בלאט 7 פון 13
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2020 10:31 pm
דורך החוקר
שרעקעדיג.
די דאו האט פארלוירן כמעט דאס גאנצע פארדינסט פון די לעצטע יאר צייט.
נשלח: מאנטאג מערץ 09, 2020 10:10 am
דורך החוקר
די סטאק מארקעט קראכט!
ווען די מארקעט האט זיך אויף געמאכט האבן זאכן אנגעהויבן פליען אויף אראפ. עד כדי כך, אז מען האט געדארפט אפשטעלן טרעידינג אויף 15 מינוט אז זאכן זאלן זיך אביסל בארוהיגן.
אין די ערשטע פאר מינוט האט די מארקעט געטראסקעט מיט איבער 1,800 פוינטס צו אונטער 24,000 וואס דאס איז א פארלוסט פון העכער 7 פראצענט. צו פארשטיין ווי סאך דאס איז, צוויי וואכן צוריק האט די מארקעט פארלוירן 1,190 פוינטס וואס איז די גרעסטע פארלוסט אין היסטאריע (פון פוינטס).
ביזדערווייל האט זיך עס עטוואס צוריק געכאפט, און עס האלט יעצט ביי בערך 24,200 וואס איז נאך אלס גאר אסאך פארלוירן. וועלמיר צו ווארטן און זען וויאזוי זאכן שפילן אויס דורכאויס דעם טאג.
נשלח: מאנטאג מערץ 09, 2020 2:14 pm
דורך שבת אחים
ווען די מארקעט קראכט איז עס זייער שלעכט פאר די ״בעלי בתים״ פון אמעריקע. אבער ס׳געט א טשאנס פאר אנדערע מענטשען זיך ארויפצוכאפן אויפן וואגן פון דאסניי.
די פרעזידענט פון אמעריקע האט היינט געטוויט דאס:
!The Obama/Biden Administration is the most corrupt Administration in the history of our Country
הא הא הא...
ממש ווי א קליין קינד ווען זיין באבל קראכט...!
אלעס איז יענער שולדיג, ער איז דאך א מוראדיגער פירער וואס זאגט אז מענשטען מיט קורונוויירוס זאלן ווייטער גיין צו די ארבעט, און אלעס איז אבאמא, ביידען און די דעמאקראטן שולדיג און פארדעם טאקע האט ער ניטאמאל קיין פופציג פראצענט עפראוועל אין זיין לאנד ווייל ער איז די בעסטע פרעזידענט וואס אמעריקע האט נאר אמאל געהאט אפילו בעסער פון אברהם לינקלאן- אסאך בעסער!!! און קיין שום שאלה אז ביידען איז שולדיג אין די וויירוס...
יעדע מאל ווען עפעס גייט אים נישט זיין וועג חזרט ער נאכמאל איבער די זעלבע ליגענט אז אבאמא און ביידען זענען געוועהן די מערסטע קאראפטירט- בשעת אבאמא און ביידען זענען אין פאקט געוועהן די ווייניגסטע קאראפטירט און אין זיין אדמינסטראציע זענען די מערסטע מענטשען געגעאנגען זיצן פאר קאראפציע!
נשלח: מאנטאג מערץ 09, 2020 2:53 pm
דורך קאך_לעפל
שבת אחים האט געשריבן:ווען די מארקעט קראכט איז עס זייער שלעכט פאר די ״בעלי בתים״ פון אמעריקע. אבער ס׳געט א טשאנס פאר אנדערע מענטשען זיך ארויפצוכאפן אויפן וואגן פון דאסניי.
די פרעזידענט פון אמעריקע האט היינט געטוויט דאס:
!The Obama/Biden Administration is the most corrupt Administration in the history of our Country
הא הא הא...
ממש ווי א קליין קינד ווען זיין באבל קראכט...!
