נשלח: זונטאג מערץ 02, 2014 4:30 pm
דורך מנשה לוסטיג
ווילאנג ס'נאכנישט ממש אדר ב' קען איך נאך שנעל צוענדיגן אפאר שורות פון די אומעטיגע טעג בימים ההם.
איך האב מיך צוריקגעקערט קיין לאנדאן פון ניו יארק, זייענדיג דארט דריי חדשים, און קלערנדיג אז ס'איז יושר פאר מיין זון וואס איז אויפגעוואקסן אין לאנדאן, זיך צוריקצוזען מיט די זיידע באבע און משפחה ארום, וואס זענען אזוי געטריי געווען אלץ ביז היינט.
און כ'האב גארנישט געוואוסט ווי שווער ס'וועט מיר זיין ביים יעצט צוריקפארן אהין.
איך בין אנגעקומען אהין דאנערשטיג פרשת שלח, און בשום אופן נישט געוואלט גיין צו קיינעם, נאר צוריק צו מיר אהיים, און מיין זון וועט לכאורה זיין ביי די באבע דערווייל.
אבער ווען איך האב זיך אריינגעלייגט אין בעט די ערשטע נאכט ביים אהיימקומען, האט מיר באנומען א פחד, א טרייסל, א סארט עגזייערי, אז כ'האב נישט געקענט איינשלאפן, און נישט געקענט אנגיין ווייטער אינעם נאכט אפילו א מינוט.
ס'האט מיר צוריק ארויפגעברענגט די ביטערע טעם פון עטליכע יאר בעפאר, ווען די לעבן איז מיר געווארן ביטער און פראסקענדיג, און כ'האב מיך אנגעהויבן פרעגן דעם פראגע, וואס בין איך משוגע אינגאנצן? פארוואס בין איך דא צוריקגעקומען אז איך האב עטליכע יאר צוריק געוואלט פון דא אנטלויפן?..
אה, צוליב מיין זון..
אבער וועל איך אזוי לעבן דא אין צער ויסורי הנפש? ניין איך קען נישט אזוי..
אפשר איז עס נאר יעצט? איך דארף מיך כאפן די אטעם פון די איבערשלאפלאזיגקייט? אפשר!
אבער ויהי ערב ויהי בוקר און ס'נישט בעסער נאר ערגער געווארן די מיחושים, צערידערט'קייט, פחדים און יסורי הנפש, אז כ'האב געשפירט אז איך צעשפרונג אויב איך בלייב דא נאך איין טאג אפילו.
נו, ס'איז דאך ערב שבת שלח, וועל איך לאזן דעם שבת מיר בארואיגן די נפש, און מאכן שלום מיטן מצב, כאטש ביז אפאר חדשים, און דאן זיך צוריק'קערן קיין סקווירא, ווי מיין מאדנע תשוקה וואס האט מיר יעצט אזוי באנומען.
באמת קען מען נישט טראסטן א מענטש אין אזא מצב, ווייל די הרגשים פארפירן די שכל, און ס'קען זיין ווילד אקטיוויטעטן, און בכלל זיך אוועקציען פון א ארט נאך א טראגעדיע, איז זייער גאר נישט געוואונטשן.
אבער איך בין געווען זייער קלאר ביי מיר, אז מיין באשלוס וועט זיין אויף מיין אחריות, ווייל מיין אינסטינקטן האבן מיר געזאגט אין די אונטערבאוואוסטזיין, אז דא אין לאנדאן וועל איך נישט פארבלייבן, אפילו נישט קיין צוויי וואכן, קוים אפאר טעג!
אפאר טעג? ביסטו משוגע? קוים צוריקגעקומען, און שוין וויל איך צוריקגיין? וואס וועלן שווער און שוויגער זאגן, וואס וועלן אלע זאגן.. אבער מיינע שווערע געפילן וואס האט מיך ממש אטאקירט, האט מיך נישט געגעבן קיין צוויי ברירות, כאטש אלע וועלן לאכן, און כאטש אלע האבן טאקע זייער געקרימט מיטן נאז, ביים הערן מיינע גייסטישע ווייען.
