בלאט 7 פון 13
נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 9:20 pm
דורך outspoken
.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 9:21 pm
דורך outspoken
אכשיר דרא האט געשריבן:outspoken האט געשריבן:אכשיר דרא האט געשריבן:outspoken האט געשריבן:זי איז געווען גענוג גרויס, זי וואלט געקענט שרייבען צוואה ווי אזוי זי וויל, אדרבה זאלן זיי אלע יעצט שרייבען צוואה אז זיי ווילען אז זייער פעיסבוק חברים און חברתות זאלען אנפירען (און צאלען) זייער ליוויות.
דאכט זיך אז דאס באגראבן מתים, איבערהויפט מתי מצוה כגון דא, ווערט באטיטולט מיטן טיטול "חסד של אמת" שאינו מצפה גמול,
אויב האט סקווירא א רצון צו בענעפיטירען פון זייער חסד של אמת, מיטן זיך אפרעכענען נקמה'לעך און פירן שייגעץ שטיק אונטער די מאנטל און שטיוועל איז דאס קיין חסד של אמת נישט
חסד של אמת פון בארא פארק וואלטן אזוינס קיינמאל נישט געטאן! :
אבי גערעדט, דאס האט נישט מיט סקווירא "חסד של אמת", ס'האט געהאט מיט איר משפחה
קאסט מיר א לאך...
האט מיט די משפחה? די משפחה טוט רצון צדיק, אלעס איז איין רצון די 'משפחה' 'חברה קדישא' און 'רבי', און האסט גארנישט מוסיף געוען, די קושיא במקומה עומדת ורועמת
come on די האלט'ס טאקע ווען א משפחה האט א שוואכע, ווילן זיי די גאנצע חברה ווען מ'באגראבט א קינד????? זיכער
אז '''''נישט''''
נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 9:37 pm
דורך גורן האט''ד
עס ווענט זיך וועלכער סארט משפחה, צו אזא וואס זארגט בעיקר וועגן די אייגענע כבוד אדער אזא וואס קען אויך טראכטען וואס זייער קינד וואלט געוואלט. און די מהלך צו טראכטען נאר וועגן די אייגענע כבוד און גארנישט וואס איז גוט פאר א צווייטער, דאס איז ממש רצון רבינו שליט"א און אזוי זעהט מען ביי עם אליינס טאקע מעשה רב.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 10:33 pm
דורך פידלער
נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 10:40 pm
דורך גאנצל
גורן האט''ד האט געשריבן:עס ווענט זיך וועלכער סארט משפחה, צו אזא וואס זארגט בעיקר וועגן די אייגענע כבוד אדער אזא וואס קען אויך טראכטען וואס זייער קינד וואלט געוואלט. און די מהלך צו טראכטען נאר וועגן די אייגענע כבוד און גארנישט וואס איז גוט פאר א צווייטער, דאס איז ממש רצון רבינו שליט"א און אזוי זעהט מען ביי עם אליינס טאקע מעשה רב.
איך ווייס נישט צו די קענסט דעם טאטן אבער איך קען אים יא ער איז גארנישט די משוגענע באגלייבטער סקווערער און פארדעם איז ער מנהל אין סאטמאר מאנסי און נישט אין סקווירא
נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 11:32 pm
דורך געפילטע פיש
איך ווער משוגע פון [tag]לעיקוואד[/tag]'ס סבלנות, אזא ענוותנותו של הלל צו ענטפרען יעדע קלאץ קושיא מיט די זעלבע געדולד, פון וואו נעמט מען אזוי פיל נערווען?