אלעס איז יענער שולדיג, ער איז דאך א מוראדיגער פירער וואס זאגט אז מענשטען מיט קורונוויירוס זאלן ווייטער גיין צו די ארבעט, און אלעס איז אבאמא, ביידען און די דעמאקראטן שולדיג און פארדעם טאקע האט ער ניטאמאל קיין פופציג פראצענט עפראוועל אין זיין לאנד ווייל ער איז די בעסטע פרעזידענט וואס אמעריקע האט נאר אמאל געהאט אפילו בעסער פון אברהם לינקלאן- אסאך בעסער!!! און קיין שום שאלה אז ביידען איז שולדיג אין די וויירוס...
יעדע מאל ווען עפעס גייט אים נישט זיין וועג חזרט ער נאכמאל איבער די זעלבע ליגענט אז אבאמא און ביידען זענען געוועהן די מערסטע קאראפטירט- בשעת אבאמא און ביידען זענען אין פאקט געוועהן די ווייניגסטע קאראפטירט און אין זיין אדמינסטראציע זענען די מערסטע מענטשען געגעאנגען זיצן פאר קאראפציע!
הוילע סאציאליסטישע פראפעגאנדע אונטעגעשלאגן מיט טראמפ דירענזש סינדראם! מארמאראשע שטירן אפפאל און וויזניצע נפיחות....
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
נשלח: מאנטאג מערץ 09, 2020 3:03 pm
דורך החוקר
קאך_לעפל האט געשריבן:הוילע סאציאליסטישע פראפעגאנדע אונטעגעשלאגן מיט טראמפ דירענזש סינדראם! מארמאראשע שטירן אפפאל און וויזניצע נפיחות....
דאס קען מען אויך קויפן אויף די מארקעט?
איך האב געוואוסט אז שטירן איז א קאמאדאטי, האבעך נישט געוואוסט אז די אפפאל איז אויך.
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
נשלח: דאנערשטאג מערץ 12, 2020 9:12 am
דורך החוקר
קוקט אויס ווי היינט גייט זיין הויך יו"ט אין די מארקעט.
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
נשלח: דאנערשטאג מערץ 12, 2020 10:41 am
דורך החוקר
היינט האט מען נאכאמאל געדארפט אפשטעלן טרעידינג פאר פופצען מינוט נאך וואס די מארקעט האט געטראסקעט 7%. דאס איז שוין דאס צווייטע מאל עס פאסירט די וואך.
כמעט דריי יאר וואס די מארקעט האט נישט געשמעקט אזעלכע נידריגע נומערן.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 12, 2020 6:19 pm
דורך החוקר
החוקר האט געשריבן:קוקט אויס ווי היינט גייט זיין הויך יו"ט אין די מארקעט.
WOW!אבער נאך ווי יו"ט...
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
נשלח: דאנערשטאג מערץ 12, 2020 9:22 pm
דורך החוקר
וואס איז דאס? דארף איך טאקע אליינס שלעפן די לאסט פון די אלע טויזענטער סטאקס אויף מיין פלייצע? רעד איך צו מיר אליינס דא?
גייט איינעם אן אין די לינקע פיאה מהנעשה והנשמע בעולם הסטאקס?
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
נשלח: דאנערשטאג מערץ 12, 2020 9:47 pm
דורך גראף
החוקר האט געשריבן:וואס איז דאס? דארף איך טאקע אליינס שלעפן די לאסט פון די אלע טויזענטער סטאקס אויף מיין פלייצע? רעד איך צו מיר אליינס דא?
גייט איינעם אן אין די לינקע פיאה מהנעשה והנשמע בעולם הסטאקס?
עהעם. איך אזוי ווי די מאנכע מענטשן דא, מסתם דער רוב האנדלן און אינוועסטען נישט אין סטאקס. און א וועג קוק איך עס אן היות איך קען נישט דער ליין אלס א געמבעל און איך געמבעל נישט. אבער למעשה די וואך טראכט איך אז אפשר איז יעצט יא כדי צו קויפן סטאקס ווייל יעצט קען מען אפשר עפארדען צו קויפן ווען עס איז נידריג און עס לוינט זיך אין דער לאנג טערם. אבער וואס ווייס איך.
