בלאט 7 פון 7
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 10:22 pm
דורך יואליש
העלא האט געשריבן:דו קענסט סאטמאר רביס יחוס? איך יא
כ'זיך שוין לאנג איינער וואס קען די יחוס. סאקמיר רב פלעגט זאגן אז ער שטאמט פון 18 דורות נוטרי הברית. ווייסט אפשר ווער דער 19צענטער דור אויף ארויף איז געווען?
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 10:23 pm
דורך העלא
איך דארף די קיש אויפן פנים נישט אויפן שטערן,
לולא דמסתפינא וואלט איך געזאגט נאך טיפער, אבל מה אעשה שהתורה אמרה "ונשמרת.............................
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 10:30 pm
דורך מנשה לוסטיג
איך וויל וויסן, פארוואס יעדער וואס איז געווען אקעגן די סאטמארע שיטה, האט מען דערשטיקט
נאכדעם וועט מען זען צו סימס איז א מצוה פון יתגרש ואל יעבור
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 10:33 pm
דורך העלא
מנשה לוסטיג נישט דא איז די פלאץ צו פרען קשיות אויף סאטמאר, ענטפער א עקסטרע אשכול ביטע
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 10:49 pm
דורך איינער
מנשה לוסטיג האט געשריבן:ניין, גיין אויסגעלאסן ביים ביטש איז נישט קיין עבירה, ס'איז א עבירה צו קוקן דערויף. א ביטש איז א מקום ערווה, און מאך נישט קיין פרישע עבירות, זי גייט נישט אזוי אין קיין היימישע געגענד, און זי רעדט נישט ברבים צווישן היימישע קעגן די תורה.
מנשה, און וואספארא קאטאגאריע עבירה גייט אריין נישט צו דאווענען אין סקווירא מיט רבין'ס מנין!?
פארדעם האסטו די פארפירט אז עס קומט ראטענבערג שריפה
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 10:59 pm
דורך מנשה לוסטיג
העובר על דברי חכמים.. פיר אליינס אויס
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 11:03 pm
דורך איינער
מנשה לוסטיג האט געשריבן:סאטמאר האט ווייניג בלוט אויף די הענט? פארוואס ווען מ'רעדט אויפן סקווערן רבין הער איך נישט הוי זהיר בגחלתן..! הא? איך זע נישט אז סאטמארע רב וואס איז סך הכל געווען א רב, און האט נישט איבערגענומען דעם עצי חיים, און האט נישט ממשיך געווען קיין חסידות, זאל זיין עפעס מער ווי סקווערע רבי וואס האט אין האנט די שרביט הנהגה פון די עיקר שטאמען פון דרך החסידות בפרט און מלכות בית דוד בכלל
יא סקווערע רבי איז אזוי גרויס.... אזש גרעסער ווי דוד מלך אליין. עס איז נאר א שאד אז די אמעריקאנער רעגירונג זעט עס נישט איין, נישט קשה דער רבי/מלך האט א טשערנאבל מעשה אויף דעם אויך.
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 11:09 pm
דורך יידל
מען קען אפשר צוריקגיין צום ענין?
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 12:31 am
דורך מנשה לוסטיג
איינער ברענגט מיר א ראיה, אז זי איז מחלל שבת, ווייל ער האט געזען איר תגובה אין פייסבוק אום שבת.
כ'מיין אז מ'טאר נישט חושד זיין, ווייל די דאטום אין פייסבוק, ווי כ'האב מיר איבערצייגט שטימען נישט אלץ, ס'קומט ארויף אנדערע דאטומען, ווי צום ביישפיל, איך האב געשריבן עפעס פרייטיג און ס'האט געצייגט ווען כ'בין געגאנגען שלאפן פרייטיג צונאכטס אז כ'האב דעמאלטס האלב נאכט געשריבן די תגובה.
כ'האב שוין געהאט אז ס'געשטאנען מוצאי, אז כ'האב געשריבן די תגובה צוויי שעה פאר אויס שבת. קען זיין ס'גייט לויט אנדערע לענדער זייגער