בלאט 7 פון 22

ווילאמסבורג פון אמאל

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 12:28 pm
דורך געפילטע פיש
בילד

בילד

א בארבער שאפ פאר פרויען? איינער זאל מודיע זיין צימערמאן אז ס'דא א ביוטי סאלאן אויף לי עוועניו, און אז פרויען האבן האר!

בילד

מגלגלין חיוב ע"י חייב, היינט איז ליידער דא דארט א מאטערניטי שאפ, איך שעם זיך אז מ'דארף רעדן דערפון אין פאבליק.

בילד

בילד

בילד

בילד

פרעשבורגע ישיבה תרצ"א

בילד

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 12:36 pm
דורך יאיר
האט דען נישט דער רבי געזאגט אז ער וועט נאך קאליע מאכן אמעריקע? (צריך לומר פינף גאסן אין אמעריקע).

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 12:45 pm
דורך סאו וואט
berlbalaguleh האט געשריבן:רויטע וואנצעס: לאמיך מאכן קלאר. איך האב אויף איין רגע נישט מסופק געווען אדער אוועקגענומען פונ'ם מסירת נפש פון סקולענער רבי שליט"א און להבחל"ח זיין טאטע זצ"ל. איך האב א סאך געהערט און געליינט איבער דעים." זיי זענען טאקע פון די צדיקי הדור וואס אונז קענמיר נישט שטיין אין זייער מחיצה. אבער, אלס מנהיג הדור. דאס איז שוין אן אנדערע זאך אינגאנצן. ס'איז אפילו נישט זיין רצון. נאר פון די ארומיגע בני ביתו ומשפחתו. וועלכע ווילן ארויפקומען אויף די וועלט'ס ארענע אלס מנהיגי הדור. און זיי טוען די נישט ריכטיגע, שעדליכע זאכן. :roll:


לאמיר מאכען א סך הכל פון משפחת פארטוגאל, א קליינע ראן דאון.
אבער תחילה למקראי קודש דארף איך מסביר זיין דברי בעל עגלה, מ'פרעגט א סקולענער פארוואס ביסטו א סקולנ'ער: ווייל ער איז געזעצן און ראמענישע תפיסה.
א ראחמיסטריווקא: ווייל ער טראגט אליינס ארויס דו גארביטש (גד'ל ביסט נאך דא מיט אונז? קענסט עס באשטעטיגען?...), וכו' וכו', זיי זענען פיינע וואוילע מענטשען,
אבער בלאז עס נישט אויף, ווייל קוק וואס איז געשעהן, דו באבעל האט געפלאצט.

ראש משפחת פארטוגאל, רבי אליעזר זוסיא ז"ל געוועהן א רב'עלע און קרוינהייטס, א וואוילע שטילע מענטש, נישט געהאט חסידים גארנישט, נישט געדארפט, נישט געוועהן אן עסק, ווען ער האט געזינגען און דער אנוועזענהייט פון אנדערע רבנים בימים ההם, האט מען זיך אונטערגעשמייכעלט, מ'דארף פארשטיין, בימים ההם איז נגינה נאך נישט געוועהן אן עסק, מ'האט נאך דעמאלס די רבנים געקענט פיין לערנען, נגינה איז נאך נישט געוועהן אין סטייל.

יעצט זיין זוהן די היינטיגע איז א קאפי פונעם טאטע, פיין און שטיל, קיינעם געבאדערט אדער געשטערט, זיין ערשטע רעבעצין איז בכלל נישט געוועהן א באלאבאסטע, און ממילא די קינדער האבען זיך געוואלגערט אויף דו גאסן, נישט געווען זייער צוזאמענגענומען, קיינער האט זיך נישט אומגעקוקט אויף זיי, מען האט זיך געמוטשעט צו טרעפן שידוכים פאר זיי, וכו', עפטער אלל וואס איז געוועהן? דעיס יא, ווי נעבעכס זיי זענען געוועהן, זענען זיי געוועהן מורא'דיגע עקטערס, פיסקעס. און יעצט ווען מ'האט עולה געוועהן לגדולה עקטען זיי אויף אן אנדערע אופן, ס'איז אלס א שאו שפיל, און קומען ווייטער צו גיין מיט זייערע מיאוס'ע חינוך זיי האבען באקומען, און צווינגען עס ארויף אויף יענעם, מיט א מסוה אז דאס מיינט צניעות. ניין, דאס מיינט מיאוס, גארנישט צו טוען מיט צניעות.

וואס דארף מען מער פון דער פאקט, אז ווען דער רבי האט חתונה געהאט בזיווג שני, האט זי געפאדערט ער זאל זיך אראפלאזען און שיין מאכען די פיאות, כנראה אז זי איז מער באלעבאסטע און ווייסט יא וואס שיין מיינט...