נשלח: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 12:57 am
דורך [NAMELESS]
נשלח: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 1:00 am
דורך [NAMELESS]
יעצט זעה איך אז [tag]שלום דין[/tag] האט געשריבען די ארטיקעל
נשלח: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 6:02 am
דורך העלא
אלו דברים שאין להם שיעור, ווערט שטותים נישט אויסגערעכנט,
מ'האט זיך אלע דורות געפירט אז ווען איינער האט זיך גענומען דאס אפילו נישט קיין אפגעפארענע,
אדער ווען א אפגעפארן קינד איז געשטארבן ביי איינעם
האט מען געמאכט די לוי' בשתיקה, און באגראבן אין א בית הקברות נישט פון די קהלה,
אלזא, קיין שום הוא אמינא איז נישט געווען איר צו באגראבן אין סקווירא,
קיין שום סיבה פארוואס צו מאכן א געהעריגע לוי', קיין שום סיבה צו רופן חברים, און אודאי אזעלכע חברים אויף וואס זי כאפט יעצט אויף יענע וועלט,
און אודאי נישט די חברים וואס זייער אנוועזנהייט איז מעורר קטרוג אז זי האט עובר געווען אויף "יהרג ואל יעבור" כמה פעמים, און געגאנגען אנגעטוהן אויף א וועג וואס איז "יהרג ואל יעבור,'
זי האט ליידער נישט זוכה געווען צו קיין תשובה, די משפחה האבן נישט געטארט צולאזן די אלע חברה אפילו טראכטן פון איר, די חברה ברענגען נאר א קטרוג, קוק מיט וועם זי האט זיך גע'חבר'ט, און וויפיל "יהרג ואל יעבור" זי האט ליידער עובר געווען און קיינמאל נישט תשובה געטוהן,
נשלח: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 7:21 am
דורך הוגה
און דו ביסט שטארק באזארגט איבער די קיטרוג און די פעטש וואס זי כאפט..... ס'זעהט זיך טאקע שטארק אן פון דיין תגובה. What a joke!
נשלח: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 7:23 am
דורך diff
Funerals are made to show feelings with man punished by heaven, not by his fault. Suicides’ don’t care for funerals and most rid their bodies. (So does a s offender not need a wedding). Her new friends need it only to bemoan the collapse of their ideals. Not her personally.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 9:24 am
דורך מאנדלבאום
איך ליין און ליין נאכאמאל און נאכאמאל, און איך שטוין...
די עזות וואס די יונגען און די מוידן האבן איז פשוט אומבאגרייפליך, א טייל רעפרעזענטירן זיי דא.
וויפיל פון ענק גלייבן אין השארת הנפש? צו וואס פאר א שווארץ יאר שטופט איר די נאז אין אידישע צערעמאניעס?
לפי שיטתכם, וועט עטץ עקנער הינטל אויך מאכן א לוויה, און פארלאנגען גאר אין סקווער?
יא, ביי אונז אידן, איז די פארוואגלטע נשמה אהיימגעקומען, טאקע זייער טראגיש, אבער אהיים, נאו מאר מיט אירע נשמה בלוט צאפערס, ביי אונז אידן וועט מער איר געדענקען און א טובה טוהן!
אויסגעוועלט אן אנדער וועג? גייט אייך לחייס ולחלום! גייטץ וואו עטץ זענטץ שבת קודש ויוה"ק!...
קיין נפקא מינא ווער איז שולדיג! צו דער שלעכטער חבר, דער שלעכטער שכן דער גוי, דער שלעכטער שלחן ערוך וואס לאזט נישט רייכערן שבת, אדער דער שלעכטער רבי וואס הייסט דאווענען ווייל זיין באשעפער האט באפוילן...
באדעם ליין, באשלאסן אז דו שאקלסט דיך אפ פון דאנען? בלייב וואו דו ביזט, און טרעט אונז נישט אויפן קאפ! מיר ווילן בלייבן פאנאטיש מיטן אלט מאדיש אריבער 3000 יאריג רעליגיע!
קומט גאר מיט טענות?... אומדערהערטע פרעכהייט!
די אלע וואס טרעטן אויף די תורה און פייפן אויף בפירושי פסוקים, (נישט בלויז איף קיין פאנאטישע ענינים און קפעידעס, K?) פירן א משא מתן אין הלכה, אין ענינים, פארלאנגען מקורות?...
ווער דער נאר וואלט נישט געוועהן מיינער וואלט איך אויך געלאכט...