אבער איך האב געזאגט, אז איך בין פול אין מיין הבנה, און כ'ווייס וואס איך טוה, מיין זון וועל איך טאקע נישט צוריקטראגן יעצט, אפשר נאך א צייט, אבער איך? איך וויל אפילו נישט בלייבן דא מער ווי געציילטע טעג.
און כ'האב אנגעהויבן מודיע זיין חברים און קרובים, אז איך בין באשלאסן שוין צו נעמען א פליגער אויף צוריק.
מיין שווער האט מיך געבעטן עס איבערצושלאפן כאטש נאך א וואך צו ווארטן..
איך האב עהם נישט געקענט צוריקווייזן אין פנים, האב איך פארגעשלאגן אז איך גיי ארויסגיין מיט א חבר זיך אויסלופטערן ביים ים, און נאך אפאר שעה וועל איך זען מיין מצב.
מיין חבר שלמה נחמן צימענט האט מיך ארויסגענומען נאנט צו 'סיטי עירפארט' ווי די וואסער גרעניצט זיך מיטן עירפארט, און מ'קען צוזען די פליגערס פארן און קומען, און אזוי האבן מיר געשמועסט אפאר שעה ביזן שקיעת החמה פונעם זונטאג'דיגן טאג.
און מיינע געדערים האבן זיך געווארפן פון אינערליכע פחדים און עגזייערי, אז כ'קען עס שווער מסביר זיין, ווייל איך אליינס האב נישט פארשטאנען וואס איז מיט מיר געשען, אבער כ'האב געשפירט אז איך באלאנג נישט דא.
איך האב מיך גענומען די אייגענע מיה, און אנגעקלאפט ביי מיינע געטרייע שכנים, משפחת שפרונג, און פשוט געבעטן מיט פארטרערטע אויגן, אז מ'פארשטייט מיך נישט, אז איך וויל זיך שוין זען מארגן צוריק אין ניו יארק, איך בעט זיי א טובה, מיך צו באשטעלן שוין אויף מארגן א טיקעט אויף צוריק, און כ'וועל עס זען צו באצאלן אין די ערשטע געלעגנהייט, ווייל יעצט בין איך לער פון אפילו איין מטבע.
און זיי האבן זיך פארבינדן מיט מיין שווער, און געהערט די מצב, און מסכים געווען עס צוטון פאר מיר, און כ'האב אנגעהויבן שפרונגען ביזן דאך פאר הכרת הטוב צוזיי, און כ'וועל עס נישט פארגעסן האפענטליך קיינמאל.
ס'געווען א ביטערע תקופה! איך האב געקלונגען צום רבי'ן שליט''א און אויך דער רבי האט געזאגט אז ס'וועט שווער זיין מיטן לאזן מיין זון אליינס, און אפשר וועל איך זיך מסדר זיין כאטש ביז די ימים טובים, און פראבירן בלייבן.
איך האב געזען אז ס'נישט קיין צייט צו דיסקוטירן אויף א זאך וואס איך בין באשלאסן דערויף אין להשיב.
איך האב געהאלטן די טיקעט אין האנט, גענומען א קאר צום עירפארט און אויפן וועג געמאכט א סטאפ אין ענפילד ביי מיין ווייב ע''ה הארט ביים קבר, און פשוט געזאגט אז איך מוז פארלאזן ענגלאנד, ס'רירט מיין געזונט, און כ'האף אז איך טוה נישט קיין אומרעכט פאר קיינעם אין משפחה דערמיט.
און כ'האב מיך געזען אין עירפארט שלעפנדיג מיינע קארגע חפצים, און דערלאנגענדיג מיין טיקעט צום איינטשעקער.
יענער האט געהויבן די אויגן מיט וואונדער, און מיר געזאגט אז מיין נאמען שטייט נישט פארצייכענט אויפן פליגער וואס איך וויל יעצט פארן.
אוי א בראך!
איך האב אפגעמאכט אז איך גיי אין ערגעץ נישט, היינט פאר איך צוריק פאר יעדן פרייז!
פליז טאלק טא די סופערווייזער... האב איך פראבירט מיין מזל, און זיך נישט גערירט פון דארט, ביז זיי האבן געקלאפט און גענישטערט, און געקומען צום מסקנה, אז קען זיין אז מיין באשטעלונג איז נישט אריין בטעות אינעם סיסטעם, זיי וועלן קוקן אויב כ'האב געצאלט.