איז אפשר א געדאנק אז דו אלס איינער וואס דיעלט מיט דעם זאלסט אביסל שרייבן צו עס איז א גוטע צייט צו אינוועסטען.
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג מערץ 12, 2020 10:23 pm
דורך קורקלענד
די עולם האלט פיין מיט. וואס איז דא צו זאגן. ס'איז ווידער אן געלעגנהייט צו אינוועסטירן אויף א פרייז פון צוויי יאר צוריק. מ'דארף זעהן אנצוהאלטן וואס מ'האט עד שיעבור זעם. און אויב מעגליך אפי' משקיע זיין נאך. אסאך הצלחה.
פאר די וואס ווילן אינוועסטירן וואלט איך מציע געווען צו קויפן א פאנד וואס טרעקט די גאנצע מארקעט א שטייגער ווי ווענגארד ַVTSAX אדער VTI.
נשלח: פרייטאג מערץ 13, 2020 10:14 am
דורך קאך_לעפל
העפטיגע פארהאנדלונגען גייען אצינד אן צווישן די אדמיניסטראציע און די לעגיסלאטור. עס איז ערווארטערט אז קאנגרעס וועט אין גיכן דורכפירן א פינאנציאלע הילפס פעקל, און דאס וועט ווארשיינליך ענדערן די לאגע אינעם סטאק מארקעט צום גינסטן.
דער פראבלעם איז בלויז אז זינט די דורכגעפאלענע סאציאליסטישע אימפישטמענט סימוטאכע, שטייט דער פרעזידענט נישט אין ווארט מיט ספיקער פעלאוסי. אלע פארהאנלונגען ווערן בלויז געפירט דורך דעם פינאנץ מיניסטער סטיווען מענאטשען. און ער קען זיך שווער באכלעפטשענען מיט אזא קרוק און רשענטע ווי פעלאוסי, וועלכע זיכט אויסצונוצן די קאטאסטראפע דורכצופירן אירע לינקע שייגץ שטיק. ווי אזוי ס'זאל נאר נישט זיין, איינמאל א פינאנציאלע הילפס פעקל וועט אריין גיין אין געזעץ וועט זיך די מארקעט עטוואס סטאבאלירן.
נשלח: זונטאג מערץ 15, 2020 1:45 am
דורך מאן דאמר
די Dow Jones איז געשטיגען 1,985 אדער 9.36 % פרייטאג דורכן טאג
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
נשלח: מאנטאג מערץ 16, 2020 9:53 am
דורך החוקר
מען האט ווידער געדארפט אפשטעלן האנדל וואנדל אויף די בערזע.
די דריי אינדעקסעס האבן שווער געטראסקעט ביים עפענען די מארקעט.
S&P 500 −306.18 (11.29%) 2,404.84
Nasdaq −893.98 (11.35%) 6,980.90
Dow −2,778.78 (11.98%) 20,406.84
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
נשלח: דינסטאג אפריל 14, 2020 10:45 am
דורך זעקעל
איך האב געקויפט עטליכע סטאקס פון SHOP ווייל מאטל דער נער האט מיר אזוי גע׳עצה׳ט, איז מיין קשיא איז מאטל א טראסטבארען מקור?
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
נשלח: דינסטאג אפריל 14, 2020 10:47 am
דורך זעקעל
זעקעל האט געשריבן:איך האב געקויפט עטליכע סטאקס פון SHOP ווייל מאטל דער נער האט מיר אזוי גע׳עצה׳ט, איז מיין קשיא איז מאטל א טראסטבארען מקור?

נשלח: דינסטאג אפריל 14, 2020 10:48 am
דורך קורקלענד
מאטל דער מער איז נישט קיין טראסטבארע מקור.
אבער נישט נאר זיי, קיינער איז נישט 'טראסטבאר', פשוט ווייל ס'איז אומעגליך צו וויסן.
