בלאט 7 פון 8
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 06, 2013 12:03 pm
דורך יאיר
דער פסוק זאגט, נח איש צדיק תמים היה בדורותיו. שטייט אין רש"י, אילו היה בדורות של צדיקים לא היה נחשב לכלום. שטעלן זיך די מפרשים, ווי קען דאס זיין, אויב נח איז א צדיק איז ער דאך א צדיק אין סיי וועלכן דור ער זאל זיך נאר געפינען. האב איך אמאל געזאגט דא ביי אונז, נח איז געווען א צדיק מיט דעם וואס ער איז געווען פארנומען האקן אויף אנדערע וואס זענען ערגער ווי אים. ווען מען שטעלט אים אריין אין א דור פון צדיקים וואלט ער דאך נישט געהאט אויף וועמען צו האקן, וואלט ער אויטאמאטיש געווארן אויס צדיק.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 06, 2013 12:14 pm
דורך איש צדיק תמים
יאיר טייערע, קוק ארום און יעדע איינציגע פון מיינע תגובות, טרעף מיר איין פלאץ ווי איך האק פערזענליך אויף עני ניק... עס איז נאך קיינמאל נישט געשען, אנדערש ווי רוב חכמים דא..
דו קענסט חוזק מאכן, אוועקמאכן, אפלאכן, פון מיינע ווערטער, אבער ווען די איי וועלט ספליט איז געשען, און איך פונקט ווי די האמיר זיך געפרייט צו קאווע שטיבל ווי צו א יקר המציאות וואס דארט גייט מען זיך אביסעלע קענען פארברייטערן און דורכגיין דעם רוסישן צענזור, האסטו אבער נישט גע'חלומ'ט אז איין טאג גייט מען דא ברענגען דרשות ווי איינער זאגט "פ... אויף אברהם אבינו, און עס זאל זיין איינער דא וואס זאל אים פארענטפערן אז עס איז נאר א דזשויק...
איך בין נישט קיין פרומער, איך האלט נישט אז די רבנים זענען דאס סמעטענע פונעם דור, אבער ווי ווייט דאס פלאץ האט זיך דערקייקלט איז א פאקט וואס יעדער מיט אפענע אויגן איז מודה!
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 06, 2013 12:19 pm
דורך ודי למבין
איש צדיק תמים האט געשריבן: אבער ווי ווייט דאס פלאץ האט זיך דערקייקלט איז א פאקט וואס יעדער מיט אפענע אויגן איז מודה!
און אויב ער איז נישט מודה איז א סימן אז ער האט נישט קיין אפענע אויגן, רייט?
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 06, 2013 12:20 pm
דורך דער (פינטעל) איד
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 06, 2013 12:24 pm
דורך אפטעמיסט
[tag]יאיר[/tag] מען זאגט נאך פון איינע פון די צדיקים אויף דעם וואס רש"י זאגט "יש מרבותינו שדורשין אותו לשבח ויש שדורשין אותו לגנאי", פארוואס שטייט נישט "יש מרבותינו שדורשין אותו לגנאי"? איז די תירוץ אזוי: ווילסט אים דורש זיין לגנאי? יור טשויס. אבער מען זאל זיך ח"ו נישט אפלערנען פון זיי צו דורש זיין לגנאי. דערפאר שטייט נישט "רבותינו".
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 06, 2013 12:37 pm
דורך ודי למבין
יאיר האט געשריבן:איינער קען מיר ערקלערן פארוואס יעדן מאל וואס מען רעדט איבער די או טי די'ס שיסן זיך בייסיגע און שטעכעדיגע לשונות פון רעכטס און לינקס? פארוואס קען מען נישט נארמאל דן זיין אין דעם ענין ווי ערוואקסענע מענטשן אן זיך פליקן אויף אלע זייטן.
די סיבה איז פשוט לפענ"ד. די פוטסטעפס איז ביי נעיטשער א זאך וואס אונזער געמיינדע איז זייער פעשעניט דערוועגן. יעדער איינער, המיימינים והמשמאילים, זענען זייער שטארק ביי זייער מיינונג.
וויבאלד שאלות און קשיות זענען, אין אונזער יודישקייט, אסור בתכלית, איז יעדער וואס פאוסט א קושיא וועט ער אויפרעגן און שטעכן די וואס האבן קיינמאל פון די קושיא נישט געטראכט און דעריבער האבן שיי דערויף נישט קין ענטפער. ווידעראום די וואס האבן יא געטראכט איז די אלע קשיות, מיינונגען און אויסדריקן נישט קיין נייעס און וועלן זיך קענען איידענטעפייען מיט די קושיא צום מינימום, און אפילו האבן א תירוץ דערויף.
