בלאט 7 פון 7

Re: אייער מיינונג און עקספיריענס איבער היימישע געשעפטן

נשלח: מאנטאג מאי 04, 2015 11:59 am
דורך petergrifin
איך האב נישט געהאט קיין גוטע סערוויס סיי פאון סיי קאסטומער, פארדעם האב איך געטוישט צו ווערייזאן. אוודאי קען איך גיין צי אן אנדערע ספרינט סטאר און איך בין געווען אין די אנדערע אויף 86 סט. און זייער קאסטאמער סערוויס אויפ'ן טעלעפאון איז נאך ערגער. סאו באטעם ליין פאר מיר לוינט זיך נישט ספרינט.
פאר איינער וואס ארבייט אין די זעלבע געגנט ווי ספרינט איז אקעי איז כל הכבוד.

נשלח: מאנטאג מאי 04, 2015 12:12 pm
דורך ישמעאל הכהן
Ok now I understand

נשלח: מאנטאג מאי 04, 2015 12:14 pm
דורך כוכב
איך האלט יעצט אינמיטן א ממש א הארראר סטארי מיט א טעלעפאן געשעפט אין בארא פארק. אבער איך וויל קודם וויסן, צו זאגן א נאמען, איז דאס נישט א שאלה פון לשון הרע?
בקיצור איז די מעשה יענער שפייזט מיך מיט ליגענט און טוויסטס שוין פאר 9 וואכן (!) איך עס שטרוי מיט יענעם. אזעלכע שלעכטע סערוויס קומט זיך א מעדאל.
פארוואס זענען אונזערע יונגעלייט אזעלכע קאקערס?

נשלח: מאנטאג מאי 04, 2015 12:56 pm
דורך איך אויך
גוטע שאלה שאלת. אבער לא לעולם חוסן ,די אלע מיט באקאקטע סערוויס (פאר די קאקערס..) פארמאכן זיך סונער אור לעיטער נאר שטייטזיך עפ''י רוב בלעימט מען אלע מיני סיבות אבי נישט מודה צו זיין.

לגבי לשה''ר ,פונקט ווי מען מעג געבן א גוטע ריוויו מעג מען א שלעכטע אבער נאר ווען מען גייט מיטן אמת. אדרבה מען דארף ראטעווען אנדערע אידן'ס געלט מוח און צייט.

נשלח: מאנטאג מאי 04, 2015 1:31 pm
דורך געפילטע פיש
צדיק נסתר האט געשריבן:נאכן זיך טענה'ן אהער און אהין הייבט דער חברה מאן אויף דעם טרייבל און פרעגט אן אין אפיס צו ער קען אויפשרייבן פאר א "נייע קאסטומער". די תשובה איז געווען א קאטעגארישע "ניין". און איך האב געמוזט איבערלאזן דארט מיין גאנצע האב און גוטס, און ארויס מיט ליידיגע הענט (נאך א מזל אז אזויפיל האט ער רחמנות געהאט אויף מיר און איבערגעגעבן דעם כיבוד פון אלעס צוריקפאקן פארן גוי).

מער טרעט איך נישט אריין אין יענעם גראסערי!

שמעון וואלף האט געשריבן:איך זעה נישט וואס ער האט געהאנדעלט ראונג. דאס גאנצע אויפגעשרייבאכץ איז א גרויסע דיעבד. פרעג נאר עני גראסערי מאן וויפול געלט מענטשן זענען שולדיג. אז איינער איז א
סטעדי קאסטומער וויל מען אים נישט פארלירן, און מ'דארף אויפשרייבן אבער פאר איינער וואס קויפט כמעט נישט דארט און וויל נאך אויפשרייבן, איז פונקט ווי א פרעמדער מענטש קומט צו דיר און וויל בארגן געלט.