שקר החן והבל היופי האט אויך א שיעור....און איך נעם אן א גרויסע שיעור כשיעור חזון איש...

עכ"פ ווי האבען דו סקווירא בחורים און שיכון סקווירא געשריגן אויף ארי ראטטענבערג: סטאפ די טערראר נאו....

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 12:48 pm
דורך כתר מלכות
@יאיר יא, און אזוי האט ער טאקע געטהון ב״ה.
אגב, ס׳איז אסאך מער ווי פינף גאסן. און איך גלייב אז די ווייסט וואס ער האט געמיינט דערמיט.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 12:51 pm
דורך כתר מלכות
טיטאניק האט געשריבן:געבט א קיק! הרב וואזנער שליט"T זיצט מיט זיין שניר אויף איין באנק!!!!!!!! דאס איז דעת תורה יא!!!! כל הכבוד לו


פאר ווער עס ווייסט נישט, דאס איז דער זעלבער רב וואוזנער וואס האט געאסר׳ט די הייליגע אינטערנעט. (א מין צידוקי דער רב וואזנער).

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 1:02 pm
דורך געפילטע פיש
כתר מלכות האט געשריבן:@יאיר יא, און אזוי האט ער טאקע געטהון ב״ה.
אגב, ס׳איז אסאך מער ווי פינף גאסן. און איך גלייב אז די ווייסט וואס ער האט געמיינט דערמיט.

וויאזוי שטייט אין על הגאולה? שטנא נצח!

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 1:14 pm
דורך דעת תורה
פארשטייט זיך אז בילדער פון בעפאר אונזער עולם איז געקומען קיין וויליאמסבורג איז נישט רעלעוואנט ווי ערקלערט במקום אחר, אינטערעסאנט וואלט געווען די בילדער פון סקול גראדועישאן וואס דער פינטעל איד האט אונז מבטיח געווען (דאס איז באמת די מערסטע רעלעוואנט, ווייל עס צייגט אז די שולע האט צו דעם מסכים געווען, און אין דעם גלייבן מיר דאך אלע באמונה שלימה אז אלעס איז געווען בהוראת דעם רבי'ן ז"ל).

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 1:21 pm
דורך כתר מלכות
געפילטע פיש האט געשריבן:
כתר מלכות האט געשריבן:@יאיר יא, און אזוי האט ער טאקע געטהון ב״ה.
אגב, ס׳איז אסאך מער ווי פינף גאסן. און איך גלייב אז די ווייסט וואס ער האט געמיינט דערמיט.

וויאזוי שטייט אין על הגאולה? שטנא נצח!


עס גיסט זיך חכמה פון דיר, לאז דיך הערן אפטער.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 2:30 pm
דורך berlbalaguleh
יואליש: ס'איז א שיינער בריעף. נאר איך ווייס נישט אויב ס'איז אויטענטיש. 8-) :?: :roll: :o :lol:

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 2:40 pm
דורך berlbalaguleh
טיטאניק: ייש"כ פאר ברענגען דעם בילד פונ'ם הייליגן איד מיט די אראבקע ימ"ש. ס'זעהט אויס אז אין די פאלעסטינער עשרת הדיברות שטייט עפעס אנדערש. ס'איז דא נאך אן אנדער בילד פון די אזוי-גערופענע אידישע פאלעסטינער, המכונים נטורי קרתא, ביי אן הפגנה אין טאראנטא וואו א "אידיש-פאלעסטינער" אינגערמאן האלט א דרשה אקעיגן ציונות און נעקסט צו איהם ממש שטייט א פאלעסטינער שיקסע און קוקט אויף איהם מיט גרויס הערכה, (און אפשר ליבשאפט, אויכעט.). און דאס אז זיי גייען אום שב"ק ,מיט די שטריימלעך, אנגעטון די פאלעסטינער שמאטע און רעדן פאר די טעלעוויזיע. דאס מעיג מען אויכעט. :roll: :twisted: :evil: :x :P :oops: :shock:

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 2:55 pm
דורך טיטאניק
berlbalaguleh האט געשריבן:טיטאניק: ייש"כ פאר ברענגען דעם בילד פונ'ם הייליגן איד מיט די אראבקע ימ"ש. ס'זעהט אויס אז אין די פאלעסטינער עשרת הדיברות שטייט עפעס אנדערש. ס'איז דא נאך אן אנדער בילד פון די אזוי-גערופענע אידישע פאלעסטינער, המכונים נטורי קרתא, ביי אן הפגנה אין טאראנטא וואו א "אידיש-פאלעסטינער" אינגערמאן האלט א דרשה אקעיגן ציונות און נעקסט צו איהם ממש שטייט א פאלעסטינער שיקסע און קוקט אויף איהם מיט גרויס הערכה, (און אפשר ליבשאפט, אויכעט.). און דאס אז זיי גייען אום שב"ק ,מיט די שטריימלעך, אנגעטון די פאלעסטינער שמאטע און רעדן פאר די טעלעוויזיע. דאס מעיג מען אויכעט. :roll: :twisted: :evil: :x :P :oops: :shock:

