויין אויף די אויגן (וכדו' כל אחד לפי מנהגו...),פארוואס גייט עס נישט אריין בגדר דרכי אמורי??
נשלח: מוצ"ש מאי 23, 2020 11:52 pm
דורך מפיל קינד
דער ענין איז משום חביבות המצוה. אויסצוטרונקן דעם כוס און לייגן די שיריים אויפ'ן פנים.
די קשיא איז נאר פארוואס פונקט הבדלה און נישט ביי כוס של ברכה און קידוש.
נשלח: מוצ"ש מאי 23, 2020 11:55 pm
דורך עוקר הרים
מפיל קינד האט געשריבן:דער ענין איז משום חביבות המצוה. אויסצוטרונקן דעם כוס און לייגן די שיריים אויפ'ן פנים.
די קשיא איז נאר פארוואס פונקט הבדלה און נישט ביי כוס של ברכה און קידוש.
אבער מען האט אינזין עס זאל זיין א סגולה פאר די אויגן און געלט וכדו' וואס דאס איז ממש מעשה אמורי צו גלייבען אז געוויסע מעשים וואס איך טוה גייט מאכן אז דאס און דאס זאל געשעהן..... וצע"ג.
נשלח: זונטאג מאי 24, 2020 12:12 am
דורך רביה''ק זי''ע
פארוואס זאל עס זיין ערגער פון שאקלען לולב כדי אפצושטעלן שלעכטע ווינטן און רעגנס? (סוכה לז:)
נשלח: זונטאג מאי 24, 2020 12:16 am
דורך עוקר הרים
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:פארוואס זאל עס זיין ערגער פון שאקלען לולב כדי אפצושטעלן שלעכטע ווינטן און רעגנס? (סוכה לז:)
ווייל יענץ איז נישט די סיבה עס איז נאר א סגולה, משא"כ דא איז דאס דער טעם פארוואס מען טוט עס....
נשלח: זונטאג מאי 24, 2020 12:19 am
דורך berlbalaguleh
רביה"ק זי"ע: אין דעם גלייב איך יא. אז די נענועים פון די ד' מינים העלפט אפשטעללן די רוחות רעות. ווייל דאמאלס איז די האריקעין סיזן...!
נשלח: זונטאג מאי 24, 2020 12:20 am
דורך רביה''ק זי''ע
איך מיין אז דא קען מען זאגן די זעלבע תורה, די סיבה פארוואס מ'טוט עס איז אלס חביבות המצווה, די אויגן מיט די געלט איז נאר א סגולה.
ר' בערל, נעוואדע אזוי, פארדעם טאקע איז סוכות סוף זוממער כדי אפצושטעלן (כאטש טיילווייז..) די אלע בייזע ווינטן...
Re: כפרות - שוין צייט אפצולאזן דעם מנהג האמורי
נשלח: זונטאג מאי 24, 2020 12:22 am
דורך עוקר הרים
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך מיין אז דא קען מען זאגן די זעלבע תורה, די סיבה פארוואס מ'טוט עס איז אלס חביבות המצווה, די אויגן מיט די געלט איז נאר א סגולה.
וואס איז די חביבות פון עס לייגען פינקט אויף די אויגען??
Sent from my SM-A105F using Tapatalk
נשלח: זונטאג מאי 24, 2020 12:23 am
דורך פארוואס?
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:פארוואס זאל עס זיין ערגער פון שאקלען לולב כדי אפצושטעלן שלעכטע ווינטן און רעגנס? (סוכה לז:)
עס איז טאקע נישט ערגער, נאר דאס איז א דאורייתא און יענץ איז נאר א מנהג. דאס שטערט קיינעם און יענץ איז גורם איבעריגע צער בעלי חיים.
דרכי האמורי מיינט נישט אז די אמורים זענען ווייניגער ראציאנאל ווי אידן, עס איז נאר פשוט נישט אונזער גלויבונג.
Re: כפרות - שוין צייט אפצולאזן דעם מנהג האמורי
נשלח: זונטאג מאי 24, 2020 2:21 am
דורך החוקר
@פארוואס? רביה"ק באציעט זיך צו לולב vs שמירן הבדלה וויין נישט צו כפרות.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 5:28 pm
דורך אייניקעל
ארויפגעברענגט צום אויבערפלאך לכבוד עניני דיומא
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 7:30 pm
דורך berlbalaguleh
מפיל קינד האט געשריבן:דער ענין איז משום חביבות המצוה. אויסצוטרונקן דעם כוס און לייגן די שיריים אויפ'ן פנים.
די קשיא איז נאר פארוואס פונקט הבדלה און נישט ביי כוס של ברכה און קידוש.
וואספארא חביבות המצוה וועסטו ארויסווייזן ביי כפרות. אז דו האסט ליעב דעם טשיקן? איך האב אויך ליעב דעם טשיקן ווען ער/זי איז אפגעקאכט און ליגט אויף מיין טעלער.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2023 11:19 pm
דורך סקעפטיקער
נתן סליפקין ברענגט גוט ארויס אז עס איז נישט די מנהג כפרות בעצם וואס איז א פראבלעם, נאר די וועג וויאזוי עס ארבעט היינט
https://www.rationalistjudaism.com/p/the-chicken-swing
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 12:38 am
דורך כף הקלע
מיין מאמע האט מיר פארציילט אז זי האט געטוהן כפרות ביי בינגאו פאר א סך הכל פון $5!
איך האב מורא געהאט צו פרעגן ווי אזוי עס האט אויסגעזען, ווייל פארשטייט זיך, זיך אפגעבן מיט די עופות ווי מען דארף איז נישט זייער טייער, אבער עס געדוירט אביסל צייט און צייט פון ארבייטער איז געלט.
דאס איז נאנט צו מיין הארץ ווייל איך האדעווע טשיקענס.