בלאט 7 פון 43

נשלח: מאנטאג אקטאבער 06, 2014 12:38 pm
דורך געפילטע פיש
איך וויל טרעפן דעם לץ וואס ווערט באצאלט אויפצומאכן די מעשיות. ער ראלט מסתמא פאר געלעכטער ווען ס'פאלט עם איין א גוטס. די שאלה איז נאר אויב ס'איז די זעלבע פון תהילים כולל.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 13, 2014 10:11 pm
דורך סאשי פיש
!

נשלח: מאנטאג אקטאבער 13, 2014 10:46 pm
דורך משולם שטיינפעלד
מעג מען פרינטן צעטלעך אינמיטן חול המועד? כתיבה?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 13, 2014 10:49 pm
דורך ונבנתה העיר
כתב שאינו מתקיים...

נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 10:06 am
דורך טאמבל סאס
C/p

היות לעצטנס קומט אן דורך די פאסט זייער אימאיידעלע קאטאלאגן אין בילדער דעריבער זענען מיר באויפטאראגט געווארן דורך די מוסדות התורה צי נעמען די נויטיגע שריט צי זעהן דער ציבור זאל חלילה וחס נישט נכשל ווערן מיט ריאות אסירות ר״ל.

מיט דען ווילן מיר מעלדן אז נאך גרויס מיה אין שוועריקייטן איז אונז געלינגן ארויסקימען מיט א פראגראם וועלעכע וועט בקרוב פארלאנגט ווערן פאר יעדן יחיד דורך יעדע מוסד.

דער נייער פראגראם וועט ארבעטן אזוי, יעדער הויז איינגעטימער וועט פארלאנגן דורך א ספעציעלער פארעם וועלעכער וועט פארציילט ווערן אין די בתי מדרשים אין די נאנטע וואס מוועט אויספילן אין אריינשיקן צום פאסט אפיס אז זיי זאלן פארווערדן די פאסט צי אונזער משומר פאסט באקס ווי אינזערע עסקנים וועלן באקיקן אייער מעיל זיכער נאכן עס קומט נישט אן דברים שאין רוח חכמים נוחה הימנו, איינמאל א וואך וועט איר קענען אפנעמען אייער פאסט ביי אונז אין אפיס.

דער נייער סערוויס וועט קאסט $25 א חודש מיט ספעציעלע הנחות פאר כלי קודש אין כולל אינגעלייט.

מיר וועלן אי״ה אויך האבן פאגראמען פאר גרעסערע ביזנעסער.

ביטע נעמט אין באטראכט אז אייער מוסד וועט בקרוב אנהייבן אהיימשיקן אייערע קינדער אויב איר וועט זיך נישט איינשרייבן אין צייט.

ובשם השם נעשה ונצליח שלא ישמע עוד חטא בישראל

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 8:41 pm
דורך גנדי
לאמיר זעהן ווער גייט זיין די ערשטע צו ניצען די "עבאלע" וירוס פאר א משל פאר די טמא'נע אינטערנעט...

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 9:02 pm
דורך איך אויך
דו.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 11:24 am
דורך קינד_אן_קייט
בילד

נשלח: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 2:08 am
דורך אפשר
גנדי האט געשריבן:לאמיר זעהן ווער גייט זיין די ערשטע צו ניצען די "עבאלע" וירוס פאר א משל פאר די טמא'נע אינטערנעט...

שמואל שלמה טעללער אין זיין וועכענטליכע "השקפה בלעטל" פארגלייכנדיג די אינטערנעט צו די ווירוס עיין כאן

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 01, 2014 8:09 pm
דורך לעיקוואד

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 2:10 pm
דורך שמעקעדיג
.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 2:14 pm
דורך שמעקעדיג
אין די מעלות..