נשלח: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 10:48 am
דורך אביגדור
ונראה.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 10:51 am
דורך [NAMELESS]
נשלח: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 11:01 am
דורך געפילטע פיש
לב מי לא ימס צו זעהן וואס מענטשען גייען דורך.
לייענט איינער פון די קאמענטס דארט.
[left]Mimi Lemay · Follow · Tufts University
This is heartbreaking Shulem. Deb's story, yours, and the rest. I also feel shame because I was that kid that eyed the clock when my irreligious dad came to visit. I was the one that refused his gifts, and was sullen and uncomfortable. My mother told me he wanted to 'kidnap' me and take me away from Yiddishkeit. If it offers you some comfort, I left Orthodoxy at 22 and reestablished my relationship with my dad. I became closer to him in the next 10 years, until he passed away of illness. I regret that we lost so much time[/left]
אזויווי ערווענט, די תוצאות פון אפהאקן א קינד פון איינער פון די עלטערן זענען אסאך מאל די פארקערטע וואס מ'האט זיך אזוי געשלאגן.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 11:02 am
דורך עוד מישהו
נאכן האבן אפן דא אויף ק"ש אפאר אשכולות בנוגע די נפטרת, יעדער איינער מיט א צווייטע פרעספעקטיוו, און יעדע מענטש מיט זיינע צוויי דיעות, וועל איך זאגן וואס מיינע נארישע צוויי דעות.
ובזה החילותי, פאראיאר צוריק בערך האט א בחור וואס איז געקומען פון א גערע משפחה, מיטן נאמען ישראל קרול, זיך גענומען דאס לעבן ל"ע, די בחור איז געווען א פיינע בחור ווען ער האט געלערנט אין ישיבה, זיין משפחה מיין איך קומט פון חצור הגלילית נישט ווייט פון עמוקה.
ער האט אבער אין איינע פון די שלבים אין לעבן פארלאזט די קהילה אין געווארן פריי נעבעך.
ס'איז נישט קיין חילוק, וואס איז די סיבה פארן פארלאזן די ערליכע דרך, וואו אויך איז נישט קיין נפק"מ פאר אונז אונטער וועלכע אומשטענדען ער האט באשלאסן צו נעמען אן עק צו זיין לעבן.
זיין לווי' איז געווען אפן פארן ציבור, משפחה מיט חברים פון ישיבה, האבן צוזאמען אפגעגעבן די לעצטע כבוד פאר אים מיט פריינט און באקאנטע וואס זענען געקומען פון די פרייע וועלט, קיינער האט קיינעם נישט פארטריבן, מ'האט נישט אפגעשטיפט די לווי'.
צו זיין שלושים, האט די פלאץ וואו ער האט געארבעט אינאיינעם מיט זיינע פרייע חברים, געמאכט א צאמקום וואו זיין פרומע משפחה מיט אנדערע חברים פון ישיבה וכו' זענען זיך צאמגעקומען, יעדער מיטן מיינונג אז נישט קיין חילוק וואס איז געשען מיט אים, ער איז א איד און כבוד המת איז וויכטיגער וואו די אלע שטותים.
יעצט אין מיינע אויגן נאכן מיטהאלטן אזא זאך, איז סקווירא אפגעפרעגט אינגאנצן, אויב גער האט געקענט שלונגען אביסל בושה, טראכטן אביסל אינדרויסן פון די באקס, און מאכן א נארמאלע לווי', וואלט סקווירא אויך געקענט, אמת אפאר ליידיגגייערס וואלטן געווען דארט, אבער די שטינק און חילול השם וואלט נישט געווען, זיי וואלטן ארויס וואו זיי האבן אפגעגעבן כבוד, אפילו פאר אזא איינער וואס האט צוריק געשפיגן אלעס אין פנים.
די פרייע גאס און צייטונגען וואלטן נישט געווען פארנומען מיט בזיון המת.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 11:20 am
דורך מאנדלבאום
עוד מעט האט געשריבן: נו, ענדיג נישט אזוי אינמיטן א סענטענס. פיר אויס: מה שאין כן אין איי וועלט...