איינמאל מען היט נישט די תורה זאגען שוין חז"ל עבירה גוררת עבירה, היום אומר לך זיי פרים, מחר אומר לך פייניג די ווייב און קינדער, מחר אומר לך גיי זיי מחלל שם שמים ברבים, מחר אומר לך גיי געב חיזוק פאר שונאי ישראל אז זאלען הרגענען נאך אידען אן קיין גילטי פילינג (ווייל דע ראיד איז דאך מודה אז מיר זענען ok מיטען קוילען קליינע קינדער אין איתמר הי"ד) מחר אומר לך גיין מחלל שבת זיין, מחר אומר לך גיי מזנה זיין מיט אראבקעס, ומחר אומר לך אז די זאלסט ארגאנזיריען א הערליכע "חינוך אווענט" אין מאנסי
עבירה גוררת עבירה
עבודה זרה גילוי עריות ושפיכת דמים, ידיהם דמים מלאו, זאלען מיר שוין זוכה זיין בקרוב צי זען מיט די אויגען דעם "ובערת הרע מקרבך" אלע שונאי ישראל, סיי גויאישע שונאים און סיי אידישע שונאים, אלע וואס ווילען עוקר זיין דעם הייליג פאלק זאלען האבען א ביטערע מפלה, במהרה בימינו אמן!!!!!

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 3:01 pm
דורך berlbalaguleh
געפילטע: אויף די בילדער קענמען זאגן, ר"ל. אדער ווי מיין ראש ישיבה ז"ל האט נאכגעזאגט בשם אן אלטע אידענע. "ראחמאאנעס יאצילייני". :lol: :roll: :oops: :o

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 3:05 pm
דורך דער (פינטעל) איד
דעת תורה האט געשריבן:פארשטייט זיך אז בילדער פון בעפאר אונזער עולם איז געקומען קיין וויליאמסבורג איז נישט רעלעוואנט ווי ערקלערט במקום אחר, אינטערעסאנט וואלט געווען די בילדער פון סקול גראדועישאן וואס דער פינטעל איד האט אונז מבטיח געווען (דאס איז באמת די מערסטע רעלעוואנט, ווייל עס צייגט אז די שולע האט צו דעם מסכים געווען, און אין דעם גלייבן מיר דאך אלע באמונה שלימה אז אלעס איז געווען בהוראת דעם רבי'ן ז"ל).

איך האב נישט צוגעזאגט.
געפילטע'ס לעצטע בילד פון פרויען מיט קליידער העכער דע קני ענדעלט שטארק ווי דער בילד וואס איך האב געזען

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 28, 2013 9:48 pm
דורך יואליש
berlbalaguleh האט געשריבן:יואליש: ס'איז א שיינער בריעף. נאר איך ווייס נישט אויב ס'איז אויטענטיש. 8-) :?: :roll: :o :lol:


וואס הייסט נישט אוטענטיש? ערצייג אן הכחשה...

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 28, 2013 10:25 pm
דורך היימישער ליטוואק
אליבא דאמת האט געשריבן:רחמנא ליצלן

מי הם?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 2:21 am
דורך גד החוזה
...

נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 3:39 am
דורך געפילטע פיש
דעת תורה האט געשריבן:פארשטייט זיך אז בילדער פון בעפאר אונזער עולם איז געקומען קיין וויליאמסבורג איז נישט רעלעוואנט ווי ערקלערט במקום אחר.

וויפיל גייסטו דיך פראבירן צו דוחק'ן זיך מתעלם צו זיין פונעם מציאות? אזוי האבן אונזערע באבעס אויסגעזעהן, ווער ס'האט נאר געזעהן זייער משפחה אלבום ווייסט דאס, און די בילדער וואס איך האב געברענגט זענען גענומען געווארן אין די זעכציגער יארן אין וויליאמסבורג, ס'איז גענומען פון א סעריע פון בילדער פונעם ברוקלין פובליק לייברערי וואס הייסט 'חסידים אין וויליאמסבורג', קוק דא אויפן גאנצע סעריע וועסטו זעהן אז דאס איז חסידישע קינדער.

