בלאט 7 פון 19

נשלח: פרייטאג מאי 01, 2020 1:47 am
דורך סאנטיאגא
עוקר הרים האט געשריבן:
סאנטיאגא האט געשריבן:
עוקר הרים האט געשריבן:איך זיך א tv show וואס איז אזוי גוט און ציענד ווי 24 און prison break איינער מוט עפעס אן איידיע??

Sent from my SM-A105F using Tapatalk

פריזן ברעיק איז נאריש, די ערשטע סיזן איז געווען ציענד, פון דארט און ווייטער האט מען סתם געשלעפט אין די וועלט אריין, מ'אנטלויפט פון תפיסה און וואס איז יעצט? עודך צוריק.. די גאנצע פאנאמא האט נישט געהאט קיין אידישן טעם.. די נייע סיזן האט אויך דעם זעלבן שמעק, מ'גייט בורוועסיג, מאראסטיגע צעלן, און דריט וועלט לעבנסטשטייגער...

אין קורצן אינדרויסן פון פריזן איז נישט געווען קיין סאך סטאריליין, אלעס דרייט זיך ארום די אריין און ארויס פון פריזן... און ווילאנג קען מען דעס שוין דעס זעהן? יעדער רעדט דערפון מיט אייפער ווייל יעדע בחור'ל האט עס שוין געזעהן אבער ס'איז זייער overrated פארהאן פיל בעסערע שאוס...
אדרבה לאמיר הערען וואס וואלטסטו רעקאמענדירט??

Sent from my SM-A105F using Tapatalk

ניקיטע איז מורא'דיג פאר עקשן
אויב גלייכסטו נישט דוקא עקשן, Desperate Housewives
ס'האט אביסל פון אלעם, דראמא, מיסטערי, און אפילו קאמעדי

נשלח: זונטאג מאי 03, 2020 12:14 am
דורך real fake news
סאנטיאגא האט געשריבן:
סאנטיאגא האט געשריבן:כ'האב אנגעהויבן The Morning Show אן ארגינעלע סעריע אויף Apple TV ס'רעדט זיך פון א פראמינענטע זשורנאליסט וואס האט געהאט עפעירס מיט co workers און פארלוירן דעם פאסטן, און וויאזוי ס'אפעקטירט די גאנצע נעטווארק, זיין שותף אן די עיר איז Jennifer Aniston אנדערש ווי פרענדס איז איר כאראקטער דא גאר אן ערנסטע מיט אסאך טשעלענדזעשס. ס'איז רעיטעד TV-MA

האלט מיר ביים דריטן עפיסאוד ביזדערווייל איז עס משוגע צו ווערן איז דא איינער וואס האלט עס מיט?

למעשה האלט קיינער נישט מיט דעם שאו?

"קיינער? קיינער נישט?..." - שלמה שמש

כהאב באקומען יעצט א יאר פריי Apple TV האביך געקוקט The Morning Show,
א דאנק דיר.

איך שטום צו אז סאיז משוגע צו ווערן... ווען קומט ארויס די נעקסטע סעזאן?

נשלח: זונטאג מאי 03, 2020 6:57 am
דורך חתן בחור
עוקר הרים האט געשריבן:איך זיך א tv show וואס איז אזוי גוט און ציענד ווי 24 און prison break איינער מוט עפעס אן איידיע??

Sent from my SM-A105F using Tapatalk

האסט שוין געזעהן Breaking Bad?
די שאו Alias ענדעלט זייער צו 24.

Re: טעלעוויזיע סעריעס

נשלח: זונטאג מאי 03, 2020 3:46 pm
דורך עוקר הרים
חתן בחור האט געשריבן:
עוקר הרים האט געשריבן:איך זיך א tv show וואס איז אזוי גוט און ציענד ווי 24 און prison break איינער מוט עפעס אן איידיע??

Sent from my SM-A105F using Tapatalk

האסט שוין געזעהן Breaking Bad?
די שאו Alias ענדעלט זייער צו 24.
ניין כהאב נאכנישט געזעהן די ביידע, breaking bad איז גוט?עס איז עדיקטעוו? וועלעכע סטייל מעשה?

Sent from my SM-A105F using Tapatalk

נשלח: זונטאג מאי 03, 2020 4:01 pm
דורך הדסים
Breaking Bad איז גאר גוט. איך האב ליב צו פארשטיין די פערספעקטיוו פון מענטשן וואס איז שווער צו פארשטיין זייער קוק ווינקעל. (רוצחים, מאפיו, רבנים, פאליטישענס, וכדומה). די סעריע נעמט דיר אויף אן עמאצינאלע רייד אזש דו טרעפסט דיך אויף די זייט פון די "שלעכטע", איך האב עס גאר שטארק ענזשויט.

