דער אמת איז אזוי, איך האב זיך איבערצייגט אז ליטוואק איז סטאק אין זיין באקסל פון א.ג. "טעירע" ותו לא מידי, און וויפיל מען וועט אים ענטפערן, צב"ש אז משה רבינו איז אויך נישט געזעצן כל ימיו און געלערנט תורה נאר ער איז געווען א מנהיג, געמאכט מופתים, געהאלפן אידן, וכו', און אזוי אויך יהושע, און אזוי אין אלע דורות, צי למשל די גמרא ב"מ דף פ"ה פון "כמה גדולים מעשי חייא", ווי די גמ' פארציילט אז "רבי חייא עשה שלא תשתכח תורה מישראל" אויף פארשידענע אופנים, דאס אלעס איז א ברכה לבטלה.
איך וועל איבער'חזר'ן צוויי תגובות וואס איך האב געשריבן אין
דעם ענליכן אשכול צו ליטוואק, און כנראה איז עס אריין אין אויער און ארויס פון די צווייטע (אדער לכתחילה געפאלן אויף טויבע אויערן):
שמעקעדיג האט געשריבן:ליטוואק, ביז היינט האב איך געלייענט דיינע נארישע תגובות געשריבן זייער אומאיידל - מילד גערעדט - אקעגן אידן קדושים וטהורים, אבער כ'האב זיך נישט גענומען די מיה צו ענטפערן, פשוט איך בין נישט דער גרויסער ידען צו פארשטיין יעדן גדול זיינע מעלות און חסרונות און איך האב נישט דער מעסטער וואס דו פארמאגסט צו מעסטן יענעמ'ס גרויסקייט, איך לאז עס איבער למי שה'מעסטער שלו, אויבן אין הימל, ס'איז זיינע דאגות, נישט מיינע.
אבער דא איז פאראן איין גרויסע טעות וואס דו האסט, וואס צוליב דעם קוקסטו אן די אלע זאכן מיט זייער א קרומע מיינונג, און - כ'וועל נוצן דיינע אייגענע דיבורים - "דו ביסט אזוי אריינגעטוהן אין דיין פארטיי מיינונג אז ס'איז אוממעגליך צו פארשטיין א לעבענסשטייגער וואס איז אנדערש".
אין איין ווארט: דו האסט באשלאסן אז תורה איז אלעס, אלעס, אלעס. נישטא גארנישט אויסער דעם. אלע אנדערע זאכן וואס צדיקים וקדושים טוען אויף פאר אידישקייט איז כאפס וכאין אקעגן א איד וואס זיצט ביי זיך אין צימער און לערנט א גאנצע טאג תורה. צי גיי איך אוועקמאכן די חשיבות פון אזא איד וואס איז כל כולו תורה? חס מלהזכיר. איך האב די גרעסטע רעספעקט פאר אזוינע אידן. אבער תורה איז נישט אלעס!! הערסט?? ניין, און נאכאמאל ניין! מען קען נישט אויפטון פאר אידישקייט מיטן זיצן פאר זיך אין ווינקל פון ביהמ"ד אפילו מען הארעוועט אין תורה די גאנצע צייט. אפילו אזא גדול ווי דער חזון איש זצ"ל האט אויך געמוזט אוועקלייגן די גמרא אין א זייט גענוג מאל כדי אויפצוטון פארן דור, און איך קען דיר טרעפן צענדליגער מאמרי חז"ל וואס הייבן ארויס די גרויסקייט פון אידן וואס זענען מפקיר זייער אייגענע ד' אמות של הלכה כדי ארויסצוהעלפן אנדערע אידן און אויפשטעלן אידישקייט -- און דאס מיינט א ריכטיגער מנהיג! איינער וואס לערנט אויכעט (נישט קיין ליידיגגייער), פירט זיך יעדע זאך לויטן דין (און אפילו לפנים משורת הדין) און במשכ'ן טאג טוט ער אויף גדולות ונצורות למען ה' ותורתו למען הכלל.
אך און וויי וואלט געווען פאר כלל ישראל ווען עס זאלן נאר זיין גדולים וועלכע לערנען אך ורק תורה און תורה און קוקן נישט אויף קיין צווייטן. "היינו דאמר רבי כמה גדולים מעשי חייא.... דלא תשתכח תורה מישראל". צדיקים זענען ארומגעגאנגען אויפטון פאר אנדערע, קוק אן במשך הדורות, טויזענטער דוגמאות פון הייליגע אידן וואס דאס איז געווען זייער ציל אין לעבן, ובזכותם אנו חיים וקיימים.