קיינער האט נישט פארטיידיקט זיין ניצן פון ווערטער, עס איז בלויז די וועג ווויאזוי ער קוקט אן זאכן וואס עטליכע האבו דא פארטיידיקט.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 06, 2013 12:40 pm
דורך איש צדיק תמים
פאדסטעפס איז געגרינדעט קעגן דעם דרך החיים פון אונזער געמיינדע, עס איז נגד יודושקייט, עס איז פארנומען אגאנצן טאג מיט אינז, רעדן קעגן אינז, שרייבן קעגן אינז, אבער מאנכע פארשטייען נישט פארוואס געוויסע ווערן אויפגערעגט ווען מען רעדט פון זיי....
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 06, 2013 12:41 pm
דורך מורינו הרב
לעיקוואד טייערע, א קושיא איך האב צו דיר.
דו הויבסט אן דיינע ווערטער:
לעיקוואד האט געשריבן:ער רעדט אפשר נישט די איידלסטע שפראך, אבער די עיקר ווארט וואס ער זאגט איז אמת ויציב... וכו'
שפעטער זאגסטו:
לעיקוואד האט געשריבן:דער ענין וואס ליגט דא אויפ'ן טיש האט גארנישט צוטוהן מיט פילאסאפיע צו אנדערע טיפע חכמות... שלום אויסלענדער איז א לץ און ער רעדט בלשון ליצנות, אבער דער פוינט זיינע איז אמת ויציב אפילו אז מיט דעם שטיצט ער אט''ד. קטן זיין אז מען דארף נישט אויסנוצען די מידה פון אברהם אבינו פון לך לך וכו ' אויף אפפארען, אבער פאקטיש איז דאס דער מידה...
האלטן מיר דערווייל נאכאלס אז יעדע ווארט איז אמת, אבער ער איז א געזונטע לץ און מען דארף נישט לייגן געוויכט דערויף (די זעלבע ווי פריער, אבער מער פארוואסערט אביסל).
דערנאך שרייבסטו:
לעיקוואד האט געשריבן:איך האב נישט געזאגט אז עס איז דא אין דעם עפעס אויסטערלישע גאונות צו תוכן. בסך הכל געזאגט עפעס א ווערטל אויף א ליצונישער אופן... כאילו א ווערטל דרשה וואס איינער האט געמאכט ביי א פארטי און אפאר האלב-אדער גאנץ- שיכור'ע קינדער וואס לאכען צו דעם אויפ'ן קול...
האלטן מיר שוין אז עס ליגט נישט קיין תוכן, נאר סתם א ווערטלדיגע דרשה.
דער טויש אין שטימע פון דעם ערשטן תגובה ביז די לעצטע, איז צום שטוינען.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 06, 2013 12:45 pm
דורך דער (פינטעל) איד
ווען איינער איז פיל מיט נגיעות צו פארטיידיגן עפעס , וועט נישט שרייבן דער אמת ווייל זיין מיסיע איז נישט דא דער אמת... דערפאר איז בכלל נישט צום שטוינען וויאזוי זאכן טוישן זיך ביי זיי פון איין תגובה ביזן צווייטן. אבער צו לעיקוואוד'ס קרעדיט ער רעגט מיר בכלל נישט אויף ווייסט פארוואס? ווייל ער שרייבט וואס ער האלט באמת ער טוט עס נישט פאר א לייק, און דאס איז צו אפרישיעטען.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 06, 2013 1:03 pm
דורך אפטעמיסט
דער חפץ חיים און משנה ברורה זענען איין מענטש, דאס ווייסט יעדער. ווער האלט אז פינטעלע און איש צדיק זענען איינס?!
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 06, 2013 1:32 pm
דורך איש צדיק תמים
איך דיסאגרי מיט פינטעלע אויף 80% פון די נושאים דא.
ווער האלט אז הוגה און לעקוואד זענען איינס?
אבער ווען עס קומט צו כופרים בה׳ ובתורתו איז ביי אידן וואס האבן א טראפעלע אמונה בה׳ ובתורתו, האלטן מיר אלע ווי איינס, און ווער עס קען שטיין גלייכגילטיג און זיך נאך אננעמען פאר איינעם א כופר בה׳ וואס שטעלט זיך אויף ברבים און זאגט פ... עפ״ל אויף אברהם אבינו ע״ה קען נישט פאסעבלי האבן קיין טראפ אמונה בה׳.
