בלאט 7 פון 8

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 2:45 am
דורך berlbalaguleh
זר זהב האט געשריבן:מיט 3 פערצענט געציילט האלט פערנאנדא פערער 39%, מארק גרין 22% פיטער וואלאן 18%, און עללען העוועסי 9%

דעיס באלאנגט אין אשכול "אלטע נייעס" ישן נושן. :lol:

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 2:47 am
דורך טעפל
נו? וואס איז געבליבען?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 10:37 am
דורך שרייבער
זר זהב האט געשריבן:שטארקע געווין פאר UJO, סאטמאר/אחים לדעה און נאך עטליכע קהילות.

gnymnr.png

אוי וויי, ס'איז נישט געווען 10000 שטימען? נו וואס וועט זיין מיט די נייע ביהמ"ד :oops: :oops:

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 10:50 am
דורך בעלזער חסיד
אוי אז ס'נישט געווען 10000 שטימעס וואס העט זיין מיט דו אלטע מצה בעקעריי אוו בראדוויי ? :P :oops:

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 11:17 am
דורך אמת ויציב
ביטע ארויפלייגן ווי מען קען זעהן די פונקטליכע שטימען לויט די שטום בודקעס

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 11:35 am
דורך סאשי פיש
ווילי
די מער איז פאר טאמפסאן

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 11:36 am
דורך אמת ויציב
שכת סאשי פיש ביטע לייג מיך ארויף די לינק פין די סייט

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 11:58 am
דורך גאלד
איך באשולדיג גארנישט איך וויל בלויז זאגן א פאקט און יעדער קען טון דערמיט וואס ער וויל,
אז מ'קוקט נונטער די ED אין וומב איז דא איין ED וואס טאמפסאן האט געווינען 350 קעגן 50,
פיין די UJO איז מער ווי די אהרונים אבער דאס איז עפעס זייער סוספישעס,
אבער אז מ'איז מדייק מערקט מען אז אין דעם ED זיצט אשל נורסינג היים,

איך זאג נישט גארנישט זאל יעדער אליינס מחליט זיין צו עס מיינט עפעס צו נישט,

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 12:34 pm
דורך מ. גליקמאן
זר זהב האט געשריבן:די בעסטע נייעס איז שוין דא. שפיצער פארלירט, טענק גאד

ווי איך הער זענען די עסקנים (נישט אין די חסידישע פאליטיק פוינט אוו וויוא) געווען די מערסטע באזארגט אויף דעם רעיס ווייל דער שפיטצער איז א געפערליכער נוקם ונוטר, און נאכדעם וואס ער האט אזוי געזיכט זייער אינדארסמענט און ער האט דאס נישט באקומען זענען זיי געווען זייער באזארגט אז ער וועט זיך טאקע גוט אפרעכענען מיט זיי. אבער חסדי השם אז ער האט נישט געווינען.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 2:14 pm
דורך דעת תורה
[tag]גאלד[/tag], איך זעה נישט - אויף סאשי פיש'ס ליסטע - קיין איין ע.ד. וואס קומט אראפ צו אזאלכע ציפערן.

וואס איז די פשט אז ביי יעדן ע.ד. כמעט האט לעווין קרוב צו הונדערט שטימען מער ווי טאמפסאן? קודם האב איך געטראכט אז דאס האט מיט די גוים, למעשה זע איך אויף העיווארד סט. איז אויך דא דער - אדער א ענליכער - דיפערענץ. זענען געווען אהרונים וואס זענען געגאנגען פאר לעווין? (אדער פארקערט, זענען אויך דא גוי'אישע וויילער אינעם העיווארד דיסטריקט?).