אודאי איז "ותלמוד תורה כנגד כולם", אבער פארגעס נישט פונעם 'כולם', עס מוז געטון ווערן.
יעצט נעם דיר דעם איינעם פונקט אין האנט, און קוק איבער דיינע ווערטער פון אנהויב אשכול, וועסטו זעהן אז דיין גאנצע בסיס פאלט ארונטער, דיינע ווערטער האבן נישט קיין שום משמעות, דו בויעסט אויף הוילע לופט. דו"ק ותשכח.
און די
צווייטע:
שמעקעדיג האט געשריבן:מען נעמט א נארישע מעשה וואס האט - אדער יא אדער נישט - פאסירט, און מען מאכט דערפון א תורה שלימה, כאילו סאטמאר רב האט נישט משים געווען לילות כימים און געהארעוועט אין תורה כל ימי חייו, אנשטאט גיין שלאפן אין א בעט האט ער אפילו אין די שווערסטע צייטן געלערנט, און גראדע ער האט כסדר געפאדערט פון זיינע בחורים אך ורק תורה, נישט קיין חסידות, נאר שווערע סוגיות אדורכאקערן, זיין גאנצע חיות אויף דער וועלט איז געוען תורה, ממש כל רז לא אניס ליה, כידוע כמה מעשיות ווי ער האט זיך אמאל אויסגעדרוקט אויף די תוה"ק זאת נחמתי בעניי, נאך אלע צרות וואס ער איז אדורך און פארלוירן אלע קינדער בחייו ה"י.
צי מען קען טרעפן פעלערן אויף אים? מעגליך, ער איז נאך אלעם געווען א מענטש, און אפילו משה רבינו האט געקענט מאכן א טעות, אבער עטליעסט זעה אז דער פעלער זאל מאכן סענס אויף אים! אז דו ווילסט זאגן ער האט איבערגעטריבן מיט צניעות, ציונות, קען איך כאטש דערהערן דיין טענה, אבער אוועקמאכן זיין תורה און גאונות וואס דאס איז איינע פון זיינע שטארקסטע מעלות און מדריגות וואס גדולים וטובים גאונים זענען נשתומם געווארן דערפון צוליב א נארישע מעשה, איז ביליגע ליצנות.
ממילא, אויף דעם חלק האב איך שוין אויפגעגעבן. איך האב שוין אויך אנגעמערקט אין אן אנדערן אשכול אז פון די קליין ביסל שו"ת וואס איז פאראן פונעם סאטמאר רב איז נישט קיין באווייז אויף זיין כח התורה. אפס קצהו תראה פון אנדערע תשובות, עניני שמיטה, אתרוגי א"י, הזרעה מלאכתית, און נאך אנדערע ענינים. זיינע חידושי סוגיות איז אויך א שטיקל אנדייטונג. אבער איה"נ עס איז טאקע נישט פאראן קיין באמבאסטישע 11 שו"ת ספרים א שטייגער ווי מנחת יצחק.
אבל אי קשיא הא קשיא, איך קען נישט משיג זיין ווי אזוי א נארמאלער מענטש קען רעדן אזעלכע שטותים ווי טענה'ן אז ער האט קיינמאל נישט אוועקגעגעבן קיין אייגענס ווייל עס איז געווען "יענעמ'ס געלט"! מרא דעלמא, אזוינע טיפשות צו רעדן? און וועמענ'ס געלט האט דער חפץ חיים אוועקגעטיילט? ער האט געארבעט אין א קאמפאני און פארדינט? וועמענ'ס געלט האט דער הייליגער רבי ר' אלימלך געטיילט און נישט געלאזט איבערנעכטיגן? דער הייליגער צאנזער רב זצ"ל? לאמיר שוין אננעמען אז דו ביסט גערעכט, איז אין בעסטן פאל איז ער געווען א געוואלדיגער גבאי צדקה, ער האט געשאפט ריזיגע סכומים פאר צדקה פאר ארימע אידן, נכלל זיינע שונאים און קעגנער! ואיבעית אימא, אז דאס איז גאר זיין פרנסה, ער פועל'ט ישועות פאר אידן דורך באקומען א פדיון. ווי אזוי קען מען אפילו טראכטן אזא פארקרומטע סברא? איך האב געמיינט איך האב שוין געהערט אלע נארישקייטן, דערווייל זעה איך אז איך בין נאך ווייט אונטערשטעליג!