גערעכט. איך האב געהערט פון גראסערי אייגענטומער וואס זיי מאכן מיט מיטן אויפשרייבן, כ'זאג נישט אז זיי זענען גרויסע רחמנות'ן, זיי מאכן טאקע שיין פרנסה, אבער דאס איז נישט קיין תירוץ פארן דארפן נאכלויפן מענטשען פאר טויזענטער דאלערס וואס זיי שרייבן רעגלמעסיג אויף. און ווען מ'לאזט נישט אויפשרייבן שיקט מען א קליין קינד מאכן די ארדער וועם די גראסערי מאן וועט נישט האבן דאס הארץ צו זאגן אז זיי קענען מער נישט אויפשרייבן... (מעשים בכל יום). און איינמאל דאס העלפט שוין אויך נישט גייט מען צום נעקסטן גראסערי, און דערנאך צום דריטן וכן הלאה. יא, דו ליידסט וועגן די משוגעים שווינדלער, נישט וועגן דעם געשעפטס מאן גייט אן דיר צו בארגן אפאר דאלער פאר אפאר שעה. פון זיין פערספעקטיוו ביזטו איינער וועם ער קען נישט, און דו קומסט אן מיט א פסח'דיגע ארדער פון אפאר הונדערט דאלער, איך שטעל מיך פאר אז פאר צוויי באטלעך מילך מיט א ברויט וואלט ער דיר געלאזט אויפשרייבן.

Re: אייער מיינונג און עקספיריענס איבער היימישע געשעפטן

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 7:04 pm
דורך שטילע אינגערמאן
שיקט מיר יעצט א באקאנטע דער בילד.
ער האט געקויפט טשולענט אין סאטמר (רז״ל) פלייש געשעפט.
כנראה די קעכער איז געווען אויפן פאון ביים גיסן די אויל
ImageUploadedByTapatalk1447977779.012889.jpg

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 7:07 pm
דורך ליפא
מוז זיין אן אומגעפילטערטע פאון אז אזויפיל אויל האט דורכגערינען

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 11:08 am
דורך berlbalaguleh
שמעון וואלף: איבער דיין (אלטע) תגובה פון מאי 4, 8:12 עי.עם. די דילעמע וועלכע דער גראסערי מאן באגעגענט איז אזוי ווי שולם שטיסל האט געזאגט פאר זיין זון, עקיבא..."צריך לדעת מתי להביא את הלב, ומתי להביא את המח"...די הארץ זאגט יא אויפשרייבן. אבער דער מח זאגט, נישט אויפשרייבן...!

Re: אייער מיינונג און עקספיריענס איבער היימישע געשעפטן

נשלח: דינסטאג יאנואר 12, 2016 12:04 am
דורך שטילע אינגערמאן
געגעסן היינט אין די loft פליישיג רעסטאראנט אין בארא פארק, זייער פיין אין נארהאפטיג, די מעלצער איז געווען פיין אויך, זייער רעקאמענדיט

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2016 11:20 pm
דורך ירח בן יומו
באקום איך היינט אויף די פאסט ענוועלאפס אדרעסירט צו א יעדע פון מיינע קינדער פון דעם TREE HOUSE.

יעדעס קינד באומט א אייגן קארטל (ווי א קרעדיט קארד) מיט זיין\איר נאמען. און יעדעס מאל מ'קומט אהין קויפן באקומט מען פוינטס.

אלץ ביזנעס אויס זעט עס אויס ווי א פיינע מארקעטינג שטיקל, אבער אלץ חינוך איז מיר שווער אראפצושלינגן. קודם כל די עצם זאך אז א קינד האט כאילו א קאנטע אין א טוי סטאר זעהט מיר שוין אויס מאדנע, א טוי איז עפעס א רוטין זיך וואס מ'קויפט פאר קינדער? איך בין אויפגעוואקסן מיט באקומען א טוי אדער א געים אפשר אפשר פאר אפיקומן אדער חנוכה, אבער דארך אויס די יאר מאן דכר שמיה? אויב שוין יא האב איך עס געמוזט ערליך פארדינען. אבער א קארד וואס מ'ניצט אזוי רוטין, איז עפעס נישט...

צווייטענס, שטערט מיר אביסל די עצם זאך אז מ'כאפט די קינדער האסטידש קעגן די עלטערן. דערמאנט מיר עפעס פון די שומרים קארדס...