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 10:54 pm
דורך ידען
יאנקל האט געשריבן:יוחנן הסנדלר האט געשריבן:באמת וואלט די חרידשע געמיינדע געטוהן די קלוגסטע זאך צו עפענען א ארגענעזאציע וואס וועט העלפן קינדער וואס פאלן ארויס פון סיסטעם באקומען א GED, גיין אין קאלידזש און ווערן מענטשן אן דארפן ווערן אן אוכל נבילות און ווערן דערווייטערט פון אלעם פון דעם שויס פון זיין וויגעלע.
רחי פרייער טוט דאך אין דער ריכטונג, מיט איר ארגאניזאציע "בדרך".
(איך האב געהאט געלייגט א לינק צו פרייער'ס וועבזייטל אבער עטליכע האבן זיך צו מיר באקלאגט אין אישית אז עס פירט זיי צו א שמוציגן וועבסייט. איך האב נישט געהאט דעם פראבלעם, אבער איך האב אוועקגענומען דעם לינק.)
אר וועבסייט איז שמוציג?
נשלח: זונטאג דעצעמבער 08, 2013 1:05 am
דורך ארפכשד
רגזנותא לא עלתה בידו.. יעצט ממש האב איך אפגעליינט דעם גאנצן אשכול און ארויס מיט א זייפן בלאז. צווישן פשוט קאמפליצירט, יאיר, הוגה, לעיקוואד און בן תמליון האב איך ערווארטעט עפעס היבש בעסער ווי א ס"ה פון צעיושעוועטע שרייערייען איבער וואס איינער האט יא אדער נישט א רעכט צו זאגן. גיי פארשטיי פארוואס פוטסטעפס ברענגט ארויס אזעלכע צוהיצטע הרגשים אז א נארמאלע שמועס איז נישט ערמעגליכט.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 08, 2013 1:07 am
דורך לעיקוואד
איי גיוו אפ.
מורינו הרב, רוף צאם אן אסיפה פון אלע חכמים ונבונים אפשר קען איינער אייך מסביר זיין ווי די כלומ'רשטע סתירה וחזרה וואס איר פרעגט הייסט אז איר האט נישט פארשטאנען קיין ווארט וואס איך האב געשריבען. איך האב זיך שוין מייאש געווען פון זיך מסביר זיין פאר מענטשען וואס ווייזען נישט קיין הבנת הנקרא.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 08, 2013 2:41 pm
דורך א שוויצער
איש צדיק תמים האט געשריבן:איך דיסאגרי מיט פינטעלע אויף 80% פון די נושאים דא.
ווער האלט אז הוגה און לעקוואד זענען איינס?
אבער ווען עס קומט צו כופרים בה׳ ובתורתו איז ביי אידן וואס האבן א טראפעלע אמונה בה׳ ובתורתו, האלטן מיר אלע ווי איינס, און ווער עס קען שטיין גלייכגילטיג און זיך נאך אננעמען פאר איינעם א כופר בה׳ וואס שטעלט זיך אויף ברבים און זאגט פ... עפ״ל אויף אברהם אבינו ע״ה קען נישט פאסעבלי האבן קיין טראפ אמונה בה׳.
און צופיל שכל אי.טי.סי. פארמאגט אויך ניש אזא לייק הונגעריגער פארשוין וואס זיכט עגא און שטאלץ אויפען חשבון פון די אמונה טהורה
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 13, 2013 11:51 am
דורך קאווע טרינקער
צו שוואכע ארטיקל.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 10:53 pm
דורך ימי קדם
נשלח: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 11:02 pm
דורך [NAMELESS]
ימי קדם האט געשריבן:http://m.us.wsj.com/articles/formerly-orthodox-and-struggling-for-parental-rights-1407810872?mobile=y
קאווע טרינקער האט געשריבן:צו שוואכע ארטיקל.
אין מיינע אויגן עכ"פ. זי איז אינגאנצען נישט מסביר קיין איין זייט, ברענגט אפאר ציטוטים און יוצא געווען.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 11:28 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 12:10 am
דורך קאווע טרינקער
נאכאמאל און נאכאמאל די זעלבע פאר נעמען... וואו זענען די 700 פוסטריט מעמבערס?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 1:09 am
דורך ימי קדם
נישט גרייט, אדער וויליג זיך צונאר צומאכן און רעדן צו די גאס?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 10:12 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 1:17 pm
דורך ראש הישיבה
איך ליג ליידער אין די נושא צוליב א חבר וואס האלט אינמיטן די פראסעס פון גליטשען. די נאמבערס זענען זייער הויך. איך ווייס נישט צו 700, אבער זיכער מער ווי 400. איך רעד מיט איינער וואס גייט צו זייער צאמקומס. מיר דארפן א גרויסע ישועה אין דעם