בילד

נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 9:39 am
דורך יונה כהן
אגב: שמעתי איש מפי איש מפי אשה די באבע נחמה'לע בת הדברי חיים אז איינמאל אלס מיידעל האט איר פאטער דער הייליגער צאנזער רב געפרעגט: נחמה'לע פארוואס איז ביי דיר די האר צו-פלויגען (נוסח אחר יאנטשי) האט זי גע'ענטפערט, טאטע ס'איז דאך שבת! האט דער רב איר גע'זאגט, האסט דאך געקענט מאכען די האר פאר שבת מיט 'באבעלע' (וואסער מיט פאטעטע סטארטש-וואס מ'האט גענוצט פאר מ'האט ערפונדען האר דזשעל). עד כאן

נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 10:34 am
דורך דעת תורה
געפילטע, צי וואס שרייען אז דו קענסט רעדן שיין? אז דאס בילד איז פון די חסידים אין די זעכציגער יארן מיינט עס דאך יא אונז. (א סקול בילד איז נאך אלס מער נוגע, ווייל עס האט די אויטאמאטישע הסכמה פון ר' בנימין הערש'ן בשם דעם רבי'ן..)

נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 11:59 am
דורך געפילטע פיש
דעת תורה האט געשריבן:געפילטע, צי וואס שרייען אז דו קענסט רעדן שיין? אז דאס בילד איז פון די חסידים אין די זעכציגער יארן מיינט עס דאך יא אונז. (א סקול בילד איז נאך אלס מער נוגע, ווייל עס האט די אויטאמאטישע הסכמה פון ר' בנימין הערש'ן בשם דעם רבי'ן..)

סארי, נישט געמיינט צו שרייען, און נישט געמיינט דוקא דיר, נאר ס'באדערט ווען מ'זעט מענטשען פראבירן כל תצדקי ואמתלא זיך ארויסצודרייען פון זען די ראיות ברורות און הוכחות נוקבות, נאר צו קענען אנגיין מיט די אלטע איינגעזעסענע הנחות קדומות, און די איינרעדענישן אז "אמאל" איז געווען בעסער, אונזערע מאמעס און באבעס זענען אלע געגאנגען אראפגעבונדען וכו'.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 1:03 pm
דורך שטילע אינגערמאן
יונה כהן האט געשריבן:אגב: שמעתי איש מפי איש מפי אשה די באבע נחמה'לע בת הדברי חיים אז איינמאל אלס מיידעל האט איר פאטער דער הייליגער צאנזער רב געפרעגט: נחמה'לע פארוואס איז ביי דיר די האר צו-פלויגען (נוסח אחר יאנטשי) האט זי גע'ענטפערט, טאטע ס'איז דאך שבת! האט דער רב איר גע'זאגט, האסט דאך געקענט מאכען די האר פאר שבת מיט 'באבעלע' (וואסער מיט פאטעטע סטארטש-וואס מ'האט גענוצט פאר מ'האט ערפונדען האר דזשעל). עד כאן

די צאנזער רב האט גראדע יא פארלאנגט אין געבעטן זיינע אייניקלעך זאלן גיין אראף געבונדען, אבער נישט קיין סתירה מיט די מעשה.
אקיצור ס'איז דא א גרויסע נפק''מ פון צופלויגען אין גיין אראפגעבינדען (יאנטשי).

נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 2:29 pm
דורך ראש הישיבה
שמערל האט געשריבן:
ראש הישיבה האט געשריבן:נאך א משל, א פרוי וואס זייגט אין פאבליק, אפילו זי גייט מיט זיבן טיכלעך, איז זי נישט קיין צניעות'דיגע פרוי, כאטש עס שטייט נישט אין די צניעות קוד.

במחילת כבו"ת הראש ישיבה שליט"א, אויב שטייט עס נישט אינעם קוד דאן פארוואס האט איר עס צוגעלייגט? כמיין אין די אלגעמיינע וועלט איז דאס א גרויסע מחלוקת און זיי רעדן פון זייגן אויפגעדעקטערהייט בפני כל עם ועדה. פארוואס זאל זייגן א קינד אויף א צנועסדיגן אופן זיין א פראבלעם? אפשר איז ארגער פון א משתין בשוק וואס איז א הלכה מפורשת אז אויך א אשה מעג?

דאס האב איך טאקע געמיינט. עס קען זיין אז אל פי 'הלכה' (אויב עס איז דא אזעלעכע הלכות) מעג מען זייגן אין פאבליק, אבער א פרוי וואס איז א צניעה, זי האט סעלפ ריספעקט ווע עס נישט טוהן ברבים, ווייל עס פאסט איר נישט

נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 2:32 pm
דורך געלט
קען מיר איינער געבן א עצה צי ארויס נעמן פין די פרוען די נאריש קייט פין צניעות איך האב איר שוין געקויפט א סמארט פאן מיט unlimited internet אן א פילטער אין עס ווער נאר ערגער אין ערגער קען מיר איינער העלפן