נשלח: זונטאג מאי 03, 2020 4:17 pm
דורך [NAMELESS]
איז דא געווען ערגעץ אן אשכול וועגן די סעריע מלכיות של מטה?

נשלח: מאנטאג מאי 04, 2020 8:02 pm
דורך איך אויך
אין די טעג האב איך געוואטשט די סדרה 'צייד המרגלים' וואס איז מבוסס אויף די זכרונות פון אברהם וואלפינזון שליט''א און איז גאנץ אינטרעסאנט. עס איז אויך שטארק אובייקטיוו און גיבט איקוועל ספעיס פאר די וואס טענה'ן אז יענער איז נישט געווען קיין שפיאן.

עס זענען ארויס פיהר פרקים איבער די פרשיות פון זאב אבני, אהרון כהן, קורט סיטה און ישראל בר, וואס יעדע איינע פון די פרשיות האט בשעתם צושאקעלט די יונגע מדינה.

מען קען זיי וואטשן בחינם אויף יוטוב אדער אתר כאן.


[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=_hCEt82hRCw[/youtube]

נשלח: דינסטאג מאי 05, 2020 11:45 am
דורך מרדכי מרדכי
ווייסט איינער פון א גוטע וועבסייט ווי מען קען דאונלאודן עפיזאדן וואס איך קען נישט טרעפן אויף טעלעגראם?
איך זיך נישט עפעס ביליג און גוט איך זיך בחינם

נשלח: דינסטאג מאי 05, 2020 11:51 am
דורך רביה''ק זי''ע
ווייסט איינער פון א טעלעגראם טשענעל צו וואס וואו איך קען טרעפן סחורה אויף דייטש מיט subtitles?

נשלח: מיטוואך מאי 06, 2020 3:05 pm
דורך סאנטיאגא
הדסים האט געשריבן:Breaking Bad איז גאר גוט. איך האב ליב צו פארשטיין די פערספעקטיוו פון מענטשן וואס איז שווער צו פארשטיין זייער קוק ווינקעל. (רוצחים, מאפיו, רבנים, פאליטישענס, וכדומה). די סעריע נעמט דיר אויף אן עמאצינאלע רייד אזש דו טרעפסט דיך אויף די זייט פון די "שלעכטע", איך האב עס גאר שטארק ענזשויט.

וואס איז די פלאט אין פינף שורות?

כ'האב אנגעהויבן the sopranos ס'רעדט זיך פון מאפיא ס'האט מיר נישט געצויגן, כ'האב עס גראדע נישט געקוקט לויט מיין שיטה פון דזשאדשן נאך איין סיזן לפחות באט אמאל איז דא א שאו וואס ציט עפעס נישט און ס'קוקט זיך נישט ווייטער. און סתם קוקן ווייל ס'הייסט א טאפ שאו איז אביסל נאריש

נשלח: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:09 am
דורך הדסים
סאנטיאגא האט געשריבן:
הדסים האט געשריבן:Breaking Bad איז גאר גוט. איך האב ליב צו פארשטיין די פערספעקטיוו פון מענטשן וואס איז שווער צו פארשטיין זייער קוק ווינקעל. (רוצחים, מאפיו, רבנים, פאליטישענס, וכדומה). די סעריע נעמט דיר אויף אן עמאצינאלע רייד אזש דו טרעפסט דיך אויף די זייט פון די "שלעכטע", איך האב עס גאר שטארק ענזשויט.

וואס איז די פלאט אין פינף שורות?

כ'האב אנגעהויבן the sopranos ס'רעדט זיך פון מאפיא ס'האט מיר נישט געצויגן, כ'האב עס גראדע נישט געקוקט לויט מיין שיטה פון דזשאדשן נאך איין סיזן לפחות באט אמאל איז דא א שאו וואס ציט עפעס נישט און ס'קוקט זיך נישט ווייטער. און סתם קוקן ווייל ס'הייסט א טאפ שאו איז אביסל נאריש

פינף שורות? אן עלטערע מענטש וואס האט געלעבט זיין גאנצע לעבן ווי א נארמאלער מענטש, א כעמיסטרי טיטשער, א טאטע. טרעפט זיך מיט קענסער, ער מיינט ער גייט שוין שטארבן, ער וויל כאטש איבערלאזן אביסל געלט. דאס שלעפט אים אריין טיפער און טיפער, איין זאך ברענגט די אנדערע...