יא, האסט באצאלט, זיי לייגן עס 'יעצט' אריין.. ברוך השם! ליבע גאט.. כאטש לאזטו מיר טון אט דאס וואס איך שפיר יעצט צו אנטלויפן פון מיינע קאשמארן.
און כ'בין אנגעקומען צוריק קיין סקווירא, מיט שווערע געפילן, אז וויאזוי האב איך געקענט אנטקעגן זאגן דעם רבין, די משפחה, די מחנכים ארום?
אבער ב''ה אז כ'האב נישט געוואלט טראכטן דאס פריער, ב'''ה איך בין צוריק, דאס האב איך געוואלט, לאמיר האבן אז כ'וועל אנהייבן 'דא' א נייע בלאט, און זיך כאפן די אטעם פונעם האלבן וואך ווילדע געפילן.
איך האב נישט אראפגעלייגט מיינע פעקלעך אין שטוב, פאר איך בין גלייך געגאנגען אין שול, גלייך צום רבינס הויז.
אינטערעסאנט, אבער די טיר איז געווען אפען, און דער גבאי זאגט מיר דער רבי ווארט אויף דיר.. מאדנע!
איך זע דער רבי שטייט מיט אויסגעשפרייטע הענט צו מיר און פרעגט 'מה זאת'? וואס האט פאסירט מיט אייך?..
רבי איך קען נישט, איך וויל שוין דא בלייבן..
אבער וואס וועט זיין מיטן יונגעל אייערע? וואס וועט זיין אז אפשר וואלט איר געקענט זיך דארט מסדר זיין א שידוך אפילו..
רבי איך קען נישט.. אז ס'באשערט זאל זיין די שידוך אהער דא.. כ'קען נישט דארט מער אפילו איין טאג.
דער רבי קלערט א וויילע און געבט מיר די האנט אויף שלום, און זאגט מיר, 'נו, אז איר זענט שוין דא, בלייבט שוין דא'.
דא האב איך זיך אנגערופן צום רבין, אז ס'שטערט מיר גענוג אז איך האב נישט געפאלגט און יא צוריקגעקומען..
זאגט דער רבי מיט א שמייכל, 'נו איר האט נאך א ברירה..'
ווי מ'זאגט, וואס מוטשעט'סטו?..
דארט בין איך געבליבן, און ב''ה מיין געמיט האט זיך טיילווייז בארואיגט, און דערווייל איז דער זומער אונטערגעקומען, דער רבי איז געפארן קיין פרעשבורג ווי יעדע יאר, און כ'האב מיך מתבונן געווען צוביסלעך וואס איך בין דא אריבער, און מיין בענקשאפט האט ווידער אנגעהויבן קאכן..
יעצט צו מיין זון..
איך בענק מיך צו עהם, אבער דעם ים גיי איך נישט אריבערגיין וועגן דעם.
אבער איך בענק מיך צו עהם..
צוויי וואכן האב איך זיך געוואלגערט ווידער אין בעט, און די שלאפ איז מיר נישט געגאנגען האלב וועגס, ביז כ'האב אינגאנצן אויפגעהערט צו קענען איינשלאפן, איך וויל מיין זון מיט מיר..
געהערט אזא זאך? ווי קען מען מיר לאזן אזוי פארפירן? איך האב געוואוסט אז מ'גייט זיך דא שטעלן לאורך ולרוחב און מיר נישט נאכגעבן דאס.
און דאס האט מיך נאכמער רואינירט, אז כ'וועל נישט אויספירן צו האבן מיין זון מיט מיר.
שוין צוויי דריי וואכן אריבער, און כ'האב מיך געוואנדן צו קרובים צו חברים, ווער ס'האט מיר געוואלט העלפן, אבער יעדער האט פה אחד געזאגט, אז איך טוה ווילדע זאכן, דיין זון קען מען נישט ברענגען, אז דו ווילסט, פאר דו צו עהם אהין..