א פארגעניגן צו לייענן זאכליכע תשובות כגון האי, ומהאי...
אבער ביטע זייט מיר מוחל פאר נישט ענטפער אין צוקונפט אויך אזעלכע מין תגובות,
אין בין ליידער שטומפיג, איך קען נישט 'שארפזיניג' און 'סופער קלוג'...
נשלח: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 11:23 am
דורך לכבוד שבת קודש
איז איר נאנטער חבר, מאטי, געווען ביי די לויה?
נשלח: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 11:26 am
דורך שמעקעדיג
מענין לענין באותה ענין. אז דו שרייבסט שוין, האב איך זיך דערמאנט אמאל אן ארטיקל וואס כ'האב ערגעץ געלייענט, וואס זאל א מענטש טון אויב ער שטארבט (ח"ו) און ער האט אקאונטס איבעראל, צ.ב.ש. אימעילס, אינסטעגראם, ספר הפרצוף, פיקאסא, אנליין געשעפטן, און אפילו קרעדיט קארדס. זענען פאראן פארשידענע עצות ווי אזוי זיי צו פארשליסן, און נישט זיי זאלן בלייבן אפן פאר אייביג. איך דארף טרעפן יענעם ארטיקל, און די אלע OTD חברה וואס חלומ'ען פון זיך נעמען דאס לעבן בקרוב זאלן דאס אדורכליינען בעיון...
נשלח: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 11:32 am
דורך מורינו הרב
ס'טייטשט אזוי:
אויב וואלט זיך א חסיד חלילה גענומען דאס לעבן, וואלט געווען אן אפענע הוכחה אז דאס חרדי'שע לעבנסוועג טויג נישט, די צייטונגען וואלטן געמאכט צימעס און די OTD וואלטן געפייערט.
אצינד אז א OTD נעמט זיך דאס לעבן, איז דאס אן אפענע הוכחה אז דאס חרדי'שע לעבנסוועג טויג נישט, די צייטונגען מאכן צימעס און די OTD פייערן.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 11:38 am
דורך מאנדלבאום
ווי יענע שוויגער וואס האט תמיד באנעבעכט איר זוהן אז ער נעבעך מוז צוטראגן א קאווע פאר זיין מרשעת, און באנעבעכט די טאכטער אז דער רשע וויל איר נישט צו טארגן די קאווע צופרי...
נשלח: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 11:39 am
דורך גנדי
ראשעקאל האט געשריבן:יעצט זעה איך אז [tag]שלום דין[/tag] האט געשריבען די ארטיקעל
איך האב געלאזט א טרער ביים ענדע פון די ארטיקעל פון @שלום_דין
זאל עס זיין לעילוי נשמת די נשמה פון דבורה בת ... עליה השלום.
אלע זענען מודה אז אויף אזעלעכע פיינפולע יסורים האבן חז״ל געזאגט יסורים ממרקים עוונותיו של אדם...
http://www.tabletmag.com/jewish-news-an ... ents?all=1
נשלח: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 11:58 am
דורך מורינו הרב
מאנדלבאום האט געשריבן:ווי יענע שוויגער וואס האט תמיד באנעבעכט איר זוהן אז ער נעבעך מוז צוטראגן א קאווע פאר זיין מרשעת, און באנעבעכט די טאכטער אז דער רשע וויל איר נישט צו טארגן די קאווע צופרי...
אזוי ווי יענער וואס שלאגט זיך מיטן חבר אויף א מיליאן דאלער, און זאגט פארן חבר: לאמיר מאכן א גורל, מען וועט אראפווארפן א מטבע אויפן ערד, אויב קומט עס אויס נענטער צו מיר און ווייטער פון דיר, איז די געלט מיינע, אבער אויב קומט עס אויס ווייטער פון מיר און נענטער צו דיר, איז די געלט דיינע.
ווי אזוי עס וועט נאר אויסקומען, וועט ער פארדינען די געלט.