איך מיין איך גיי נישט אריין אין די ליין פון טיווי ריוויוס...

נשלח: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 11:09 pm
דורך טובה
געענדיגט יעצט 'ביג בענג טיארע' זייער ראטזאם,
לאכעדיג און אריינבליג אין א גויאישע מתמיד'ס פאר'דאסטע לעבן ביז זיין ענגילטיגע הצלחה מיט א זיסע ענדע

נשלח: דינסטאג אקטאבער 20, 2020 4:15 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
איך וואלט הויך רעקאמענדירט "Anna with an E" עוועליבעל אויף נעטפליקס.
איין ווארט SPECTACULAR
בילד

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 12:16 am
דורך ישעיה
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:איך וואלט הויך רעקאמענדירט "Anna with an E" עוועליבעל אויף נעטפליקס.
איין ווארט SPECTACULAR
בילד

יויש דאס איז דאך צוקער מעין עולם הבא
א גרויס'ן דאנק

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 1:57 am
דורך הדסים
נישט געוואוסט עס איז דא נאך היימישע אינגעלייט וואס פארשטייען צו די סארט... עס איז אויך גאר פאסיג צו זען מיט די משפחה.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 9:34 am
דורך ישעיה
הדסים האט געשריבן:נישט געוואוסט עס איז דא נאך היימישע אינגעלייט וואס פארשטייען צו די סארט... עס איז אויך גאר פאסיג צו זען מיט די משפחה.

OUCH
איך בין זיכער ס'זענען דא נאך פילע
טייל פון זיי ווייסן נאכנישט פון אזא זאך ווי טיווי שאוס :(

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 26, 2020 9:36 pm
דורך ישעיה
הדסים האט געשריבן:עס איז אויך גאר פאסיג צו זען מיט די משפחה.

[tag]הדסים[/tag] איז דער גאנצע סעריע (Anne with an E) ריין פון אומ'צניעות'דיגע סצענעס?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 27, 2020 2:26 pm
דורך הדסים
ישעיה האט געשריבן:
הדסים האט געשריבן:עס איז אויך גאר פאסיג צו זען מיט די משפחה.

[tag]הדסים[/tag] איז דער גאנצע סעריע (Anne with an E) ריין פון אומ'צניעות'דיגע סצענעס?

יא, זייער צניעות'דיג.

(אמאל מאכט זיך א פרוי אן א שפיצל...)

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 28, 2020 12:01 pm
דורך ישעיה
איך האב געזעהן ווייניג שאוס, אבער איך שפיר אז איך מוז רעקאמענדירן דעם (אלטע גוטע) שאו Six Feet Under.

פאר איינער וואס איז אויפגעוואקסן אין א פארמאכטע געזעהלשאפט איז עס גאר געראטן, פשוט צו קענען לערנען - און מיטפיהלן! - דעם מענטשליכע אינטערסאנטע וועלט וואס מיר לעבן דערין. טרערן גאראנטירט.

איך בין משוגע פאר די גאונות וואס ליגט דערין, דעריבער ברענג איך אהער א בילד פון מיין נייער היראו: Allan Ball, דער שרייבר פון דעם שאו.

בילד

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 28, 2020 3:22 pm
דורך מ גפני
איינער קען מיר ביטע אויסרעכענען גוטע איזרעילי שאוס?
(כ׳האב שוין געזען: שטיסל. בת השוטר. זגורי אימפריה. שבבניקים. תאגד. מטומטמת. וכולי...)

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 28, 2020 3:23 pm
דורך לייבל שטילער
עבודה ערבית
יאך בין משוגע געווארן דערפון

רמזור
וועסט זיך אזוי קאטשקענען אז די גאנצע הויז גייט זיך אויפוועקן.
געוואונען א פרס אמי
אלערט: נישט אזוי איידל

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 28, 2020 4:22 pm
דורך לייבל שטילער
לייבל שטילער האט געשריבן:עבודה ערבית
יאך בין משוגע געווארן דערפון

רמזור
וועסט זיך אזוי קאטשקענען אז די גאנצע הויז גייט זיך אויפוועקן.
געוואונען א פרס אמי
אלערט: נישט אזוי איידל


דא האט איינער געשטעלט א לינק צו אלע 4 סעזאנען פון עבודה ערבית.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 28, 2020 4:32 pm
דורך הוגה
מ גפני האט געשריבן:איינער קען מיר ביטע אויסרעכענען גוטע איזרעילי שאוס?
(כ׳האב שוין געזען: שטיסל. בת השוטר. זגורי אימפריה. שבבניקים. תאגד. מטומטמת. וכולי...)


סרוגים.