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 2:26 pm
דורך גאלד
די ליסטע אויוון איז דער ס"ה פון יעדער Polling Site, אין יעדע polling site איז דא מערערע אי-די'ס,
אויב ביסט נעכטן געגאנגען שטימען האסטו געקענט באמערקן פארנט פון יעדע שטום בודקע איז געווען א טישל מיט א גרויסע סיין מיט א אנדערע נומער, דאס זענען די ED, ווען מ'קומט אריין שטימען פרעגן זיי וועלכע גאס מ'וואוינט און לויט דעם שיקן זיי דיך צום ריכטיגן ED טישל,

למעשה מוז איז איך מתקן זיין מיין טעות, כאב איבערגעקוקט יענעם ED און ס'איז ווייניגער ווי איך געשריבן, ס'איז 240 קעגן 50, (נישט 350), אבער מיין פונקט איז פונקט אזוי גילטיג,

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 2:31 pm
דורך blauvelt
can some one tell me is heyward all jewish votes or also non jewish

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 9:20 am
דורך שעפטל
לויט געוויסע רעפארטס: וועט היינט אום 11:00 אזייגער, ביל טאמפסאן -שטייענדיג מיט גאווערנער קאומאו און זיין געוועזענע קעגנער דער דעמאקראטישער מעיאר קאנדידאט (און געווינער אין פארמעסט) ביל דיבלאזיא- אפיציעל אויפגעבן דעם פארמעסט פאר מעיאר, און וועלן אינדארסירן דיבלאזיא פאר מעיאר קעגן דעם רעפאבליקאנעם דזשאו לעהאוטע.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 12:00 pm
דורך [NAMELESS]
טאמפסאן האט זיך ארויסגעצויגן פון די פארמעסט

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 12:21 pm
דורך שעפטל
bill-thompson-conceded.jpg
bill-thompson-conceded.jpg (58.94 KiB) געזען געווארן 1762 מאל

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 7:00 pm
דורך שעפטל
ביל טאמפסאן האט דאס יעצט געשיקט:

[left]First of all, I want to thank you for believing in me and believing in our campaign. We would not have made it this far without your commitment and your support, and I cannot thank you enough for all your efforts.

With your help, we were able to run a campaign focused on the issues that matter most: improving our schools, ending racial profiling, keeping people safe, creating affordable housing, fixing the disgrace of NYCHA, creating good jobs, and ensuring that all New Yorkers, in every neighborhood, have the same chance to build a better life.

Today, almost a week after the primary, we still don’t know the outcome of this election. The inability of the Board of Elections to conduct a prompt and accurate count of the votes is nothing short of a disgrace. Be that as it may, an unfortunate reality remains: it is by no means clear when these votes will finally be counted. Under these circumstances, it is impossible to campaign, let alone offer a meaningful choice to Democratic voters.

This morning, I stood with Bill de Blasio and Governor Cuomo on the steps of City Hall and announced my full support for Bill de Blasio's candidacy for Mayor of the City of New York. Now is the time for us to come together and finally return a progressive to City Hall – a progressive who will make New York a city of opportunity once again.

I support Bill de Blasio because his candidacy presents our best chance to return fairness and decency, justice and dignity, and hope and equality to every neighborhood in every borough. Bill de Blasio is a great New Yorker and I am proud to stand with him – and I ask every single person who campaigned for me, supported me, and voted for me to do the same.

We must make this city work for all New Yorkers again – where every child goes to a great school, where our police protect our people’s safety and constitutional rights at the same time, where every voice is heard and, yes, every vote is counted. That’s the city we believe in. That’s our city of opportunity. That’s the New York we love. And the path to getting there begins with Bill de Blasio walking through the doors of City Hall as the next Mayor of the City of New York.

Thank you again for everything, and I hope to see you all again soon.[/left]

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 8:26 pm
דורך רויטע וואנצעס
די רעזולטאטן וועלן אנהייבן אריינקומען נאך 9:00 אזייגער. קיין שום גרויסע סופרייזעס ערווארטעט אין ניו יארק סיטי.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 9:48 pm
דורך רויטע וואנצעס
[center]ביל דעבלאזיא געוואונט ניו יארק סיטי מעיארשאפט![/center]

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 9:49 pm
דורך דער (פינטעל) איד
אומגלויבלעך

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 10:22 pm
דורך אמת ויציב
אפשר קען איינער ארויפלייגן ווי מען קען מיטהאלטן לייו די אויסגאנג פון די וואלן אין מאנרא

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 10:31 pm
דורך [NAMELESS]
די קאסינא'ס קיקט אויס אז יא געווינט

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 10:48 pm
דורך I'm back
ווער איז פאראויס אינעם פארמעסט פאר דיסטריקט אטוירני?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 11:00 pm
דורך יין שרף
Thompson By 70%