ער וואלט געקענט רואיג נתעשר ווערן פון די קוויטל געלט, אזוי ווי רוב אנדערע רבי'ס וואס באקומען קוויטל געלט טוען. אבער ער איז געווען א איד וואס האט נישט געלעבט פאר זיך בכלל. אנשטאט האט ער אלעס צוטיילט פאר מוסדות התורה (אפילו פרעמדע), פאר ארימע צובראכנע אידן, אוועקגעגעבן אן קיין חשבונות אוצרות מיט געלט, זיך אנגעבארגט און זיך אנגע'חובות'ט. ווען מען האט בערוב ימיו געוואלט אינסטולירן ביי אים אין שטוב א עירקאנדישאן צוליב די שרעקליכע היץ און יומידעטי איז ער געווען בייז אויף די "לוקסוס", ער וואלט עס גערן אוועקגעגעבן פאר א צווייטן איד אנשטאט!
מען פארציילט גראדע אויפן סאטמאר רבי'ן א מעשה ווי זיין מאמע האט אים אלס יונג קינד געקויפט א אייוועלע אין זיין חדר הלימוד, און ער האט דאס אוועקגענומען און געטראגן צו א ארימע שטוב ווי מען האט אוועקגעציטערט פאר קעלט. נו, האסטו שוין א מעשה רב. דאס איז שוין חוץ מזה וואס ער האט אריינגעפלאנצט די כח החסד און מדת הצדקה אין זיינע תלמידים מער ווי סיי וועלכע אנדערע פלאץ, נישטא נאך אזא פלאץ ווי אידן זענען אזוי נתבעים ונותנים ווי זיינע חסידים ותלמידים, ער האט געאטעמט חסד, פארלאנגט און מחנך געווען צו חסד, זיינע בחורים און אינגעלייט האבן געמוזט ארומגיין נאך געלט פאר אנדערע אידנ'ס וועגן, ער האט פארלאנגט בחורים צו גיין שלאפן אין די שפיטעלער מיט חולי ישראל, סאטמאר האט מייסד געווען א געוואלד חסד ארגאניזאציעס, אנגעהויבן נאך בימיו מיט די סאטמאר ביקור חולים, און נאך אנדערע ארגאניזאציעס למיניהם, אלעס בזכותו של אותו זקן, פון וועמען עס האט איבערגערינען אהבת ישראל און חסד וצדקה.
איך קען גיין ווייטער ווי דיר, אז דו ווילסט. דער חזון איש איז דען געווען א אוהב ישראל בכלל? האט ער דען אמאל מאסאזשט אנדערע אידן'ס רוקן אין מקוה בור? און דער חפץ חיים? האט ער אמאל געקראצט די פוס פאר אידן? פארשטייט זיך אז מיין האנט ציטערט מיר צו שרייבן אזעלכע פראסטע משלים אויף די קדושים וטהורים וה' הטוב יכפר, איך וויל נאר פשוט אויס'משל'ען דיין מהלך המחשבה!
אזעלכע משוגענע שאלות ווי "האט ער אמאל גערעדט עברית צו מחזק זיין אן אנדערן איד", איז פונקט ווי איך זאל פרעגן צי דער חפץ חיים האט אמאל מחלל שבת געווען צו העלפן א צווייטן איד. וואס האקסטו אין קאפ? מוזט נישט מסכים זיין צו זיין שיטה אין ציונות, אבער ער פאר זיך האט געהאלטן אז עס איז פונקט אזוי הארב און מען טאר נישט רעדן די שפראך. און מען קען טאקע מיינען אז ער האט טאקע נישט מחזק געווען קיין אידן נעבעך. איך ווייס נישט צו נאך איינער אין זיין דור האט מחזק געווען אזויפיל אידן ווי אים. דאס זענען נישט קיין "מושיען של ישראל" מעשיות, נאר איש מפי איש ממקור ראשון פון מיינע אייגענע משפחה מיטגלידער. און אז איינער מאכט חוזק דערפון איז עס ביי מיר, יא, כמכחיש שמש בצהרים.
ממש עס קריכט מיר נישט אין קאפ אריין ווי מענטשן קענען רעדן אזעלכע דיבורים, עס קוקט אויס ווי זיי לעבן אין א אנדער פלאנעט,
דער מזרחי'סט רעדט שוין נארמאלער ווי אפאר ליטוואקעס....
טענקס גאט אז עס איז פארהאן כאטש עפעס חידושים און טעיפס פון זיינע תפלות, תורות און דרשות. ווען נישט דאס וואלט מען דאס אויך געלייקענט...