Re: אייער מיינונג און עקספיריענס איבער היימישע געשעפטן

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 30, 2016 1:49 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
ווארף עס אין גארבידז דיינע קינדער דארפן נישט וויסען סאיז עפעס אונגעקומען.

די איידיע איז א פיינער

נשלח: זונטאג יאנואר 01, 2017 10:53 am
דורך לית דין בר נש
ירח פרעג דיין ווייב צו זי האט נישט אמאל איינגעשריבן די קינדער פאר דעם? איך מיין אז מען האט געדארפט איינשרייבן די קינדער פאר דעם, פון ווי האבן זיי דיינע קינדערס נעמען פון די מעדיקעל רעקארדס?

נשלח: זונטאג יאנואר 01, 2017 12:34 pm
דורך ירח בן יומו
אואדאי האט מען אויפגעסיינט. עס האט עפעס אויסגעזען ווי א גורל. אבער א מעמבער מיט פאוינטס, איז דאס ריכטיג?

נשלח: זונטאג יאנואר 01, 2017 3:27 pm
דורך לית דין בר נש
איז לייג עס אין גארבידזש
די האסט אויפגעסיינט פאר עפעס וואס די האסט נישט געוויסט פונקטליך וואס עס איז יעצט האבן זיי דיר עס געשיקט די ווילסט עס נישט דאמפ עס

נשלח: מאנטאג יאנואר 02, 2017 12:11 am
דורך בן ישי
פאר די וואס זיכן א גיטע sprint געשעפט וואלט איך אייך רעקעמאנדירט צו פרובירן sprint אויף 18th ave.
ער איז א חסידישע יונגערמאן אין פרובירט באמת דיך צופרידן צושטעלן
ער וועט דיר זאגן פון פריער אלע צוגעקומענע טשארדשעס און וועט גארנישט באהאלטן.
אלעס פארקערט ווי א אנדערע sprint store וואס איז אויך יודיש...

נשלח: מאנטאג יאנואר 02, 2017 12:54 am
דורך רויטע וואנצעס
אדרעס?

נשלח: מאנטאג יאנואר 02, 2017 1:10 am
דורך בן ישי
18 63

Re: אייער מיינונג און עקספיריענס איבער היימישע געשעפטן

נשלח: מאנטאג יאנואר 02, 2017 7:30 pm
דורך קלוגע יודל
רויטע וואנצעס האט געשריבן:אדרעס?

6301 18th Ave
ער האט אויך בדרך כלל נישט קיין לאנגע ווארט צייט.

נשלח: מאנטאג יאנואר 02, 2017 10:10 pm
דורך [NAMELESS]
Go Car איז א דיסעזטער לעצטענס

1) ער האט אויפגעהערט צו טרעקן זיינע קאר'ס סוי קענסטו ווארטן 45 מינוט נאך 8 מאל רופען פרעגן ווי די רייט די וועי קאר איז כאפט ער איינער וואס איז איוועליבל און קומט אן גענוי 15 מינוט שפעט

2) די קאמפעני איז די גוישע פליגל דהיינו גוישע דרייווערס פון ווילימסבורג קאר סערוויס, סוי ווען איך קלונג GoCar זיך איך א נישט יודישע דרייווער, שיקט ער לעצטענס יונגעלייט, א מין חוצפה דאס וואס דארף מיין שכן/קרוב/חבר מיט האלטן מיינעך פערזענליכע ענינים? און אפשר איז מיר סתם אזוי אומבאקוועם צו פארן מיט א היימישער, ניטאמאל פילט ער וויכטיג צו מעלדן די דראסטישע אויש

3) ביז לעצטענס האט ער פארמאגט איידעלע דרייווערס מיט הערליכע נייע זויבערע קארס, היינט נערוועזע דזאב-לאזע מיטל יעריגע יונגעלייט שרייען אויף די קינדער מיט [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] קארס און וויפיל מען רופט אריין זיך אפרעדן העלפט נישט.

ווער עס האט אן השפעה אויף די בעלי בתים זאלן איבערגיבן

נשלח: מאנטאג יוני 05, 2017 1:42 pm
דורך בן ישי