כ'האב גערופן מיין שווער און שוויגער, און זיי האבן באלד געזאגט, אז ס'נישט קיין טובה פאר מיין געזונט, און פארן קינדס געזונט, אויב כ'וועל בלייבן אפגעהאקט פון עהם, און טאמער וויל איך 'דווקא' נישט קומען צוריק, זענען זיי מסכים עהם צו שיקן מיט איינעם צו מיר קיין סקווירא.
דא האב איך ווידער געשפירט ווי געטריי זיי זענען מיר געווען, און ווי זיי האבן פארשטאנען צום חולה בעסער ווי דער רופא. ווי די וועלט זאגט, פרעג נישט דעם רופא פרעג דעם חולה, און ס'האט זיך געשפירט ביי מיר, אז אט אט גיי איך אראפ פון זינען.
איך ווייס אז מ'קען מיך נישט פארשטיין, אבער איך ווייס אויך גוט אז איך ווייס וואס איך טוה.
מיין זון וועט צו זיך קומען אויב ס'וועט זיין שווער פאר עהם, אבער איך וועל משוגע ווערן אויב מ'וועט זיך עקשנ'ן מיט מיר אין דעם מצב.
אהער און אהין, ארויף און אראפ, ס'האט זיך געטון! אלע האבן געזאגט ניין, און נאר מיין שווער האט געזאגט אפשר יא?
מיין געטרייע שוואגער 'יצחק יואל ברויער' איז געווען דער שליח נאמן, און ער האט געזאגט אזוי, אז אויב מיין שווער און שוויגער זאגן יא, איז יא!
און זיי האבן געזאגט יא! כאטש אין הארצן האבן זיי געזאגט ניין.. און האבן געשיקט מיין שוואגער יעקב יוסף ברוין, מיט מיין זוהן אויפן פליגער אויפן וועג עהם צו ברענגען צו מיר.
והשיב לב אבות על בנים.. ווער קען זיך משל'ן די רגע ווען מיין זון האט מיך געזען און איך עהם, ארויסקומען פונעם עירפארט קעגן מיר.. אונז האבן ביידע געוויינט אויפן קול, און זיך נישט אפגעלאזט פאר פינעף מינוט, ביז מיין טאטע האט אונז צוגעיאגט אז ער וויל שוין גיין, און איך האב עהם אריינגעטראגן אין קאר אהיים.
און איך זע גלייך אז ער איז זייער פארקילט, לכאורה פון די גאנצע הוהא אהין און צוריק, און אויך מיין שוואגער וואס האט עהם געברענגט האט געהאט א שווער הארץ פארוואס כ'האב דאס געטון אבער ער האט חלילה מיר נישט געזאגט קיין ווארט.
און ווי נאר מיין שוואגער האט געכאפט די אטעם איז ער צוריקגעפארן, ווייל ער איז דאך געקומען ממש נאר צוליב מיר, צו ברענגען מיין זון צו מיר.
איך האב עהם די טובה אויך נישט פארגעסן קיינמאל, און כ'האב עהם צוגעזאגט אלע ברכות אין דעם זכות.
די מצב איז נישט בעסער געווארן..
די שווערע וואכן וואס איך בין אריבער, האט שטארק געשאדט צו מיין געזונט, און כ'בין געווארן אזוי צעשאקעלט, אז כ'בין געליגן ווי א צעבראכענע שארבן אונטערן זון, און פשוט געקרעכצט, וואס האב איך פון מיין לעבן..
ס'טאקע געווען אין די 'תמוז' טעג, און מיטן חורבן הכלל האב איך ביטער געקרעכטצט אויף מיין אייגענע חורבן.
ביז חודש מנחם אב איז אנגעקומען..
מיין שוואגער אלעזר ליפא שמעלצער האט מיך אנגעקלונגען נאך א וואך, אז ער וויל כ'זאל גיין צו א פסיכאלאג זיך אויסשמועסן, וויאזוי איך קריך ארויס פון דעם ביטערן מצב רוח.
ער האט מיר געזאגט, אז די קאסטן וועט ער צאלן, אבער איך 'מוז' אנהייבן גיין ערליך צו א קאנצלער וואס וועט מיר ארויפ'פירן אויפן נארמאלן לעבנס שטייגער צוריק, און גאנץ מעגליך שנעל טרעפן נאכאמאל א שידוך..
יא! נאכאמאל א שידוך.. הלוואי!!!