און אז איינער ווייסט שוין יא, וועט ערַדיר עס נישט פארציילן. עכ''פ בחינם זיכער נישט.
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
נשלח: דינסטאג אפריל 14, 2020 11:00 am
דורך זעקעל
איך האב דערפאר באצאלט a monthly fee
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
נשלח: דינסטאג אפריל 14, 2020 11:06 am
דורך פאליטיקאנט
יא ר' מאטל האט גראדע יא א פיינע רעפוטאציע,
אבער האלט פאר די אויגן אז דאס איז אלץ פארן לאנגען טערמין.
And I do think the $SHOP is a good stock for the long run.
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
נשלח: דינסטאג אפריל 14, 2020 3:05 pm
דורך זעקעל
PSTI any advice on it?
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
נשלח: דינסטאג אפריל 14, 2020 3:13 pm
דורך זעקעל
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
נשלח: דינסטאג אפריל 14, 2020 3:22 pm
דורך פאליטיקאנט
זעקעל האט געשריבן:PSTI any advice on it?
א גוטן ר' זעקל.
איך האלט מיך נישט פאר קיין פינאנציעלע ראטגעבער, אבער אסאך עקספיריענס האב איך.
אויב טוט איר פרעגן יענעמ'ס מיינונג אויף א סטאק, מיינט עס איר פארשטייט נישט דערצו (אזויווי יעדער) דעריבער בעט איך דיר פאר קיין טובה 'לאז דיך ארויס פונעם מארקעט'!
94% סוחרים (טרעידערס) פארלירן געלט (אנהייב האט מען נאך יא אביסל סוקסעס)!
אויב שוין יא, דאן לייגט נאר אין הויכע קוואַליטעט סטאקס (bluechip) פארן גאר לאנגען טערמין, און לייג דיך שלאפן.
עס איז טאקע נישט די געלטגייציגע פראצענטן אבער עס איז די בעסטע וועג.
געדענק די ציל פון יעדע פראפעסיאנאלע אינוועסטאר איז צו דערשלאגן (to beat) די עס & פי אינדעקס - און רוב קומען נישט צו דערצו!!!
(אגב ווארען באפעלט זאגט אלץ אז ווען נישט ער האט זיין קאמפעני וואלט ער אריינגעלייגט אין די עס & פי).
א פרייליכן יום טוב.
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
נשלח: דינסטאג אפריל 14, 2020 5:34 pm
דורך זעקעל
פאליטיקאנט האט געשריבן:זעקעל האט געשריבן:PSTI any advice on it?
א גוטן ר' זעקל.
איך האלט מיך נישט פאר קיין פינאנציעלע ראטגעבער, אבער אסאך עקספיריענס האב איך.
אויב טוט איר פרעגן יענעמ'ס מיינונג אויף א סטאק, מיינט עס איר פארשטייט נישט דערצו (אזויווי יעדער) דעריבער בעט איך דיר פאר קיין טובה 'לאז דיך ארויס פונעם מארקעט'!
94% סוחרים (טרעידערס) פארלירן געלט (אנהייב האט מען נאך יא אביסל סוקסעס)!
אויב שוין יא, דאן לייגט נאר אין הויכע קוואַליטעט סטאקס (bluechip) פארן גאר לאנגען טערמין, און לייג דיך שלאפן.
עס איז טאקע נישט די געלטגייציגע פראצענטן אבער עס איז די בעסטע וועג.
געדענק די ציל פון יעדע פראפעסיאנאלע אינוועסטאר איז צו דערשלאגן (to beat) די עס & פי אינדעקס - און רוב קומען נישט צו דערצו!!!
(אגב ווארען באפעלט זאגט אלץ אז ווען נישט ער האט זיין קאמפעני וואלט ער אריינגעלייגט אין די עס & פי).
א פרייליכן יום טוב.
איך קום שוין פון ריעל עסטעיט - עמעזאן - און פארשידענע אנדערע עסקים, ווי קען מען יא מאכן א דאלער ?