.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 4:51 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג: ייש"כ. כמו שכתוב. אזוי ווי דאס ווערטל גייט "קאמענטארן זענען איבעריג"... :lol:

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 5:34 pm
דורך [NAMELESS]
/

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 7:37 pm
דורך שמעקעדיג
ער האט א פוינט, דער צעטל קלעבער. נאך אלעם בעפאר די אייפון עפאכע האט מען קיינמאל נישט געהערט אזא מציאות אז א גוי זאל דערשטעכן א איד.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 2:47 pm
דורך יין שרף
[center][/center]

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 2:11 pm
דורך הירץ אייכל גומפרץ
גרויסע בהמה'לעך

נשלח: פרייטאג פעברואר 27, 2015 12:51 am
דורך לעיקוואד
איך האב געמיינט אונז מוזן זיך מוטשען צאמנעמען די אלע נארישקייטן און קוריאזן פונעם אינטערנט מערכה אליינס האב איך געמאכט דער אשכול. דערווייל ברוך שמסר עולמו לשומרים, איז געגאנגען א איד געמאכט אליינס א וועבסייט וואס נעמט צאם די אלע שטותים משטותים שונים למקום אחד, הכי קרא שמו anti-net, מן הסתם כדי אז דער כוונה הפוכה זאל מפקיע זיין דער טומאת האינטרנט פון יענער סייט. הכלל דארט טוהט זיך מטעמים. גייטס אליינס כאפטס א קוק.

http://anti-net.co.il/

נשלח: דינסטאג אפריל 14, 2015 6:16 pm
דורך לעיקוואד
בילד

נשלח: דינסטאג אפריל 14, 2015 7:50 pm
דורך געפילטע פיש
כל כלי שבלחיצת כפתור...

אוי וויי! מיין עלעוועיטאר איז שוין אויך אסור!

נשלח: דינסטאג אפריל 14, 2015 8:14 pm
דורך [NAMELESS]
געפילטע פיש האט געשריבן:כל כלי שבלחיצת כפתור...

אוי וויי! מיין עלעוועיטאר איז שוין אויך אסור!

הערשט היינט געפיקסט מיין מייקראוועף. אויסגעגעבן געלט פאר גארנישט.....

וואס איז די הלכה ??

נשלח: דינסטאג אפריל 14, 2015 8:23 pm
דורך טאמבל סאס
געפילטע פיש האט געשריבן:כל כלי שבלחיצת כפתור...

אוי וויי! מיין עלעוועיטאר איז שוין אויך אסור!

און וואס איז מיט מיין אווער נייט קוגל? :אויוויי:

נשלח: מיטוואך אפריל 15, 2015 3:38 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
קינד_אן_קייט האט געשריבן:בילד

מ'דארף מעורר זיין אז להלכה למעשה ווערט געפסקנ'ט אין הלכות קידוש ה' אז מ'טאר נישט שעכט'ן די קינדער, און דער גדול וואס האט געפסקנ'ט אז מ'מעג יא האט געליטען א מיתה משונה צוליב זיין פסק.
מעשה בגדול אחד ששחט כמה ילדים בימי הזעם.... עפעס אזא נוסח ווערט געברענגט אין ט''ז און ב''ח אין יו''ד הל' קידוש ה' בשם דוכט זיך דער ארחות חיים. איך פויל זיך נאכצוקוקען.
הוספה - איך האב יעצט נאכגעקוקט- וז"ל הב"י יו"ד קנ"ז בבד"ה ומעשה ברב אחד ששחט תינוקות הרבה בשעת השמד שירא שיעבירום על דת והיה עמו רב אחר וכעס עליו וקראו רוצח והוא לא חש לדבריו ואמר הרב המונע אם כדברי יהרג אותו רב במיתה משונה וכן היה שתפשוהו גוים והיו פושטים עורו ונותנין חול בין העור והבשר ואח"כ נתבטלה הגזרה ואם לא שחט אותם אפשר שהיו ניצולים ולא היו הורגים אותם. עכ"ל.
איי''ם דזשאס''ט סעיינ''ג