דעם ווערטל האב איך נישט אויפגעהערט צו הערן יעדע שטיק צייט, 'נאך ביז היינט'..
קוקט אויס ס'נאכנישט באשערט, אבער אחכה 'לה' בכל יום שתבוא..
מיין שוואגער ליפא האט מיר געטון א טובה, און אפשר נאך אויסגעכאפט אנדערע דערמיט, וואס אזא טובה איז נישט קיין קליינע זכות, און איך זאג אפשר אויסגעכאפט, ווייל די ביטערע מציאות איז געווען, אז ווען כ'האב געבעטן טובות פון אסאך, האב איך 'נישט' באקומען וואס כ'האב געדארפט, און פון עהם דווקא יא!
ארגאניזאציעס אויף ארגאניזאציעס.. ווייניג זענען מיר געווען גרייט צו הילף, ווייניג! אבער ס'באשערט ווער ס'זאל האבן די מצוה, און קוקט אויס אז מצוה גוררת מצוה, ווען כ'בין מיט די צייט געוואור געווארן אז ליפא האט א קאנטע ביי יענעם, און נאך אסאך אנדערע האט ער געצאלט פאר הילף, מ'זאל נישט דארפן.
אבער טייערע לייענער! טאמער האב איך געמיינט איך קען פירוש המילות, ביים זאגן 'והסר ממני יגון ואנחה', האב איך יעצט איינגעזען די עכטע טייטש פונעם אויספראבירטן פשט.
אוי והסר ממני יגון, אוי יגון ואנחה.. ומלוך עלינו במהרה, נעם אוועק די עצבות און געב אריין דיין לעכטיגע מלוכה אין מיין געוויסן, די אמונה און ביטחון אין מיינע מחשבות אז כ'וועל בקרוב צוריקווערן א מענטש צווישן מענטשן.
ס'האט געדויערט א משך זמן, אפאר חדשים האב איך אנגעהאלטן ערליך דעם באזוך ביים קאנצלער, און יענער האט מיך אויסגעשטעלט מחשבה טערעפי, און מיך געשטעלט אויף א מהלך, צוריק צוגיין צום מצב פון 'לעבן'.
לאנגע טעג און חדשים האט עס נאך געדויערט, ווייל די מוח פון א מענטש איז האקל און גאר עמפינדלעך, און אז ס'כאפט א קלאפ דארף עס א לאנגע צייט ערהוילונג, און כ'האב צוביסלעך אנגעהויבן באמערקן די זינען שיין, און די לעכטיגע זייט פונעם וועלט.
איך האב פאר א גוטע התחלה אנגענומען א שטיקל דזשאב אין זומער חדר פון באבוב'ער חדר אין מאנסי, אבער כ'בין געווען נאך ווייט פון דער פרייליכער מנשה, וואס אלע האבן ערווארטעט פון מיר דארט, און וואס מ'האט געקענט זען אויף מיר פארדעם, און ב''ה היינט.
אבער כ'בין עס אריבער.. און כ'זאג מיט א טרער פון פרייד כלפי שמיא.. הרופא לשבורי לב, גוטע באשעפער ומחבש לעצבותם..
איך האב ביי מיר אפגעמאכט אז איך האב א אייגענע ארגעניזאציע, אז יעדע גוט ווארט און שמייכל וואס איך בין מצליח ארויפצוברענגן אויף א יודישע נשמה, איז עס נכלל אין מיין נייע פראיעקט, מיטן אירגון 'הרופא לשבורי לב', ווייל איך ווייס גוט וואס דאס מיינט, שבורי לב, און דער מחבש לעצבותם דער ריכטיגער הייליגער היילער, איז עומד לימיני, און כ'בין מצליח דערמיט ווי די כוחות וואס ער האט אריינגעבלאזן אין מיר פון מיין געבורט ביז היינט, דורך אסאך שווערע מצבים.
יעזור השם הלאה!
איך האב ביי מיר אפגעמאכט, אז ווען עס קומט א נייע יאר, איז עס א נייע גוטע התחלה, און בלי ספק וועט זיך אלעס הייבן כלפי מעלה.
וכן הווא!
המשך הטוב יבוא בעזרת ה'.
מ.א.מ.ב.